בלאט 8 פון 8

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:00 pm
דורך מוח שליט
געפילטע פיש האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אין פיליזאפיע איז דא מערערע שיטות, סאליפסיזם זאגט (ווי איך פארשטיי מיט מיין דעת בעה"ב) אז די איינציגסטע זאך וואס קעזעסטירט בוודאות איז מיין מחשבה\קאנשענס, אויסער דעם איז אדער מוטל בספק, אדער עקזעסטירט עס נישט, געוואנדען אין וועלכע פראקציע פון פיליזאפיע מ'געהערט. דערנאך איז דא נאך מיני איידיעליזם'ס וואס רעדט יא פון מאלטיפעל קאנשענסעס, איך פארשטיי נישט פונקטליך, עפעס אזוי.

ווען א סאליפסיסט קומט צו מיר און זאגט מיר אז זיין שיטה איז אני ואפסי, זאג איך אים אז די גרעסטע פירכא איז מיין "אני".
זיין שיטה זעלבסט זאגט דאך אז איך דארף האלטן אז "אני ואפסי". איז דאך דאס סותר זיין "אני ואפסי".
ווי אויך איז מיין טענה אז פונקט ווי דו ביסט בהכרח מסכים צו דיין עקזיסטענץ איז פארוואס פארשטייסטו נישט אז איך קען פונקט אזוי עקזיסטירען. אז דו זעהסט נאך איינער פונקט די זעלבע ווי דיר איז דאך מסתבר אז ער איז פונקט אזא מחותן ווי דיר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:33 pm
דורך געפילטע פיש
פארוואס? וואס איז מיר מוכיח אז מוח שליט עקזעסטירט און איז נישט א פראדוקט פון מיין פאנטאציע, מער ווי דעם בוים וואס מיין קאנשענסנעס ברענגט אריין אין עקזיסטענס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:40 pm
דורך ונבנתה העיר
מוח שליט האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אויב יא, איז ווי אזוי האבן זיי זיך אלע אפגעשמועסט אז במקום פלוני גייט מען זיין קאנטשעס פון א בוים?

אפשר ווילסטו טאקע זאגן אז עס איז נאר דא איין קאנטשעס, הנקרא גאט אדער אלוקות, וואס ער איז קאנטשעס פון 7 ביליאן ציורים, און ער איז זיך מצמצם אין כל מיני דמויות, אזוי ווי לעיקוואד אין זיין חלום.

ווי אויבען דערמאנט, קאנשעסנעס איז די מציאות פון קענען האבען צוויי געגנווארטיגע מציאות'ן בהעלם אחת. דאס נעמט זיך דורכ'ן באמערקן די דזשאוק פון יעדע מציאות מיט אירע הגדרות. עפעס אז מען נעמט גארנישט ערענסט. גארנישט איז נישט עטשט אין סטאון, אפי' א סטאון עטשינג אויך נישט. די אלע הגדרות זענען אקט'ן אין א פלעי, כאראקטערס אין א חלום, אין א געים. איז דאך אויב אזוי פשוט אז עס איז נישטא קיין צוויי קאנשעסנעס'. צוויי געשעהט ווען יעדע איינס איז מוגדר מיט איר פונקטליכע הגדרות. דאס איז דער היפך פון וואס קאנשעסנעס שלאגט פאר. דו דארפסט נישט נוצען די ווארט אלוקות, אויב דו ווילסט נישט. עס קען מאכען נערוועז געוויסע מענטשען דא. פאר אזעלכע מענטשען קענסטו עס רופן די אחדות פון נירוואנא.

[אגב, דאס פארענטפערט לעיקוואד'ס טענה [איך רעד פון די 'עכטע' לעיקוואד, אין די 'עכטע' קאוועשטיבעל], אז קיינער פון די פילאזאפען האבען נישט געלעבט מיט די מושגים פון אידיליזם. אויף דעם וואלט איך געענטפערט, די פאר ביליאן בודדהיסטס במשך הדורות יוכיח. זייער לעבן איז אויסגעשטעלט ארויסצגיין פון הגדרות והגבלות פון 'עכטע' מציאות. ]

ונבנתה העיר האט געשריבן:אבער אנצוקומען פון דעם צו גלגול איז לכאורה אביסל שווער, אויב איז אלוקות איין רגע קאנטשעס פון מוח שליט און א רגע דערנאך איז ער קאנטשעס פון א בהמה, מיינט עס נישט אז מח איז געווארן א בהמה, עס מיינט אז די ידיעה פון מח האט זיך גענדיגט און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע ידיעה פון א בהמה.

דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון. מען האט א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול.


