בלאט 8 פון 12

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:10 pm
דורך געפילטע פיש
מעכשיו מיינט מעכשיו, און לאחר שלושים מיינט לאחר שלושים.
איך געדענק שוין נישט די סוגיא פון גט על תנאי פון ישיבה, עפעס זאגט רב גאלד, ס'דא פעלער וואס מ'זאגט תצא מזה ומזה וכו', דארף מען איבערקוקן.
טאמער האט זי געגעסן די פיש פארן הפרת הבעל איז מער נוטה אז די גט איז מבוטל געווארן בשעת אכילה, און בשעת הפרה איז די אכילה אנולירט געווארן למפרע, אבער ס'האט נישט קיין תוקף צוריק צו שטעלן די גט במקומו. אבער אויב איז די הפרה געוען פאר די אכילה דארף מען דן זיין וואס די הפרה טוט, און וואס מיינט א מאן לגבי דעם, אין שולחן ערוך יו"ד רל"ד סעיף ב' שטייט הבעל מפר נדרי אשתו לבדו משתכנס לחופה עד שתתגרש, אויף דעם זאגט די ש"ך בשם הב"ח אז אויב געט ער א גט פאר א שליח, כל זמן די גט איז נישט אנגעקומען צו איר ה"ל אשתו ומיפר הנדרים שבנתיים. נאכדעם זאגט די מחבר היתה מגורשת מספק לא יפר לה, און די ב"ח זאגט אז אפילו בדיעבד אינו מופר.
סעיף ג'.
נתן לה גט על תנאי או לאחר זמן לא יפר לה בימים שבנתיים.
ש"ך: לא יפר. דכשיתקיים התנאי או כשיגיע הזמן תהיה מגורשת למפרע מעכשין ונראה דאם הפר לה ולא נתקיים התנאי בענין שנתבטל הגט מופר בדיעבד.
סא איין זאך איז זיכער אז לכתחילה זאל דער מאן נישט מיפר זיין.
יעצט קען מען דן זיין אויב דא איז דומה צו בידו לבטל, און אויב ס'איז בידה לבטל הייסט עס אויך גוט, אדער אויב זאגט מען אז ס'איז דומה צו ספק, וואס דעמאלס קען ער נישט מיפר זיין.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:29 pm
דורך היימישער ליטוואק
לגבי וועלכע דין וואס איז תלוי אין א יאהר = "שנה", קוקט מען אויף א זון יאהר, דהיינו 365 טאג, נישט 12 לבנה חדשים? (דער ענטפער איז לויט איין מאן-דאמר, ולית הילכתא כוותיה.)

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:28 pm
דורך קאווע טרינקער
נא?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 6:34 pm
דורך מאטי
היכי תמצא א בעילת איסור וואס דער איסור קען נאר חל זיין דאס צווייטע מאל וואס מ׳איז בועל.
מרעדט פון די זעלבע צוויי בועלים דער מצב פון די פרוי האט זיך גארנישט געטוישט אישיות׳דיג נאכן ערשטע מאהל בועל זיין.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 9:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לגבי וועלכע דין וואס איז תלוי אין א יאהר = "שנה", קוקט מען אויף א זון יאהר, דהיינו 365 טאג, נישט 12 לבנה חדשים? (דער ענטפער איז לויט איין מאן-דאמר, ולית הילכתא כוותיה.)

קיינער רופט זיך נישט אן, וועל איך עס ארויסגעבן.
דעת ר' יוסי אין מס' ערכין אז בתי ערי חומה רעכנט מען א יאר + 11 טאג.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:43 pm
דורך געפילטע פיש
דאס זיך נישט אנרופן איז געווען אלס חיסרון ידיעה, נישט אלס יודע ומתכון למרוד.
moti107 האט געשריבן:היכי תמצא א בעילת איסור וואס דער איסור קען נאר חל זיין דאס צווייטע מאל וואס מ׳איז בועל.
מרעדט פון די זעלבע צוויי בועלים דער מצב פון די פרוי האט זיך גארנישט געטוישט אישיות׳דיג נאכן ערשטע מאהל בועל זיין.

שמעקט עפעס פון יבמה, בין איך אין די ריכטיגע דירעקציע?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:50 pm
דורך מאטי
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס זיך נישט אנרופן איז געווען אלס חיסרון ידיעה, נישט אלס יודע ומתכון למרוד.
moti107 האט געשריבן:היכי תמצא א בעילת איסור וואס דער איסור קען נאר חל זיין דאס צווייטע מאל וואס מ׳איז בועל.
מרעדט פון די זעלבע צוויי בועלים דער מצב פון די פרוי האט זיך גארנישט געטוישט אישיות׳דיג נאכן ערשטע מאהל בועל זיין.

