בלאט 8 פון 13

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:26 am
דורך מאראנצןזאפט
טייערער הרב חזן קודם ברוכים הבאים און מאכט אייך באקוועם.
איך כאפ נישט וואס איר ווילט. זענט איר ברוגז אויפ'ן קעפל? רוב ליינער האבן יא אידענטפיצירט דער קעפל מיט איר אינהאלט.
צווישן די עטליכע מאמרים וואס איך האב דא געשריבן האט איר נאך עפעס צו קאמענטירן? אדרבה, מיר קוקן ארויס מיט נייגער.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:37 am
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם "חזנים".... שרייבסט פיין!
ווען קומט א אפהאנדלונג פון חזנים?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:43 am
דורך חזנים
קודם יישר כח פארן ווארימען אויפנאמע!
ח"ו איך זעה אויס ברוגז? איך רעד אזוי שטיל!
אבער עס איז פשוט א אנגענימענע טעות וואס מאכט א גרויסע צעמישעניש, און מ'קען עס פארעכטן דא אין שטיבל.
הגע עצמך, קען מען דען פארגלייכן הרב צ"מ זילבערבערג מיט הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד מיט איין טוטל?
ביידע פון דיע קומט זיך אן אייגענע טוטל.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:49 am
דורך איך אויך
זעהסט ענדערש אויס ווי א חשובע רב און דערצו ווייט פון א נער...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:08 pm
דורך חזנים
איך אויך האט געשריבן:זעהסט ענדערש אויס ווי א חשובע רב און דערצו ווייט פון א נער...

איך זעה! באלד וועסטו זאגן אז איך בין גאר א משפיע...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:11 pm
דורך איך אויך
הממ אויפן בילד זעהסטו אויס אביסל צו שטייפיג (ווייסט דאך אסאך פון די משפיעים קוקען אויס ווי זיי האבן הייסע פינג-פאנג באלס אין די אינטערהויזן) אויף צו זיין א משפיע ,אבער א באזעסענע רב אדער איש משכיל שטייט דיר גוט.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:16 pm
דורך טעפל
מאראנצען כ'האב אפגעליינט דעם אשכול, שכוח בראשו פאר מאראנצעןזאפט, און פאר לעקוואוד, היימישער ליטוואק ועוד,
מיינע צוויי סענטס.
איך האב לעצטענס מיטגעהאלטען א פרייטיג צונאטכס מיט ר' מיילעך'ן ס'איז געוועהן מוראדיג, איך בין נאר געוועהן אביסל אנטוישט ער איז געשטאנען אויפן טיש און געטרינקען, רוב צייט איז געוועהן פשוט ווערטלעך, דזאוקס בלע"ז, נישט אויף דעם בין איך געקומען הערן ר' מיילעך'ן פון איהם קאן מען הערען בעסער'ס..

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:28 pm
דורך פרענטש וואנילע
ווי איך געדענק, איז געווזען אפאר יאר צוריק א משפיע אין מאנסי מיט'ן נאמען הרב רומפלער, זיינער דרשות און טעיפס האט זיך גוט פארקויפט, זיינע חסידים האבען פארציילט ממש מופתים אויף אים, פלוצלינג איז שטיל געווארען מיט אים ווען ער האט זיך געצויגען קיין ארץ ישראל, ווייסט אייער מער איבער אים? זיינע שמועסען, השפעות וכדומה?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:40 pm
דורך אביגדור
ר' טודרוס.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:48 pm
דורך קאווע טרינקער
במה יפה כוחו? הא הא, וואס פארשטייט א באבובער צו א סאטמערע תנועה?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:58 pm
דורך איך אויך
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ווי איך געדענק, איז געווזען אפאר יאר צוריק א משפיע אין מאנסי מיט'ן נאמען הרב רומפלער, זיינער דרשות און טעיפס האט זיך גוט פארקויפט, זיינע חסידים האבען פארציילט ממש מופתים אויף אים, פלוצלינג איז שטיל געווארען מיט אים ווען ער האט זיך געצויגען קיין ארץ ישראל, ווייסט אייער מער איבער אים? זיינע שמועסען, השפעות וכדומה?

מען האט עם פארטריבן פון מאנסי אבער עס קען זיין די השפעה פון זיינע חרבנות פילט זיך נאך, אין א"י האט ער גוט אנגעקלאפט מיט די טאליבאנער.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:58 pm
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:במה יפה כוחו? הא הא, וואס פארשטייט א באבובער צו א סאטמערע תנועה?


נכון.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:19 pm
דורך פרענטש וואנילע
איך אויך האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ווי איך געדענק, איז געווזען אפאר יאר צוריק א משפיע אין מאנסי מיט'ן נאמען הרב רומפלער, זיינער דרשות און טעיפס האט זיך גוט פארקויפט, זיינע חסידים האבען פארציילט ממש מופתים אויף אים, פלוצלינג איז שטיל געווארען מיט אים ווען ער האט זיך געצויגען קיין ארץ ישראל, ווייסט אייער מער איבער אים? זיינע שמועסען, השפעות וכדומה?