אויב וואלט איך געהאט א פריוואטע קאנטשעס (און איך שהוא וואלט געווען א 'איך' וואס איז קאנטשעס בנפרד פון די אנדערע 7 ביליאן קאנטשעס'ער - וכמבואר ברמב"ם ריש ספר היד בענין הפרדת שכלים נבדלים השוין בענינם) קען איך פארשטיין דער קשר וואס דער 'איך' מאכט צווישן זיין זכרון פון זיין נעכטיגן קאנטשעס ביז זיין היינטיגן (און פון דעם אנקומען צו גלגול).

אבער אז עס איז נאר דא איין צענטראלע קאנטשעס וואס איז קאנטשעס פון מח שליט, פון א הייליגע קוה אין אינדיע און פון א ציגארעטל, איז וואס איז משדך איינס צום צווייטן? וואס איז מחליט אז מח שליט איז א גלגול פון בן גוריון ווייל דער לעצטער איז א זכרון אינעם קאנטשעס הכללי, אפשר איז ער די קוה אין אינדיע?

בנוגע די פיזישע שינויים, שאני התם אז עס טוישט זיך צוביסלעך א משהו אויף אמאל, און דאס גייט שוין אריין אין יאנקל'ס שיף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:45 pm
דורך הוגה
מוח שליט האט געשריבן:דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון. מען האט א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול.


איך האב געווארט בכליון עינים צו זעהן ווי אזוי דער רייד וועט אונז ארייננעמען צו פארשטיין גילגולים, ועכשיו שבאתה פארשטיי איך עס נישט. ווי אזוי קומסטו אן פון דא:
פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס,

צו דא:
אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול


?????? :?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:51 pm
דורך הוגה
נעכטן האב איז מיר נולד געווארן אזא שאלה. דו נוצט אלץ די משל פון "חלום" און א "פלעי". לאמיר קוקן אויף די מענטש וואס נעמט LSD, ער מיינט בשעת מעשה אז ער איז א פייגל וואס פליט אים די הימלן, קענסטיך מיט אים נישט טענה'ן ווייל ביי אים, אין זיין פערספעקטיוו, און אין זיין קאנטשענס איז ער א פייגל, ער וועט דיך אפילו אנצייגן ווי ער פליט. דאס מיינט אבער נישט אז במציאות איז ער א פייגל. וואס מאכט דער אנגעדראגטע מענטש א "מענטש" און נישט א "פייגל"? די פאקט וואס ווערט באשטעטיגט דורך אלע אנדערע מענשטן ארום אים.

איך האף אז ענק פארשטייען מיין פירכא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:35 pm
דורך מוח שליט
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס? וואס איז מיר מוכיח אז מוח שליט עקזעסטירט און איז נישט א פראדוקט פון מיין פאנטאציע, מער ווי דעם בוים וואס מיין קאנשענסנעס ברענגט אריין אין עקזיסטענס?
אקקעמ'ס רעיזאר
אז דו זעהסט צוויי די זעלבע זאכן האסטו נישט קיין רעכט אויסצוטראכטען אז זיי זענען אנדערש. איינמאל דו ביסט מכריח עפעס אויף דיר, איז ווילאנג דו האסט נישט קיין הכרח, מיזטו אננעמען דאס זעלבע אויף א צווייטען וואס איז אייניק מיט דיר.
אבער בעיקר טענה איך צום סאלפיסיסט מיין ערשטע טענה. איך קען נישט אהנעמען וואס דו זאגסט ווייל "איך" בין מוכיח פונקט דאס פארקערטע פון דיר. "איך" ווייז אויף פאר מיר, אז לשיטתך איז עס נישט "אתה ואפסך" נאר עס איז "אני ואפסי". און דאס איז ממש א סתירה צו דאס וואס דו זאגסט.
אמת אז מיין ערשטע סטעפ אין הבנה איז ענליך צום סאלאפיסט. איך זאג אויך אז אלעס איז קאנשעסנעס. אבער איך נעם ארויס דעם "איך". נישט אז אלעס איז "מיין" קאנשעסנעס, נאר אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער קליינע נקודה טוישט גאר אסאך. עס טוישט אויך וואס מען מיינט ווען מען זאגט אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער סאליפיסט מיינט קאנשעסנעס פאר אן אמת. ער איז קאנשעס און דאס איז עס. איך אבער מיין נאר שולל צו זיין די אביעקטיווער אפגעטיילטקייט פון זאכן. די ווארט ווי עס ברענגט זיך ארויס דאס בעסטע איז קאנשעסנעס. אז אלעס איז א חלום, אלעס איז נאר א צורה פון קאנשעסנעס, נישט קיין אביעקטיווער מציאות פאר זיך, נישט קיין אמת'ע אפגעטיילטער עקסטערע זאך.
מיין שלילה איז אבער שולל אויך דעם "איך". די ווארט קאנשעסנעס ניץ איך כעין משל פון א וועלט פון פעלדער און וועלדער וואס באמת איז נישט אפגעטיילט בהחלט. דאס איז באמת וואס קאנשעסנעס איז.
וועסטו דאך אוודאי פרעגן לויט מיר, אבער "ווער" איז קאנשעס? וועל איך דיר ענטפערען אז ניצען די ווארט "איך" לייגט גארנישט צו. מיר זענען נאר אזוי צוגעוואוינט צו הגדרות אז מיר מיזען אריינווארפען אן 'איך' אינעם מיקס. חאטש דער איך העלפט גארנישט צו די הבנה עס שטיפט נאר דעם וואגן ווייטער. טראכט ביים ערשטען קאנשעסנעס, ווער/וואס איז דער איך? מיר דארפן פשוט אויפהערן מיינען אז עקזיסטענץ איז נאר די הגדרות פון זאכן. פונקט פארקערט, הגדרות זענען נאר ווי עס ענדיגט זיך. עס איז קיינמאל נישט די מציאות כשלעצמו. עס טייטשט אפ דעם אקט.

