בלאט 8 פון 13

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 11:35 pm
דורך יָדוֹרָש
נתקשה פלוני ב'מגלה פנים בתורה שלא כהלכה' ובתורה לקנתר' עס שהראה לו הקב"ה אסיפה זו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 11:40 pm
דורך מענדל
אישתישבי האט געשריבן:עס איז פשוט אז דער עירוב איז א בחינה פין היום אומר לו עשה כך וכו'.

ווער דארף דען די עירוב? אפאר קלים וואס ווילען טראגען?

פין ראצפערט איז נישט קיין ראי'.
סהייסט שלמה המלך האט מתקן געווען אן עירוב פאר קלים ?

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:29 am
דורך שמעון וואלף
מענדל האט געשריבן:סהייסט שלמה המלך האט מתקן געווען אן עירוב פאר קלים ?
אז ער האט געקענט בויען דעם טריפה'נם כותל, איז שוין גארנישט קיין קשיא.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:44 am
דורך סקעפטיקער
הקטן האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די גאנצע אשכול ווערט נישט דערמאנט אפילו איין מאל די אפפרעג צו די טענה פון די אוסרים לגבי זיכו הפת, אז זיי ווילן נישט זוכה זיין, די פראבלעם איז אבער אז יעדער יחיד אין וויליאמסבורג קען זוכה זיין אין די שלו''ס בילקעלע אין די גרויסע שול אויף ראדני.
נישט אז איך נעם א שטעלונג, אבער אין הצבי והצדק ווענדט ער אפ די טענה
ווער איז דער הצבי והצדק און וואו אזוי וענדט ער אפ?
הצבי והצדק האט ארויסגעגעבן ר' הערשל מילער רב אראד וויליאמסבורג אנטקעגן דעם עירוב, איך בין נישט גענוג בקי צו קענען איבערזאגן זיינע טענות דערקעגן, אבער ער האט אן אריכות

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:53 am
דורך אלע צוזאמען

פאוסט פליז א פיקטשער.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:24 pm
דורך סקעפטיקער
אלע צוזאמען האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן: הצבי והצדק האט ארויסגעגעבן ר' הערשל מילער רב אראד וויליאמסבורג אנטקעגן דעם עירוב, איך בין נישט גענוג בקי צו קענען איבערזאגן זיינע טענות דערקעגן, אבער ער האט אן אריכות
פאוסט פליז א פיקטשער.
https://images.app.goo.gl/G7WNWEAvLfxUHuRC6

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:38 pm
דורך מר. קלונימוס
חיים שיק האט געשריבן:
satmar.jpeg
שקר אויף די ערשטע צוויי רבנים, געווען קעגן

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:21 pm
דורך אינטערסאנטער
סקעפטיקער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די גאנצע אשכול ווערט נישט דערמאנט אפילו איין מאל די אפפרעג צו די טענה פון די אוסרים לגבי זיכו הפת, אז זיי ווילן נישט זוכה זיין, די פראבלעם איז אבער אז יעדער יחיד אין וויליאמסבורג קען זוכה זיין אין די שלו''ס בילקעלע אין די גרויסע שול אויף ראדני.
נישט אז איך נעם א שטעלונג, אבער אין הצבי והצדק ווענדט ער אפ די טענה
ווער איז דער הצבי והצדק און וואו אזוי וענדט ער אפ?
הצבי והצדק האט ארויסגעגעבן ר' הערשל מילער רב אראד וויליאמסבורג אנטקעגן דעם עירוב, איך בין נישט גענוג בקי צו קענען איבערזאגן זיינע טענות דערקעגן, אבער ער האט אן אריכות
דער הצבי והצדק טענה'ט בעיקר אז וויבאלד עטליכע אידן האבן קלאר געזאגט אז זיי זענען זיך מתנגד צום זיכוי הפת, דעריבער איז נישטא קיין זיכוי הפת וואס דאס איז איינס פון די תנאים אז די עירוב זאל זיין כשר.

