בלאט 8 פון 19
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 7:53 pm
דורך היימישער
איינער האט אפשר די אינטערוואו פון צימערמאן ווי א יוד פרעגט אים פארוואס די מחאה איז געווען ?
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:15 am
דורך רויטע וואנצעס
א אשה כשירה, ביי די נייע סטאר, טוט שוין די דזשאב פאר ציממערמאן, ער זאל נישט דארפן אהינקומען זיך מטמא זיין!!!! האהאהאהא!
https://www.facebook.com/photo.php?v=25 ... =2&theater
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:52 pm
דורך סאשי פיש
וועד הצניעות האבען דורך זייער שיק-אינגעל צימערמאן אנגעספרעיט טויבער׳ס קליידער סטאר פראנט פענסטער אין וויליאמסבורג
די פענסטער
image.jpg
די פאליציי אויפען סעצענע
image.jpg
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:05 pm
דורך סאשי פיש
צימערמאן ווערט ארויסגעפירט פון א בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט זיין בעבי אין די קערידזש
https://copy.com/9kTh9
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:24 pm
דורך טעפל
זעהט גאר נישט אויס וואו מ'פירט איהם ארויס, זעהט אויס ווי מבאלעקט זיך מיט איהם..
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:10 pm
דורך פלעין יודיש
ווי איז דער צימערמאן געבוירן???
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:12 pm
דורך איש עברי
ווי איז פלעין יודיש אזוי פלוצלינג געבוירן?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:12 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם מר. יונגליש.
עברי ,ער מיינט צו פרעגן אויב ער שטאמט פון א מאמע אדער חלילה פון די יעניגע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:21 pm
דורך איש עברי
אני בעניי כבר ביארתי במקום אחר אז איך בין אומצעפרידן מיט די נאמען פון די אשכול בכלל און דאס אנלייגן די שולד אויף צימערמאן, לעניינינו צימערמאן איז א וואוילע אינגערמאן פון א גוטע שטוב וועלכע איז נעבעך געפאלן א קרבן צו די שלעכטע צינישע רבנים און אזוי גערופענע כלל טוער אין וויליאמסבורג וואס שטייען און רייבן זיך די בייכער אונטער די קוליסן און שיקן ארויס צימערמאן אויף דשיהאד מיסיעס.
ער טוט גארנישט על דעת עצמו ער איז א שליח נאמן לשולחיו, און זיי נוצן אויס זיין תמימות און נארישע קליינקעפיגקייט און קינדערישקייט אויף א צינישע אופן, ער טוט וואס נאר,,פרייליך וואלט געוואלט טוהן נאר ער שעמט זיך, און די אויגן פון אסאך וויליאמסבורגע אידן איז ער א הערא.
לעצם השאלה ער איז געבוירן אין ווילי צו א סאטמאר געשטימטע משפחה, ער איז איידעם ביי א באיאנער [און ער שרייט שבת אויף זיין שוויגער]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:17 pm
דורך שמעקעדיג
פלעין יודיש האט געשריבן:ווי איז דער צימערמאן געבוירן???
אין שפיטאל זאגן זיי
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:19 pm
דורך ישמעאל הכהן
אינדערהיים זאגן זיי. ס'געווען שבת און ווען זיין מאמע איז אריין אין קאר סערוויס האט זיך דער עיבור גענומען שרייען שבת שבת שבת
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
איש עברי.... איך קאן אביסל דעם צימערמאן, אזויפיל קאן איך דיר זאגן, ער איז נישט קיין שליח פון קיינעם, אלעס מדעת עצמו מיט א שמוץ אריבער פון וואס ער האט געלערנט. איך וועל נישט שרייבן אין פאבליק וואס איך האב אויף אים, אין דרכי בכך, אבער אזויפיל... וואס עס פעלט זאל אים צוקומען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:26 pm
דורך איך אויך
עס לאזט זיך אבער יא זאגן אז ער איז א פראדוקט פון א צוקאקטע וויליאמסבורג סאסייעטי ווי אנשטאט מען זאל עם נאכשרייען אין די בתי מדרשים און אויפן גאס ער זאל דארפן ארומלויפען ווי א פארסאמטע מויז איז ער גאר דער פון וועם אומשולדיגע מאמעס און ארענטליכע געשעפטסלייט דארפן ציטערן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:27 pm
דורך ישמעאל הכהן
מ'האט אים נישט גענוג אנגעהאקט די ביינער? ער איז ווי דער צפרדע קענסט גארנישט טון מיט אים!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:54 pm
דורך עוד מישהו
איך האב קיינמאל נישט געשריבן וועגן אים, איך קען אים נישט און איך וויל אים נישט קענען, גענוג די קליפס וואס איך זע.
דא ביי אונז אין א"י, איז נישטא איין אזעלכע נאר הונדערטע אדער גאר טויזנטע.
אבער אין די צייטן פון ביהמ"ק, וואלט די ווייב פון אזא איינער מעגליך געקענט באקומען סקילה.