די פראבלעם מיט סאליפסיזם איז אז מען האלט פון אן "איך" אהן קיין הוכחה. איך זאג פארן' סאלאפיסט, אדרבא, זיי טאקע שולל אלעס וואס איז נישט מוכרח. ובכן זיי טאקע שולל די יתד בל תמוט פון "איך". "איך" איז א מענטעל קאסטראקט וואס האט נישט קיין האפט.
מען האט נישט קיין רעכט צו זאגן פוינט נומער צוויי, ווען מיט דעם ערשטען פוינט וואס דו זאגסט סייווי, איז אלעס מוסבר [דאס איז בעצם אסאך שטערקער ווי אקקעמ'ס רעיזאר, ואכ"מ]. דו דארפסט סייווי מסכים זיין צו א דערהער פון קאנשעסנעס. ווען מיר זאגען קאנשעסנעס, מיינער מיר ארויסצוברענגן אז מיר רעדען פון זאכן וואס זענען נישט אביעקטיו אפגעטיילט איינער פון אנדערען מיט א פעסטקייט. אז עס איז אלעס א חלק פון די אקט וואס קאנשעסנעס האט זיך יעצט אויסגעשטעלט. [אפי' דער וואס האלט אז עס איז דא אביעקטיוע אפגעטיילטע מציאות איז דאך מודה אז עס איז דא אזא זאך ווי ריין קאנשעסנעס, למשל א חלום. און דעמאלט רעדט מען פון מציאות'ן וואס איז בעצם אלעס א חלק פון דעם איינעם קאנשעסנעס. דאס איז דאך די הגדרה פון קאנשעסנעס]. קאנשעסנעס איז די ווארט וואס מען ניצט ווען מען וויל זאגן אז עס איז דא א מאחד, אז באמת זענען די אלע וועלדער און פעלדער נישט קיין ווילד פרעמדע זאכן וואס לא קרוב זה אל זה, נאר זיי זענען באמת אלע א חלק פון לעיקוואד'ס חלום, דהיינו א חלק פון דעם איין ענטיטי וואס מיר רופן לעיקוואד. דאס איז אלעס וואס מיר זאגן מיט די ווארט קאנשעסנעס.
נמצא אז מיר אקצעפטירן אז מען קען זיין גרעסער און מער ווי דאס וואס מען ברענגט ארויס כרגע, מער ווי וואס מען אקט יעצט אויס, אז די געוויסע אקט, די געוויסע פארום פון א קאנשעסנעס פון אהבה עזה לדוגמא, איז נישט די גאנצע אמת פון די זאך.