די אנדערע - ד.ה. די מתירים טענה'ן אז מען קען מזכה זיין בעל כרחו אויב עס איז א זכות גמור, און דא איז דאך עס א זכות ווייל עס מאכט זיך ביי יעדן איינעם אז ער זאל אמאל בטעות עפעס פארגעסן אין טאש, און טאמער עס איז דא אן עירוב ווערט ער געראטעוועט פון אן איסור תורה איז דאס שוין א זכות פאר אים. נאכדעם טענה'ן זיי אז אין אלע גרויסע שטעט אינדערהיים איז געווען עירובין וואס מען האט זיך געשלאגן איבער דעם און עס איז אוודאי געווען משוגעים וואס האבן געשריגן אז איך וויל נישט זיין נכלל אין דעם זיכוי הפת און דאך האט מען געקענט טראגן מיט די עירוב, ממילא מיז זיין אז די מענטשן וואס זאגן אזוי מיינען עס נישט ערנסט אדער אז מען קען מזכה זיין בעל כרחו, דורך די מושל העיר וכדומה.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:53 pm
דורך די אנדערע זייט
וואס דארפסטו מער פון ר' חיים דוד כ''ץ, ווען מ'האט געמאכט א עירוב אויף 52 אין ב''פ ווען מהרז''ל איז געקומען האט איינער פון די שכנים אנגערופען די דיין זאגען אז ער איז זיך נישט משתתף און די דיין האט גע'פסק'נט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם
אגב בין איך נייגעריג אויב איינער וועט זאגען אז ער איז זיך נישט משתתף אין מאנסי אדער קר''י צי מ'וועט אויכעט אסר'ן די עירוב

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:54 pm
דורך מתבודד
אינטערסאנטער האט געשריבן: ווייל עס מאכט זיך ביי יעדן איינעם אז ער זאל אמאל בטעות עפעס פארגעסן אין טאש, און טאמער עס איז דא אן עירוב ווערט ער געראטעוועט פון אן איסור תורה איז דאס שוין א זכות פאר אים.
לכאורה איז ער א געהעריגע מתעסק, ניטאמאל קיין שוגג.

אויב א זכות פאר אים איז עס אפשר ווייל אזוי האט ער אויף וועם צו שרייען און זיך רעגן... פאר געוויסע מענטשן איז עס טאקע פיקוח נפש (צו קענען באשרייען אנדערע וכו') ווידער אנדערע האלטן עס פאר א פשוט'ע 'זכות'...

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:40 pm
דורך בן נון
שיין

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:42 pm
דורך כרם זית
ר' משה פיינשטיין אין 'מסורת משה' האלט אז אויב מען איז זיך נישט משתתף, העלפט עס נישט. אבער ער ריפט זיי אן רשעים און משגעים (כאטש ער האט - לכאורה - נישט געהאלטן פון די עירוב).

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:50 pm
דורך פאלגזאם
yn.NY האט געשריבן:
נוח האט געשריבן:פאר מיר איז די גרעסטע פלא אז אזא חשוב'ער רב ווי הגה"צ ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א איז געפאלן פאר זייער לשון חלקלקה. מ'רעדט דאך דא פון גענצליך אנדערע אינטערעסן. הרב גיפס איז א איד א גאון ויר"ש וואס האלט גאר שטארק אז דער עירוב איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, און ער האט זיך אריינגעזעצט צווישן א סטאטע כלבים ועמי הארץ וואס הלכה און יר"ש מיינט ביי זיי גארנישט, און זענען זיך מתנגד צום עירוב אך ורק ווייל אני ואפסי ואין עוד, און וואלטן אין איין רגע געטוישט זייער "הלכה" אויב די פאליטיק און פּאַוער וואלטן פארלאנגט פארקערט. פרעגט זיך די שאלה, מה לו לכהן בבית הקברות?
כווייס נישט ווער דער רב איז אבער סאיז מיך אויך א גרויסע חידוש אז באבוב האט געשיקט זיין איידעם.

כפארשטיי טאקע אז באבוב טראגט נישט, אבער וואס מיינט ער, אז סאיז טאקע א אימשילדיגע אסיפה זיך צו מחזק זיין פאר קדושת השבת? סך הכל א פאליטישע מעמד צו טעראריזירן די אידן וואס טראגן מיטן עירוב (אזויווי רוב קהלות אויסער סאטמאר אין ווסב"ג)
לכאורה האט די באבוב'ער געפסקנ'ט אזוי. ער איז דאך פון די פוסקי הדור.

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:56 pm
דורך באר מים
לשיטתם פון די וואס ווילן נישט זוכה זיין און זיי האלטן אז דאס פסל'ט די עירוב, האבן זיי א תירוץ פארוואס זיי ווילן נישט זוכה זיין, אדער עס איז סתם ווייל אזוי האב איך געזאגט און אזוי וועט זיין?
נאכמער, אויב איז עס סתם להכעיס אפשר קען מען זאגן אז ער הייסט א רשע פארן זוכן מכשיל צו זיין אנדערע אידן און אין אדם משים עצמו רשע איז ער דאך נישט באגלייבט צו זאגן אז ער וויל נישט זוכה זיין