מען האט עם פארטריבן פון מאנסי אבער עס קען זיין די השפעה פון זיינע חרבנות פילט זיך נאך, אין א"י האט ער גוט אנגעקלאפט מיט די טאליבאנער.


אוי וויי, איך מיין דא האט ער געהאט א גוטער נאמען, וואס האט פאסירט? ווארום ביסטו בלויז מגלה א טפח און טוסט פארדעקען צוויי?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:21 pm
דורך איך אויך
זיינע חרבנות קען מען שמועסן אין מאחורי.

ער אז דאכט זיך געווען דער איינציגסטער וואס האט געשטיצט דער בית שמש שפייער. און ער איז א מנהיג רוחני פאר די 'נשות הטאליבאן' בקיצור א איש מסוכן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
אוי, ר' טודרוס איז א לענגטס און א ברייטס, און איך בין נישט אזוי ווייט דער מענטש דערפאר.
בקיצור נמרץ, רבי טורדוס איז א תלמיד חכם, אן עובד ה' באמת, און זיין עיקר מעלה איז: ער איז א סאטמארער פול פארס!
אין וויליאמסבורג איז ממש גארנישט דא, א נאקעטע שטאט במלוא מובן המילה, ממילא איז פשוט אז ס'איז געווארן אן ערנסטן סאטמארער קרעמל.
ער הייסט א גוטער זאגער כאטש מ'דארף גלייכן זיין שניט, און פאר מיר איז ער נישט אינטערעסאנט.
לבי אומר לי אז פון ווען ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל איז אוועק האט ער איבערגענומען די שטיבלהאפערס אין וויליאמסבורג.
זיין פאולאו אפ האט זיך לכאורה געגרינדעט בעיקר דורך תלמידים פון זיין ישיבה אין די נייציגער יארן וועלכע איז שנעל אונטערגעגאנגען היות היינט איז נאר דא א דימענד פאר פראק סטיל ראש ישיבות, און נישט רבי זכרונו לברכה שניט, וואו מ'לערנט סוגיא.
אבער נאר אויף יוצא צו זיין, וישמעו חכמים ויוסיפו.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:26 pm
דורך פרענטש וואנילע
שרעקעדיג.. מיך פלעגט באדערען אז פון די געציילטע משפיעים אין אמעריקע איז דא וואס לויפען אוועק קיין א"י ווי די לופט איז מער געאייגענט פאר די סארטען חידושים, לויט דיין ווערסיע דארפען מיר גאר הייבען די הענט פאר דעם, איי היער יו..

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:37 pm
דורך חזנים
איך אויך האט געשריבן:זיינע חרבנות קען מען שמועסן אין מאחורי.

ער אז דאכט זיך געווען דער איינציגסטער וואס האט געשטיצט דער בית שמש שפייער. און ער איז א מנהיג רוחני פאר די 'נשות הטאליבאן' בקיצור א איש מסוכן.

גשטיצט בלשון נקי'
ער איז זייער גאנצע קראפט כהיום...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:15 pm
דורך הדד בן בדד
חזנים האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:זיינע חרבנות קען מען שמועסן אין מאחורי.

ער אז דאכט זיך געווען דער איינציגסטער וואס האט געשטיצט דער בית שמש שפייער. און ער איז א מנהיג רוחני פאר די 'נשות הטאליבאן' בקיצור א איש מסוכן.

גשטיצט בלשון נקי'
ער איז זייער גאנצע קראפט כהיום...


ער מוז דאך עפעס האבן, נו, אז זיי האבן זיך אנגעכאפט אין אים, פארוואס נישט מיטשטיין מיט זיי. דער סקווערער רבי שטייט אויך אונטער זיינע טאליבאנער...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:22 pm
דורך איך אויך
וואס הייסט ער מוז? פארוואס מוז איך נישט?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:52 pm
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:וואס הייסט ער מוז? פארוואס מוז איך נישט?

ווייל דו ביסט נישט קיין משוגענער

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:12 pm
דורך דולה ומשקה
רבי אלעזר הורוויץ האט אנגעהויבן אלס משפיע פאר די אברכים, היינט צו טאג איז ער "רב ד'קהל ייטב לב סאטמאר", דער בית המדרש איז נישט אונטער מהר"א און נישט אונטער מהרי"י, לפי"ז וועט אויסקומען אז פונקט ווי יעדער אנדערע משפיע פריער אדער שפעטער ווערט א רב/רבי, וועט אויך רבי אלעזר הורוויץ ווערן א זעלבסטשטענדיגע 'סאטמאר רב', ווער וועט איהם צוריקהאלטן?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:29 pm
דורך בעל הבית
טעות, רופט זיך ויואל משה דסאטמאר, אויב עס מאכט דיר א חילוק.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:31 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר מיר נישט, אין קאורט לכאורה יא.