איינמאל דו אקצעפטירסט דאס, שטימט שוין די בריאה כולה. איך, דו, הוגה, ונבנתה, זענען אלעס אקטן פון קאנשעסנעס. אקטן פון דעם קאנשעסנעס פלעי. אן אקט מיינט אז דאס איז לאו דוקא דער גאנצער זאך, עס איז קען זיין אז עס איז נאר א חלק פון עס.
[אגב - דאס מיינט בכלל נישט צו זאגן אז אונזער עקזיסטענץ איז עפעס נישט אזוי אמתדיג. איך זאג נאר אז די אפגעטיילטקייט איז נישט אזוי אמתדיג. דאס אז איך אקט אויס היינט א קעניג און מארגען אן עבד, היינט א קינד און מארגן אן ערוואקסענער, מיינט אז די אפגעטיילטקייט פון קינד ביז ערוואקסענער איז נישט אזוי עכט. עס איז אז די אקטן זענען נישט די עצם. אבער די שורש פון ביידען איז שוין גאר עכט. יעדער אקט האט אן אקטיאר. אלע אקטן זענען באמת באמת לעיקוואד. ווען איך בין גערעגט איז עס מיך און ווען איך האב ליב איז עס מיך. די אקט איז נאר אן אקט, אבער דער אקטיאר איז דא אייביג.
דער אקטיאר איז קאנשעסנעס. דהיינו א מציאות וואס איז מאחד אלע אקטן. דהיינו די נאמען וואס מיר געבן פאר עקזיסטענץ דאן ווען מיר שאקלען זיך אפ פון זאגן אז עס איז דא אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות'ן. חאטש אוודאי אויב מיר ווארפען אוועק אביעקטיווער הגדרות קען מען נישט געבן א נאמען דערפאר. מיט'ן דעפינירען איר מאכסטו דאך יא א הגדרה מוחלטת. אין דע ענד איז אלעס נאר אוועקצונעמן די ידיעות פון הגדרות. צו זאגן וואס נישט, אבער נישט וואס יא. תכלית הידיעה שלא נדע. מען לעבט א לעבן פון עקזיסטענץ אהן קיין הגדרות. קען זיין אזא זאך? פשוט - אז דו לעבסט מיט אן אמת'ע נישט וויסענדהייט, ווייל דו ווייסט דאך באמת נישט, נו, ביסטו דאך דארט. דהיינו דו זעהסט נישט אין די אלע אקטן, אן עצם. בלייבסטו דאך מיט דעם אז עס איז אקטן ולא יותר. פשוט ווייל דו זעהסט נישט מוכרח אז עס איז מער ווי אן אקט.]

איז אויב דו אקצעפירסט א מין מציאות ווי קאנשעסנעס סייווי, איז פארוואס זאל מען צולייגן אז עס אויך דא א עכטער אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות וואס איז ממש לא נגע ולא פגע איינס צום צווייטן, און וואס איינס איז לגמרי נישט גורס דעם צווייטן? מיט די הבנה פון קאנשעסנעס אליין שטימט דאך תבל ומלואה. ווי האט מען אויב אזוי א רעכט מוסיף צו זיין און באשאפען נייע זאכן, ווען אהן דעם שטימט דאך די וועלט?
באמת איז די טענה נישט נאר א טענה פון מהיכי תיתי. די טענה איז אסאך מער. דו שטעלסט אוועק א מציאות ווי יעדע זאך איז אביעקטיו און אפגעטיילט. און מצד איר מציאות אנערקענט דאס גארנישט נישט חוץ פון איר עקזיסטענץ. שטעלסטו דאך אוועק א וועלט פול מיט סותרים אהדדי. דעמאלט האב איך אויף דיר די זעלבע טענה ווי אויף דעם סאלאפיסט. יעדע מציאות שרייט אני ואפסי, יעדע מציאות איז סותר אז א צווייטע זאך עקזיסטירט בכלל. אויב איז א טיש באמת א זאך פאר זיך איז דאך אין דעם וועלט פון "טיש" נישטא אזא זאך ווי חוץ טיש. און "באנק" ווייטער, שרייט די זעלבע. דאס איז א מהלך וואס שטימט נישט מיט זיך אליין. וכן נמי איז אין די וועלט פון מוח שליט נישט שייך בכלל עפעס אינדערויסען פון זיין וועלט. דהיינו אויב איז מיין אביעקטיווער מציאות מיין אייגענע מוגדר'דיגע איך, דעמאלט איז דאך פשוט נישט מעגליך אז איך זאל זיין עפעס אנדערש ווי וואס איך בין. דעמאלט איז דער סאלאפיסט ביטער גערעכט. ער שרייט אז מצד אים אין זיין הגדרה איז א סתירה מניה וביה צו זאגן אז ער קען עקספעריענסן עפעס אינדערויסען פון זיין הגדרה. עס איז ווי זאגען אז א טיש איז אויך א באנק. עס איז סותר די געזעץ פון non-contradiction. נאר ווען מען פארשטייט אז דער איך, דער מוח שליט, איז אן אקט, דעמאלט קען בעומק זיין אז דער טיפער נקודה פון מוח שליט [דאס וואס איז טיפער פון דעם 'מוח-שליט' אקט], עקספירענסט עפעס אינדערויסען פון מוח שליט, ווייל בעצם איז די אינדערויסען עכט יא ער בעומק.

בקיצור איך ווייס נישט......