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
עפעס באריכטען פון די וומ''ס אסיפה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:54 pm
דורך בעל אחריות
באר מים האט געשריבן:לשיטתם פון די וואס ווילן נישט זוכה זיין און זיי האלטן אז דאס פסל'ט די עירוב, האבן זיי א תירוץ פארוואס זיי ווילן נישט זוכה זיין, אדער עס איז סתם ווייל אזוי האב איך געזאגט און אזוי וועט זיין?
נאכמער, אויב איז עס סתם להכעיס אפשר קען מען זאגן אז ער הייסט א רשע פארן זוכן מכשיל צו זיין אנדערע אידן און אין אדם משים עצמו רשע איז ער דאך נישט באגלייבט צו זאגן אז ער וויל נישט זוכה זיין
ער וויל אפיציעל אפהאלטן אידן פון טראגן דורך'ן פסל'ן די עירוב, דאס מאכט אים לכאורה נישט אויס רשע ווייל למעשה איז ער מכשיל אנדערע אידן וואס טראגן סיי ווי, כאטש ער קען אויף דעם טענה'ן אז ער איז נישט מכשיל ווייל יענער איז נישט מחויב צו טראגן...

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:06 pm
דורך וויליאמסבורגער
ששון ושמחה האט געשריבן:עפעס באריכטען פון די וומ''ס אסיפה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:26 pm
דורך הקטן
בעל אחריות האט געשריבן:
באר מים האט געשריבן:לשיטתם פון די וואס ווילן נישט זוכה זיין און זיי האלטן אז דאס פסל'ט די עירוב, האבן זיי א תירוץ פארוואס זיי ווילן נישט זוכה זיין, אדער עס איז סתם ווייל אזוי האב איך געזאגט און אזוי וועט זיין?
נאכמער, אויב איז עס סתם להכעיס אפשר קען מען זאגן אז ער הייסט א רשע פארן זוכן מכשיל צו זיין אנדערע אידן און אין אדם משים עצמו רשע איז ער דאך נישט באגלייבט צו זאגן אז ער וויל נישט זוכה זיין
ער וויל אפיציעל אפהאלטן אידן פון טראגן דורך'ן פסל'ן די עירוב, דאס מאכט אים לכאורה נישט אויס רשע ווייל למעשה איז ער מכשיל אנדערע אידן וואס טראגן סיי ווי, כאטש ער קען אויף דעם טענה'ן אז ער איז נישט מכשיל ווייל יענער איז נישט מחויב צו טראגן...
אויף אפצוהאלטן, פאר ווער ס'האלט זיך אפ, איז גענוג דאס וואס ער זאגט ער איז נישט זוכה, פאר דעם פעלט נישט אויס באמת נישט זוכה צו זיין.
באמת נישט זוכה זיין איז קלאר נאר א חוב פאר אים,
וזכין לאדם שלא בפניו.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:18 am
דורך באר מים
בעל אחריות האט געשריבן: ער וויל אפיציעל אפהאלטן אידן פון טראגן דורך'ן פסל'ן די עירוב, דאס מאכט אים לכאורה נישט אויס רשע ווייל למעשה איז ער מכשיל אנדערע אידן וואס טראגן סיי ווי, כאטש ער קען אויף דעם טענה'ן אז ער איז נישט מכשיל ווייל יענער איז נישט מחויב צו טראגן...
דאס איז אלעס גוט ווי לאנג ער טראכט אז עס וועט העלפן איין מאל מען טראגט ווייטער איז איגלאי מילתא למפרע אז באמת וויל ער יא זוכה זיין אדער אז ער איז א רשע
אויסער דעם פארוואס וויל ער נישט אז מען זאל טראגן?
די עיקר פראבלעם לשיטתם איז זיכוי הפת און אויב ער וועט זוכה זיין וועט דאך שוין נישט זיין קיין פראבלעם קומט אויס אז ער איז 2 מאל א רשע 1 מאל פארן וועלן מצאר זיין יענעם נישט צו טארן טראגן און די צווייטע מאל פארן מכשיל זיין

