בלאט 8 פון 12
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 8:49 pm
דורך עס עפעס
מאראנצי זאגט שטארק.
אין פארגלייך צו זיינע צוויי ערשטע אויסגאבעס איז ער דאסמאל גאר גוט.
מען האלט ביי אזא שטאפל אין אידישע ליינווארג אז קיינער קעירט שוין נישט פאר א "ניטש" און אפילו די וועלכע זאגן אז זיי האבן כלומר'שט א געוויסע ניטש אויסגעהאמערט, וועלן זיי רוב מאל דורכפאלן זיך צו האלטן דערצו.
אחרי ככלות הכל, האלט איך אבער אויך אז ער זאל אראפנעמען דעם byline וואו ער דערקלערט זיך אלס "שופר", און פשוט שרייבן "מאנאטליכע אויסגאבע וכו וכו וכו". ס'מאכט עס גאר קינדיש און ס'געבט דעם אויסזעהן ווי ער פארטרעט עפעס א פארטיי אדער פראקציע צווישן אידן.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:29 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז אנשטאט שופר זאל ער זיך רופן אתרוג פושקע אדער תפילין בייטל.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:05 pm
דורך smart
אוי געפילטע זאגסטו גוט
איך מיין אנשטאט שרייבען "שופר פון ארדאקסישע אידענטום אין אמעריקע"
זאל ער ענדערש שרייבען:
אתרוג פון מאראקא פאר די אמעריקאנע אידענטום...
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:11 am
דורך newkave
עס איז ארויסגעקומען א נייע 'מצליח'
האט איינער דאס שוין געזען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:55 pm
דורך משגיח
מצליח פון די חודש
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:01 pm
דורך לעמיל
איך מיין אז די בילד מיט די צוויי פרעזידענטן בוש און די נאצי היטל איז א גרויסע נארישקייט
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:04 pm
דורך זר זהב
אה סשוין נישט דער שופר.... מיין קריטיק האט אויפגעטון. יעצט איז עס פאר די אידישע היים. יעדער איינער קינד און קייט דארפן זיך אנזאפן מיט די הייליגע גויאישע און כאמאס טעראריסטישע צורות וואס ערשיינט אזוי אויפן ערשטן זייט. איך קען נישט זעהן א אידישע היים וואס וויל אויפציען ריינע קינדער זאלן נישט קויפן די שיינע כאמאס באצורטע מצליח. לויפטס און קויפטס!
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:58 pm
דורך boxcover
שוין פארהאן אן איסור פון הלל וו"ב, קאשוי און איינער בריעף.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:02 pm
דורך אבי גערעדט
וויפיל האט שפילמאן באצאלט פאר דעם איסור?? דאס טיילט מען נישט בחינם כידוע
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:06 pm
דורך שמעקעדיג
איך פלאץ. מסוכן מאוד לנפש ישראל.... (!!!)
מיין קאפ פארנעמט שוין נישט נאך חרמות וקונמות, אבער כאטש זאג מיר א טעם! וואס פאר-א-שווארץ-יאר האלטסטו דיר מיט דיינע "כמה טעמים ונימוקים"? ס'איז א סוד?
תורה היא וללמוד אני צריך.
אבי גערעדט: שכוח פארן שמייכל..
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
גראדע האט ער זיך אסאך ארויפגעארבעט די טעותים זענען פארשווינדן און ער האט קלאר א פראפעסיאנאלער מגיה.
אלס הויפט קריטיקירער מוז איך אים גאראטאלירן מיט א גוט ווארט.
איך האב געהאט פארשידענע הערות אבער איך געדענק שוין נישט.
ביי דער ארטיקל איבער די מענטשן וואס הערן אלעס הויך האט געפעלט א פאראגראף אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד.
ער האט עס מן הסתם ארויסענומען מחמת צענזור אבער ס'איז אויסגעקומען זייער נישט קלאסיש און געפערליך מערקבאר. אויך נעמט מען נישט ארויס די פאנטש ליין פון אן ארטיקל, אין אזא פאל שרייבט מען נישט די גאנצע ארטיקל.
והשאר שכחתי בעוו"ה, וידוע מאמר החכם אז האסט פארגעסן מן הסתם איז עס נישט וויכטיג.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
און מיך געפעלט דער בת היענה שפראך וב"ה המאדאזין הנ"ל בעל יראה ובעל ימצא בעל העיר.
אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:22 pm
דורך ברסלבער
אן איסור איז חל אויף א דבר שלא בא לעולם? זיי שרייבן אז די אלע בעלי חניות וואס האבן ארויסגעווארפן די שעדליכע מאגאזינען פאריאר זאלן אויך ארויסווארפן די מצליח.
איינער ווייסט פון א גראסערי וואס האט געהאט די שטערן/שפאקטיוו פארן איסור, און נאכדעם האט ער עס ארויסגעווארפן?
איך מיין אז אין ווימ"ס האט עס קיין איין איינציגע גראסערי נישט ארויסגעשטעלט פאריאר.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
שוין, זיך דערמאנט.
מ'שרייבט נישט 'מאנאטליכער ארגאן פאר'ן אידישן היים' ווייל ביים איז א לשון נקיבה.
די ריכטיגע אויסלאגע 'מאנאטליכער אויסגאבע פאר דער אידישער היים'.
יו וועלקאם מיסטער שפילמאן.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:44 pm
דורך ברסלבער
עס איז דא אנגעגרייט אזא טעמפלעט פאר די סארט איסורים וחרמות וקונמות, געווענליך ענדיגט זיך עס ובזכות שמירת שבת, יעצט האט מען פארגעסן עס ארויסצונעמען.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:59 pm
דורך נולד מאוחר
נא יידל פון וועלכע קולקורא האט מען גענימען די אויתית פאר די קולקורא?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:02 pm
דורך זר זהב
אויב וועט אפילו איין איד נישט ווארפן 5 דאלאר אין מיסט צוליב דעם איסור, האט זיך עס געלוינט.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:06 pm
דורך מאראנצןזאפט
יאנקל דער ובזכות מצות שמירת שבת איז איינס און א גוטס
ס'ווייזט מיט וואס פאר א באנדל קעפ מ'האנדלט דא.
איך בין פרא רבנים און אלע כינוסים און פראטעסטן שטערן מיר נישט ווילאנג מ'טיילט קאלעי וואסער און קוקיס פאר פרי.
אבער די איסורים אויף ליין מאטריאל קען איך נישט פארשטיין.
בכלל איז דער מצליח איז נאכנישט אזוי גרויס מ'זאל אים אסר'ן, אפשר א פאר שרייבער וואלט געמעגט ארויסקומען מיט א קול קורא.
גראדע האט ער געשטעלט אן אימעיל אדרעס איך בין נייגעריג אויב איינער פון די רבנים האבן זיך מיט אים פארבינדן.
אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן ואין פוצה פה ומצפצף.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר זהב האט געשריבן:אויב וועט אפילו איין איד נישט ווארפן 5 דאלאר אין מיסט צוליב דעם איסור, האט זיך עס געלוינט.
זר איך בין דיסעפוינטענט אין דיר.
אביסל רחמנות? אפשר גיבסטו אים א טשאנס? למעשה שטייגט ער.
מילא מ'רעדט פון אהרן, אבער דער איז דאס סך הכל אן אומשולדיגער יונגערמאן.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:11 pm
דורך ברסלבער
פון ווען איך האב געליינט די אויפריכטיגע אמת'ע ווערטער וואס שמעון ראלניצקי האט געשריבן אין זיין קונטרס נאכן איסור אויפ'ן שטערן, כאפט מיר אן א גרויל ביים ליינען די קול קורא'ס.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
וואו קען מען עס שאפן?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:13 pm
דורך זר זהב
זיי נישט אזוי דיסאפוינטעד. כ'קען נישט אזוי גוט שפילן דיפלאמאטיע. אבער וואס זאל איך טון אז נישט קיין חילוק וואו ער האלט וועט עס מיר נישט גוט זיין. אויב וועט ער זיך ארויפארבעטן איז הערשט צרות, דאס מיינט אז מער בחורים וועלן זיך אנליינען און אנזעהן מיט ארטיקלען און מיט בילדער וואס גייען נישט אינהענסן זייערע יראת שמים.
איי קענט העלפ מיי סעלף, אבער זיין פרנסה איז מיר נישט וויכטיגער ווי ריינע הערצער וואס גייען א גאנג פון זיך אנליינען אלע גויאשע פאליטישע שטותים. הלוואי ווען ער זאל ארויסגעבן עפעס אויפ'ן ריינעם תורה'דיגן גאנג.
על הראשונים אנו מצטערים.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
אה, דעמאלט האב איך גארנישט געזאגט.
כ'האב געמיינט דו רעגסט פון א פראפעסיאנאלער שטאנדפונקט.
ביי דעי וועי וואס מיינט על הראשונים? קאווע שטיבל?