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:39 pm
דורך מוח שליט
ונבנתה העיר האט געשריבן:אבער אז עס איז נאר דא איין צענטראלע קאנטשעס וואס איז קאנטשעס פון מח שליט, פון א הייליגע קוה אין אינדיע און פון א ציגארעטל, איז וואס איז משדך איינס צום צווייטן? וואס איז מחליט אז מח שליט איז א גלגול פון בן גוריון ווייל דער לעצטער איז א זכרון אינעם קאנטשעס הכללי, אפשר איז ער די קוה אין אינדיע?.

דו קענסט מיר מסביר זיין וואס מאכט דיך היינט די זעלבע "דיך" ווי ווען דו ביסט געווען א טאג אלט?

ווען איך זאג אז עס איז אן אקט פונעם קאנשעס הכללי collective consciousness, מיינט דאס באופן method acting. דער מוח שליט כאראקטער אין דעם חלום פון לעיקוואד איז אינגאנצען מוגדר ווי מוח שליט. אמת עס קען זיין אז ער קען אריינדרינגען טיפער און זעהן אז ער האט געלעבט אין א טעות. אבער זיין יעצטיגע לעוועל זעהט ער זיך פאר מוח שליט.
אין דעם הגדרה פון מוח שליט ליגט א קאנשעסנעס פון א זכרון פון איין און דרייסיג יאר. פונקט ווי מען געבט א מענטש א נייע אידענטיטי געבט מען אים אויך אן עבר.
עס קוקט אויס סייענס פיקשען. אבער אדרבא זאג דו וואס קאנעקט מיך באמת מיט מיין קינדישע יארן.
די שיף פון יאנקל איז דען א תירוץ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:40 pm
דורך מוח שליט
הוגה האט געשריבן:נעכטן האב איז מיר נולד געווארן אזא שאלה. דו נוצט אלץ די משל פון "חלום" און א "פלעי". לאמיר קוקן אויף די מענטש וואס נעמט LSD, ער מיינט בשעת מעשה אז ער איז א פייגל וואס פליט אים די הימלן, קענסטיך מיט אים נישט טענה'ן ווייל ביי אים, אין זיין פערספעקטיוו, און אין זיין קאנטשענס איז ער א פייגל, ער וועט דיך אפילו אנצייגן ווי ער פליט. דאס מיינט אבער נישט אז במציאות איז ער א פייגל. וואס מאכט דער אנגעדראגטע מענטש א "מענטש" און נישט א "פייגל"? די פאקט וואס ווערט באשטעטיגט דורך אלע אנדערע מענשטן ארום אים.

איך האף אז ענק פארשטייען מיין פירכא.

און אויב איז ער אליינס אויף דער וועלט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:51 pm
דורך הוגה
אפילו אויב ער איז אליינס אין די וועלט ווערט עס נאך נישט קיין מציאות. ביי אים ווערט עס יא א מציאות, אבער נישט אין די וועלט. והא ראיה, ווען ער איז נישט אליינס איז ער במציאות א מענטש און נישט קיין פייגל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:04 pm
דורך מוח שליט
הוגה האט געשריבן:אפילו אויב ער איז אליינס אין די וועלט ווערט עס נאך נישט קיין מציאות. ביי אים ווערט עס יא א מציאות, אבער נישט אין די וועלט. והא ראיה, ווען ער איז נישט אליינס איז ער במציאות א מענטש און נישט קיין פייגל.

מאי אולמא האי מהאי? און אויב וועלן ביליאן מענטשען זיין אויף LSD?
לענ"ד איז די תירוץ צו מען איז א מענטש אדער א פייגעל, אויב קען ער גיין מיט זיין ריעליטי אלל דע וועי. אויב וועט דאס קיינמאל נישט זיין מופרך מצד עצמו, דעמאלט לעבט ער פונקט אזא לעגיטימער עקזיסטענץ ווי איך און דו.
וויאזוי זאגט נאר די רמב"ם אז דער אמת ווערט נישט מער ווייל מיליאן מענטשען האלטן פון איר, און נישט ווייניגער ווייל נאר איינער זאגט אזוי. :D
איך מיין אבער אז ער וועט זיך בהכרח אנשטויסען מיט זאכן וואס וועלן נישט שטימען מיט זיין דמיון, ניין? פשוט ווייל ער האט נישט אויסגעארבעט פון פאראויס וויאזוי צו דמיונ'ן יעדע מציאות אז עס זאל נישט סותר זיין זיין רעאליטי. ער וועט אנהייבען פליען און צוברעכן הענט און פיס, דאס וועט נישט שטימען מיט זיין אויסגעבויטע רעאליטי.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:22 am
דורך הוגה
למעשה איז דאס א חידוש. די גאנצע מעשה. קיינער קומט נישט אויף מיט אזא הסבר און טעאריע במושכל ראשון. דאס האט געמוזט נתברר (אדער נולד) ווערן נאך דעם וואס איינעם האט עפעס געבאדערט מיט די מושכל ראשון און האט נישט געפונען קיין אנדערע ערקלערונג אויסער די ערקלערונג.