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:51 am
דורך שמעון וואלף
הקטן האט געשריבן:
בעל אחריות האט געשריבן:
באר מים האט געשריבן:לשיטתם פון די וואס ווילן נישט זוכה זיין און זיי האלטן אז דאס פסל'ט די עירוב, האבן זיי א תירוץ פארוואס זיי ווילן נישט זוכה זיין, אדער עס איז סתם ווייל אזוי האב איך געזאגט און אזוי וועט זיין?
נאכמער, אויב איז עס סתם להכעיס אפשר קען מען זאגן אז ער הייסט א רשע פארן זוכן מכשיל צו זיין אנדערע אידן און אין אדם משים עצמו רשע איז ער דאך נישט באגלייבט צו זאגן אז ער וויל נישט זוכה זיין
ער וויל אפיציעל אפהאלטן אידן פון טראגן דורך'ן פסל'ן די עירוב, דאס מאכט אים לכאורה נישט אויס רשע ווייל למעשה איז ער מכשיל אנדערע אידן וואס טראגן סיי ווי, כאטש ער קען אויף דעם טענה'ן אז ער איז נישט מכשיל ווייל יענער איז נישט מחויב צו טראגן...
אויף אפצוהאלטן, פאר ווער ס'האלט זיך אפ, איז גענוג דאס וואס ער זאגט ער איז נישט זוכה, פאר דעם פעלט נישט אויס באמת נישט זוכה צו זיין.
באמת נישט זוכה זיין איז קלאר נאר א חוב פאר אים,
וזכין לאדם שלא בפניו.
ער האלט אז די עירוב איז נישט אויסגעהאלטן מחמת כמה טעמים, און די וואס טראגן זענען סייווי מחלל שבת. פאר דער וואס האלט אז די איינציגסטע פראבלעם מיטן עירוב איז נאר וועגן זיכוי הפת, ביסטי גערעכט.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:02 am
דורך שמעון וואלף
ששון ושמחה האט געשריבן:עפעס באריכטען פון די וומ''ס אסיפה?
די פון פאראויס געשריבענע באריכטן זענען ווי פאלגענט:

צד האוסרים: ברוך המקדש שמו ברבים! צענדליגע טויזענטע תושבי וומ"ס פון אלע קהילות ובראשם רבני ואדמור"י העיר האבן איבערגעפילט די גענאנטישע עדן פלאס זאלן. טראץ די גרויסע ערווארטונגן האט זיך למעשה אויסגעשטעלט אז מ'האט אינטערגעשאצט די ווארעמקייט פונעם ציבור פאר'ן הייליגע שבת. בלא בלא בלא...

צד המתירים: נאך וואכן לאנג פראפאגאנדירן און פארשווענדן צענדליגע טויזענטע דאללער, האבן די אנגעווייטאגטע עירוב שרייערס באוויזן צאמצושלעפן עטליכע הונדרעט בחורים און צענדליגע בעלי בתים, צו זייער כינוס. אויפ'ן אויבן אן זענען געזעצן געציילטע רבנים און עטליכע מגידי שיעור ובנן של קדושים. טראץ דעם וואס די כינוס איז פארגעקומען אין צענטער פון שטאט, האט מען צוגעשטעלט טראנספארטאציע פון איבעראל, צו מאכן באקוועם דאס קומען פאר די בין-הזמנים בחורים. בלא בלא בלא...

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:05 am
דורך די אנדערע זייט
איינער האט מיך געשיקט, זעהט אויס צי זיין פון מהר''א, ווייס נישט אויב ס'איז אמת
*מתוך דברות קודש*
*כ"ק מרן האדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א:*
בנושא עניני עירובין בברוקלין 

בתוה"ד:

לגבי עירובין ווייסט מען איז דא אזא זאך ווי רשות היחיד און רשות הרבים, א רשות הרבים איז די הלכה אז מ'טאר נישט טראגן, א רשות היחיד מעג מען טראגן,

*האבעך גע'קלערט אזוי, בדרך צחות, לענינינו קען מען זאגן אז אין וויליאמסבורג איז פּונקט פארקערט,*

*די וואס ווילן טראגן און האלטן פון דעם עירוב האלטן אז ווימס"ב איז א רשות הרבים...*
*די וואס וואס האלט נישט פון דעם עירוב, האלטן אז ווימס"ב איז א רשות היחיד (אז נאר זיי זענען כאילו באלעבאס..)*

*ס'איז אן עמקות, נאכאמאל.*
*די וואס האלטן פונעם עירוב, האלט אז ס'איז א רשות הרבים..*
*די וואס האלטן אקעגן דעם ווימס"ב-עירוב האלטן אז ווימס"ב איז א רשות היחיד...*
ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

*לגבי דאהו אין קרית יואל, טאקע די זעלבע וואס האלטן אז ווימס"ב איז א רשות היחיד, ווילען האלטן אז דא אין קרית יואל איז א רשות הרבים...*
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
___
מתוך דב"ק כ"ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט"א, 
בסעודת עתיקא קדישא עם תלמידי שיעור ד' 
שב"ק פר' בלק בביתו נאווה קודש קרית יואל.

באחד מהשאלות ותשובות, נושא: עניני עירובין בברוקלין 

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:11 am
דורך שמעון וואלף
ער האט נאר פארגעסן צוצולייגן אז דער וואס האלט אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים, וויל האלטן אז קרית יואל רבתי איז א רשות היחיד.