ס'שטייט אין די וואכיגע סדרה, ענק וועלן מיר פרעגן וואו? נישט שיין צו זאגן אבער הערטס אויס די לייענען די וואך. אן אפענע פסוק פרק כ"ב פסוק י"ח
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:05 pm
דורך איך אויך
חובעלע האט שוין אפערירט זיינע סערוויסעס יענע צייטן?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:41 pm
דורך ממרום שלח אש
איש עברי האט געשריבן:אני בעניי כבר ביארתי במקום אחר אז איך בין אומצעפרידן מיט די נאמען פון די אשכול בכלל און דאס אנלייגן די שולד אויף צימערמאן, לעניינינו צימערמאן איז א וואוילע אינגערמאן פון א גוטע שטוב וועלכע איז נעבעך געפאלן א קרבן צו די שלעכטע צינישע רבנים און אזוי גערופענע כלל טוער אין וויליאמסבורג וואס שטייען און רייבן זיך די בייכער אונטער די קוליסן און שיקן ארויס צימערמאן אויף דשיהאד מיסיעס.
ער טוט גארנישט על דעת עצמו ער איז א שליח נאמן לשולחיו, און זיי נוצן אויס זיין תמימות און נארישע קליינקעפיגקייט און קינדערישקייט אויף א צינישע אופן,
דאס איז נאך א שוואכערע קאנספיראציע טעאריע ווי פלארייד אין די וואסער. סתם גהאקט א טשייניק. קיינער שיקט אים נישט אין ערגעץ, ער איז נעבעך לערנינג דיסעבלד. סאמהאו האט ער זיך אנגעהאקט מיט נטורי קרתא דוויליאמסבורג (א נייע באוועגונג וואס איז אלט בערך אכט יאר, נישט אפיליעטד מיט קיין שום רב אדער עסקן) און די רעשט איז היסטארי.
דאס איז אויב דו ווילסט וויסן פאקטן, אויב זוכסטו קאנספיראציעס וויל איך דיר נישט מבלבל זיין.
איך אויך האט געשריבן:עס לאזט זיך אבער יא זאגן אז ער איז א פראדוקט פון א צוקאקטע וויליאמסבורג סאסייעטי ווי אנשטאט מען זאל עם נאכשרייען אין די בתי מדרשים און אויפן גאס ער זאל דארפן ארומלויפען ווי א פארסאמטע מויז איז ער גאר דער פון וועם אומשולדיגע מאמעס און ארענטליכע געשעפטסלייט דארפן ציטערן.
הבל הבלים, ער איז נעבעך נישט מיט אלעמען, מען שרייט פלענטי אויף אים און קיינער האט נישט מורא פון אים, א אומשעדליכע בריאה א אומשולדיג ווערימעל. גראדע איז עס סתם מדות מושחתות אזא איינעם נאכשרייען און שלאגן חלילה. אויב איז ווילי בעסער מיט דעם הינזיכט איז עס נאר א מעלה.
אויב דארף מען צענזור וואלט איך ארונטערגענומען די גאנצע אשכול, נישט קיין יושר צו איזדעקעווען אויף א קראנקע מענטש, בפרט אז זיין משפחה זענען נאבעלע ארענטליכע מענטשן. וואס ליידן נעבעך חרפות ובושות. נאר זיינע נטורי קרתא חברים זענען אויך שולדיג און עם ארויסשטעלן אויפן פראנט, א נידעריגקייט זיך צו באהאלטן אונטערן רוקן פון א אומגעזונטן פארשוין.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:43 am
דורך גנדי
דער משוגענער שרייט וואס יעדער אין וויליאמסבורג טראכט...
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:48 am
דורך נולד מאוחר
גנדי האט געשריבן:דער משוגענער שרייט וואס יעדער אין וויליאמסבורג טראכט...
גוזמא קתני
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 7:26 am
דורך פלעין יודיש
איש עברי האט געשריבן:ווי איז פלעין יודיש אזוי פלוצלינג געבוירן?
איך בין נאר אריינגעקימען און איך ציטער פון דיין שארפע צינגעל
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 7:55 am
דורך איש עברי
איך בעט דיך איבער און איך באגריס דיך מיט א ווארימע שלום עליכם, יהא בואך לברכה ולהתרוממות כבוד השטיבל וכותביה.
חזק ואמץ האב נישט מורא נעם די קיבאורד אין די האנט און נעם דיך האקן שטיקער, איך בין אויך נישט קיין אלטגעזעסענער דא, מילא פון מיר דארפסטו זיכער נישט מורא האבן.
טאמער שעמסטו זיך איז דא א ספעציעלע אשכול מיט אנוויזונגען וויאזוי מען קען זיך מתגבר זיין אויף דעם, טאמער האסטו פשוט מורא אז דו רעדסט נישט צו די זאך איז אויך נישט געפערליך מעשים בכל יום דא.