וואס איז שווער/שלעכט מיט די מושכל ראשון?

ב.ד.וו. כ'מיין אז עס איז צייט צו טוישן די נאמען פונעם אשכל אז עס זאל זיין מער צוגעפאסט צום נושא.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:55 pm
דורך מוח שליט
הוגה,

דאכט זיך אז מיין לעצטע לאנגע תגובה איז אביסל נישט מסודר. עס קוקט מיר אבער אויס יעצט אז וואס אנבעלאנגט גלגול דארף מען נישט צוקומען צו די גאנצע איידיליזים תורה. הא לך וואס כ'האב פריער געשריבען דערוועגן.

דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון.פונקט ווי ווען מען געבט א מענטש א נייע אידענטיטי געבט מען אים אויך אן עבר. מען לייגט אריין אין זיין קאפ א זכרון דהיינו א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, פונקט ווי דו האלטסט דיך פאר די זעלבע 'איך' ווי דיינע קינדישע יארן פשוט אלס א זכרון קאנשעסנעס וואס דו האסט יעצט. אזוי קען דאך משה האבען א זכרון קאנשעסנעס פון א מציאות פון יאנקל.

אדרבא זאג דו וואס קאנעקט דיך באמת מיט דיין קינדישע יארן? מיט וואס ביסטו דער זעלבער? וועסטו זעהן אז די זעלבע זאך וואס איז דיך מאחד פון אלס קינד, קען אויך מאחד זיין צוויי אנדערע מענטשן.

אבער אחרי שובי נחמתי, ווייל אויב דו האלטסט פון מאטירעליזם, באופן אז די גאנצע 'איך' דיינער איז א פאנקשען פון דיין פיזישער צאמשטעל, דעמאלט אויב איז בטל דיין פיזישע צאמשטעל, איז דיין 'איך' אויך בטל אויף אייביג.

שוין, גענוג זיך ארומגעקוילערט מיט גלגול.

מיר איז אייביג שווער געווען דאס וואס מען סטראשעט מיט אן עונש פון גלגול. האט מען ליב לעבן אדער נישט? אויב נישט, איז דאך מיתה נישט קיין סטראשע, און אויב יא, איז גלגול נישט קיין סטראשע.

למעשה האלט איך יא שטארק פון די איידיליזם תורה. נישט בתור שיטה חיובי, נאר דוקא מכוח ווייל עס זאגט די ווייניגסטע, כמו שכתבתי למעלה. אויף א פראקטישען אופן רעדט עס צו מיר אויף אזוי פיל אז איך וויל עקספיריענסן לייף אהן די אלע הגדרות. פונקט ווי א beloved זאגט צו איר lover אז זי וויל לאזען איר געפילען פון ליבע דוקא אהן ווערטער. זי וויל עס דוקא נישט באופן הגדרה. אזוי וויל איך עקספיריענסן לייף. איך וויל עס נישט לעבן דורך צושטעלן עס צו עפעס אנדערש, וואס דאס איז הגדרות. איך וויל פשוט די מציאות זעלבסט. נאר דעמאלט איז געלעבט. איך וויל נישט פילוזופירן און מגדיר זיין יעדע מציאות, איך וויל עס פשוט לעבן. און דאס געשעהט דוקא ווען אלע הגדרות זענען נישטא. א הגדרה איז פארטייטשט דאס לעבן, עס איז נישט דאס לעבן זעלבסט.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 2:25 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מוח שליט האט געשריבן: איך וויל נישט פילוזופירן און מגדיר זיין יעדע מציאות, איך וויל עס פשוט לעבן.
פארוואס?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 7:13 pm
דורך מוח שליט
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן: איך וויל נישט פילוזופירן און מגדיר זיין יעדע מציאות, איך וויל עס פשוט לעבן.
פארוואס?
פארוואס איך וויל לעבן? הממ.. אין טעם ברצון. כל דבר רוצה בקיומו. בלע בלע....
עקזיסטירען איז וואס איך טו פאר עה ליווינג. דעט'ס וואט איים עבאויט. בלע בלע...
באמת גערעדט, אויב טוה איך עס פאר א סיבה, האב איך עס שוין פארפאסט. עס איז מסתם מער כדי פטור צו ווערן פון די עול פון סתירה וואס געפינט זיך אין הגדרות למיניהם. עפעס אן ענין פון מנוחה פונעם עולם התהו, פונעם נפש מבהלה. דערנאך איימאל מען איז דערין ווערט מען שוין צוגעבונדען אזוי אז מען גייט נישט ארויס.
יא יא, ווען געשעהט דאס שוין?
בא שבת בא מנוחה. ..... ... ...