שמעקט עפעס פון יבמה, בין איך אין די ריכטיגע דירעקציע?

ניין דער תירוץ איז א בפירוש׳ער גמרא אין קידושין דף עז עמוד ב אמר רב אשי הילכך כהן הבא על אחותו זונה משוי לה חללה לא משוי לה חזר ובא עליה עשאה חללה
די הלכה איז אז א כהן קען נישט ווערן א חלל דורך אן איסור ביאה וואס איז נישט גע׳אסר׳ט בלויז פאר כהנים דירעקט, דהיינו א ישראל האט אויך דעם איסור פונקט אזוי ווי דער כהן דעריבער א כהן וואס איז מזנה מיט זיין שוועסטער האט נישט דעם לאו וואס א כהן האט געווענדליך פון אשה זונה וחללה לא יקח ווייל א שוועטער איז אסור פאר גאנץ כלל ישראל און ווערט נישט קיין חלל.
אבער ביים צוויטען מאהל וויבאלד זי איז שוין א זונה דורך דער ערשטען ביאה קומט יא צו א לאו פון זונה, וואס איז באשטימט בלויז פאר א כהן און ער ווערט א חלל.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:56 am
דורך געפילטע פיש
פון דיין שאלה האב איך פארשטאנען אז די ערשטע בעילה איז בהיתר, יו גאט מי.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:12 am
דורך מאטי
היכי תמצא עימיצער האט פארגעסן איין טאג צו ציילן ספירה און ער קען ציילן די איבריגע נעכט מיט א ברכה לכל הדעות.לכתחילה.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:15 am
דורך געפילטע פיש
ער האט געציילט בייטאג

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:33 am
דורך מאטי
ניין ניין! ער האט נישט !!

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:51 am
דורך מאטי
שוין איך וועל אייך נישט אויפהאלטן איך זע הרב געפילטע טאנץ׳ט שוין ארויס פונעם דזשאר.

דער תירוץ איז אויב מ׳האט פארגעסן די לעצטע נאכט......
קען מען נאך אלץ ציילן די איבריגע פריערדיגע נעכט מיט א ברכה ? יא..

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:58 am
דורך קאווע טרינקער
:דמיונות:

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 11:02 am
דורך היימישער ליטוואק
נישט פשוט, לויט כמה פוסקים אויב מען ווייסט אז מען גייט נישט קענען ציילן ביז צום סוף, למשל SURGERY וכדומה, קען מען פריער אויך שוין נישט ציילן מיט א ברכה.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 11:10 am
דורך מאטי
איך רעדט ווען מ'האט טאקע נישט געוואוסט

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:33 pm
דורך smartinof
היימישער ליטוואק האט געשריבן:נישט פשוט, לויט כמה פוסקים אויב מען ווייסט אז מען גייט נישט קענען ציילן ביז צום סוף, למשל SURGERY וכדומה, קען מען פריער אויך שוין נישט ציילן מיט א ברכה.

פון הרב סולובייצי'ק האב איך אמאל געהערט, אז ער האט געקענט אן אלטער ייד וואס האט געשפירט אז ער גייט נישט דורכלעבן די ספירה, האט ער נישט אנגעהויבן ציילען,

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 6:56 pm
דורך זר זהב
היכי תמצא א טאג וואס מ'טאר נישט זאגן תהילים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:43 pm
דורך זר זהב
היכי תמצא דו הערסט א ברכו און דו טארסט נישט ענטפערן? (האלטסט נישט אינמיטן שמונעשרה אד"ג)

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:24 pm
דורך געפילטע פיש
אויב איז דא א מנין מצומצם און ס'שטייט אינמיטן א מענטש וואס האט פאטענציאל ארויסצוגעבן צואה אדער א שטיין פון וואס מ'קען מאכן אן עבודה זרה איז ער א מחיצה המבדלת און מ'טאר נישט ענטפערן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:26 pm
דורך זר זהב
לאל איז דאס ריעל? אבער וויזוי וועסטו דאס וויסן?

איך רעד פון עפעס אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:57 pm
דורך זר זהב
אויב קומסט אן פרייטיג צונאכטס אין ביהמ"ד פאר 72, דו ווילסט נאך דאווענען מנחה, און דארט זאגט מען שוין ברכו, אויב וועסטע נאכזאגן וועסטע מער נישט קענען דאווענען מנחה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:13 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:לאל איז דאס ריעל? אבער וויזוי וועסטו דאס וויסן?

איך רעד פון עפעס אנדערש.

איך האב מיך באצויגן צו דעם, אבער אויב מ'דארף מסביר זיין איז עס שוין נישט אינטערעסאנט.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:12 pm
דורך האלאנד
וועלכע יוד איז מצווה צו לייגן תפילין שבת