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2013 10:44 pm
דורך הוגה
מוח שליט האט געשריבן:פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, פונקט ווי דו האלטסט דיך פאר די זעלבע 'איך' ווי דיינע קינדישע יארן פשוט אלס א זכרון קאנשעסנעס וואס דו האסט יעצט. אזוי קען דאך משה האבען א זכרון קאנשעסנעס פון א מציאות פון יאנקל.

אדרבא זאג דו וואס קאנעקט דיך באמת מיט דיין קינדישע יארן? מיט וואס ביסטו דער זעלבער? וועסטו זעהן אז די זעלבע זאך וואס איז דיך מאחד פון אלס קינד, קען אויך מאחד זיין צוויי אנדערע מענטשן.

אבער אחרי שובי נחמתי, ווייל אויב דו האלטסט פון מאטירעליזם, באופן אז די גאנצע 'איך' דיינער איז א פאנקשען פון דיין פיזישער צאמשטעל, דעמאלט אויב איז בטל דיין פיזישע צאמשטעל, איז דיין 'איך' אויך בטל אויף אייביג.

שוין, גענוג זיך ארומגעקוילערט מיט גלגול.

מיר איז אייביג שווער געווען דאס וואס מען סטראשעט מיט אן עונש פון גלגול. האט מען ליב לעבן אדער נישט? אויב נישט, איז דאך מיתה נישט קיין סטראשע, און אויב יא, איז גלגול נישט קיין סטראשע..



די מאחד פון די אקטאר וואס שפילט צוויי אנדערע אקטן קען זיין די פיזישע איך, זיין פיזישע מציאות, הלמאי גארנישט האט זיך געטוישט אין זיין מציאות אויסער די אקט און די פארשטעלאכטס. די זעלבע קען געזאגט ווערן לגבי די מאחד צווישן די איין טאגיקע מענטש און די דרייסיג יעריגי מענטש, די מאחד איז דאס פיזישע מציאות, קענסט עס רופן זיין די ען עח, אדער זיין נשמה, אדער זיין אפשטאם. והא ראי' עס איז נישטא קיין קאנטשעסנעס פון זיינע ערשטע טעג און דאך איז עס אים.

לגבי דיין לעצטע קשיא, איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט? אויב האט ער ליב דאס לעבן דאן האט ער מורא פונעם טויט, אפגעזעהן צו ער וועט צורי מגולגל ווערן דערנאך צו נישט. און אויב האט ער ליב דאס טןיט דאן האו ער דאך נישט מורא צו שטארבען טאקע.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 4:19 am
דורך מוח שליט
אויב האלטסטו אז בלויז די פיזישע גוף איז דאס וואס מאכט די עקזיסטענץ פון די מענטש'ס מענטעל סטארקטור, איז ער דאס זעלבע ווי א פיזישער קאמפיוטער. עס איז דעמאלט בכלל נישטא קיין "איך". דאס גאנצע "איך" איז אויב אזוי נאר א דמיון. קען דאך פונקט אזוי זיין א דמיון אז איך בין לעצטען גלגול געווען בערל און איצטערט שמערל. אויב עס איז נישט מער ווי דמיון דעמאלט מאי אולמא האי דמיון מהאי דמיון?
אויב האלטסטו יא פון אן 'איך', מיזטו עפעס רעדן פון אן איך וואס האט נישט קיין שייכות מיט פיזישער גוף. איז ווייטער שווער אז דער מענטעל סטראקטאר מיינער איז טאטאל געטוישט ווי פון מיין קינדער יארן. מיט וואס איז עס די זעלבע?

חוץ מהנ"ל, איז די פאקט אז די פיזישע באשטאנדטיילן פון מיין גוף זענען טאטאל נישט די זעלבע ווי פון מיין קינדישע יארן. ממילא איז ווייטער שווער, וואס מאכט מיך איינס מיט מיינע קינדישער "איך"?

מיין שאלה אויף גלגול איז אויף דעם וואס מען זאגט אז גלגול איז אן עונש. אויף דעם פרעג איך אז אויב האסטו אזוי ליב צו לעבן, והא ראי' אז מיתה איז אן עונש, דאן וואס איז די סטראשע פון נאכאמאל מגולגל ווערן? אדרבה, א מחיה, מען גייט נאך לעבן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:17 am
דורך [NAMELESS]
אסאך סטעיטמענטס פון ר' עובדיה איז יעצט אין די נייעס נאך זיין נפטר ווערן. איז אינטערסאנט ארויפצוברענגען די אשכול

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 8:34 pm
דורך הוגה
[justify]איך בין פונקט געווען אין די קעלערן פון ק"ש זוכענדיג עפעס האב איך מיר אנגעשטויסן אין דער אשכול. עס איז ממש א הארצווייטאג אז אזא הערליכע שמועס, מלא וגדוש א יעדע איינציגסטע תגובה, זאל ליגן אזוי פארלאזט און פארשטויבט אין א נאסע בעיסמענט. וואו נעמט מען אזא [tag]מוח שליט[/tag], אזא [tag]קופערניקוס[/tag], אזא [tag]לעיקוואד[/tag] ועוד. היו ימים. :(

.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 9:16 pm
דורך טאמבל סאס
מענין לענין באותו ענין. כ'האב פונקט היינט געטראפן עמיצן וואס האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף מיר. כ'האב טאקע אפגענומען זיינע קאנטאקט דיטעליס און מ'וועט אנהאלטן בקשר. ער איז אויפגעוואקסן אין א פרייער היים אין תל אביב. ער האט אטענדעד א בית ספר ממלכתי וואו מ'האט געלערנט תנ"ך טרוקן - נישט מיט קיין רעליגעיזע אויסטייטש. שפעטער זענען זיינע עלטערן דורכגעגאנגען א פעיז, האבן זיי געצויגן זיך צו א פרומערע געגנט און דארט האט ער געלערנט אין א מאדערן ארטאדאסישע ישיבה, האט ער זעהר הנאה געהאט פון די געפיהל און טעם וואס מ'האט אריינגעלייגט אין די פסוקים. בקיצור, ער האט אנגעהויבן פארשטיין בעסער די אנדערע זייט און ס'האט אים געכאפט. ביז זיין פאמיליע האט זיך געצויגן צו אייראפע ווען ער איז פערצן יאר געווארן און דעמאלט האבן זיי אים געשיקט צו א סטעטיט סקול אוואו רוב קלאס זענען קריסטן געווען. דאס האט אים שוין ממש דערלייכטיקט און גורם געווען ער זאל נאר מוסיף זיין ידיעות און פרעספעקטיוו. ער זאגט נישט נאר האט עס אים געמאכט פרעגן פארוואס דער קריסט גלייבט נישט אין וואס ער גלייבט און זוכט אים נאך איבערצומאכן נאר עס האט אים זעלבסט אויך געמאכט ריפלעקטן ער זאל 'זיך' בעסער פארשטיין. יעצט איז ער א חסיד פון מעדיטאציע און דער בודא. שוין, דאס אלץ איז נישט נוגע צו וואס איך וויל רעדן מתוך שיחי אתו.

דער מושג פון עפטער לייף זאגט ער קומט פון די עגיפטער, אונזערע באצווינגער פון וועמען מיר זענען אנטלאפן נישט לאנג צוריק. ווען די ארטיגע האבן געמאכט דעם טויש פון פאנגער-איינזאמלער צו אגרעריען, איז דערמיט די שפע געוואקסן, די מענטשן זיך געמערט און מ'האט מער צייט באקומען. נו, ווייסן מיר וואס געשעהט אויב האט מען צופיהל פרייע צייט. מ'הויבט אן טראכטן און פרעגן קשיות. און אז מ'פרעגט קשיות איז עס גורם צו אומסטאביליטעט אין געזעלשאפט און א געפאר פאר די לידערס. ברענגט אבער די ציוויליזאציע טויש אויך א פארמירונג פון קלאסן. אלזא, האט דער העכערער קלאס ערצייגט די BOOK OF THE DEADמיט א מעשה און א טראדיציע פון א חיים לאחר המות, א שרעקעדיגע טייך און נאך אבסטיקעלס אדורכצומאכן, אנצוקומען לצד השני צו די טוב הצפון און א קובץ לחשים און סגולות צו געדענקען אזוי מ'זאל זוכה זיין לחיי עולם. די בוקס האבן ספעציעלע סופרים געשריבן אויף פאפיירוסן און ווער ס'האט געצאלט די מעות קדומה פאר די פאפיירוס, געשריבן אין היראגליפיע אדער היראטי, האט זוכה געווען צו דעם חלקה..עםם..כמיין.. די ביכל באהאלטן צו ווערן צוזאמען מיט אים אין דער טויטן קאסטן, אדער געהאנגען צו ווערן אויף די וואנט פון זיין טיומב. א האלבע יאר'ס סאלערי האבן די אינטרעסירטע געדארפט צאלן זיך איינצוהאנדעלן דעם סם החיים. וכל הקדים זכה. כ'גלייב נישט ס'געווען אזוי סימפל, "אינווענטעד", אבער מסתמא האט זיך עס ביסלעכווייז עוואלווד, כעין זה, אין לויף פון עטליכע מילעניע.