בלאט 8 פון 15

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:05 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ברוך השם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
ראשעקאל האט געשריבן:זשעליאני, דעבלאזיא און זשאו ליבערמאן היינט אין פריים גריל.


אינטערעסאנט זשולאני איז נישט געווען ביי דיבלאזיע'ס הכתרה. זיין בענקל איז געווען ליידיג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:22 pm
דורך סאשי פיש
די פאליציי האט געבראכען א דראג רינג אין די היימישע וויליאמסבורג געגענט אויף ספענסער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:23 pm
דורך סאשי פיש
די אלעמען באקאנטע באנדא׳ס גראסעריי מעלד אז זיי גייען זיין אפען 24 שעה א טאג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
סאשי פיש האט געשריבן:די פאליציי האט געבראכען א דראג רינג אין די היימישע וויליאמסבורג געגענט אויף ספענסער.

וואו איז גד החוזה?
איינער זעהט דראג רינגען? איך זעה גארבעדזש.
[tag]גד החוזה[/tag], כ'האב געקעטשט פון דיר, כ'בין אבסעסט :?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 4:07 pm
דורך סאשי פיש
יא יא אבער אין די גארבעידזש בעגס ליגען [tag]שמעקעדיג[/tag]ע געווירצען

א פרישער סקאנדאל איבער קריס קריסטי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:29 am
דורך מ גפני
איינער קען ביטע שרייבן פרטים איבער די פרישע סקאנדאל? עפעס וועגן לעין קלאוזשערס אויפ'ן GWB

קאר גנב אין וויליאמסבורג ארעסטירט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:44 am
דורך סאשי פיש
סוף גנב לתליה..

תושבי וויליאמסבורג האבן זיך אויפגעוועקט די לעצטע וואך צייט ווען יעדן אינדערפרי האט מען נעבעך געהערט פון אנדערע אידן וואס מען האט אדער געגאנבעט זייער קאר, אדער ארויסגעגאנבעט טייערע חפצים פון די קאר, און ביי 1 פאל איז געווען ביידע ווען מען האט פארגעגאנגענעם שבת געגאנבעט פון הצלה וואלונטיר ר' זלמן גלויבער זיין מיני ווען מיט די טייערע הצלה חפצים וואס איז געליגען דערינען, סאיז שוין געווען אזא מצב ווי מען האט שוין נישט געפרעגט וואס איז געשען, נאר ביי וועם איז עס די נאכט געשען..

די געטרייע קארדינעטער'ס פון חברה שומרים זענען געווען אנטשלאסן צו כאפן דעם גנב און אפראטעווען אידישע נכסים, געטרייע שומרים וואולנטירן זענען יעדען טאג אראפ צו די געליטענע גענומען די קעמרע'ס פון די געגענט און פארשטייט זיך געמאכט זיכער אז יעדער מאכט א פאליס רעפארט אזוי ווען מען וועט אי"ה כאפן די פארברעכער, קענען די פאליס אים תכף ארעסטירען על שם דעם פאליס רעפארט.

פארשטייט זיך אז די עיקר ארבעט איז געווען זיך דרייען ביינאכט שטילערהייט און מיט א געניט אויג כאפן דעם גנב אן דעם וואס ער זאל באמערקן און אפיאגן, סא די לעצטע פאר נעכט און פארשטייט זיך די נאכט האבן די העלדישע קארדינעטער'ס‏ פארריפן בערך 10 וואלונטירן און מען האט צוטיילט די גאסן, ווי יעדער האט זיך געהאלטן אין זיינע פאר גאסן און געהאלטן א געניט אויג צו כאפן דעם געזיכטן פארשוין.

און יגעתי מצאתי תאמין, בערך 2:45AM האט די מעמבער וואס זיין פאזיציע איז געווען ביי די פלאשינג X סקילמאן געגענט געזען והנה דער פארשוין איז צוריקגעקומען און תכף געלאפן ווייטער פון קאר צו קאר שלעפן די הענטלעך פון די טירן,און פון יעדע קאר וואס איז געווען אפען האט ער ארויסגענומען טייערע חפצים, און מען האט נאכגעקוקט האט מען געזען ווי ער טראגט די געגאנבעט חפצים צום נעקסטען גאס ווי א שותף לדבר מצוה ווארט אים אפ מיט נישט קיין אנדערע קאר נאר מיט די מיני ווען פון די הצלה וואולנטיר ר' זלמן גלויבער, די העלדישע וואלונטירען האבן תכף ארום גענומען יענע צוויי גאסן און אלאמירט די פאלציי ווי מען האט ביידע געכאפט רעד הענדעד "אין" די מיני ווען פון ר' זלמן ב"ה.
די פאליציי אויפן צענע האבן נישט געקענט גלייבען וואס זיי זעין ווי אזא שטארקע קעיס איז זיי געקומען אין הענט אריין ווי א מתנה, א דאנק די געטרייע ארבעט פון חברה שומרים די לעצטע טעג און נאכט, די 79 סארזעשנט אויפן צענע האט זיך אויסגעדריקט פאר די שומרים קארדינעיטער'ס אז ער זאל שיקן די וואולנטיר זיך לייגן ווייל ער קען ניצן מארגען הילף אין אנדערע געגענטער..

שומרים הפקד לעירך....

ק/פ

ביים גנב׳ען
גנב
גנב
image.jpg (80.96 KiB) געזען געווארן 3215 מאל


ביים געכאפט - ארעסטירט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:15 am
דורך מ גפני
דאס ווייזט נאכאמאל די וויכטיגקייט פון אינסטאלירן קאמערעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:39 am
דורך טעפל
מ גפני האט געשריבן:דאס ווייזט נאכאמאל די וויכטיגקייט פון אינסטאלירן קאמערעס

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל, מ'זעהט עס נאכאמאהל און נאכאמאהל..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:06 pm
דורך סאשי פיש
וויליאמסבורג: א פאפא חדר באס האט געברענט און איז ב״ה צייטליך פארלאשען געווארען אן קיין געשעדיגטע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
געטראכט א רשע טבת,
א' פ'ייער א'ין פ'אפא

עקסידענט אין בארא פארק

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:15 pm
דורך גיבור
א עקסידענט אין בארא פארק!
א באס פיל מיט בעלזער בחורים האט זיך צאמגעשטויסן מיט א אמבולאנס
20 בחורים מיט די דרייווער זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל ב''ה קיינער איז נישט ערנסט פארוואונדעט.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:10 pm
דורך קאווע טרינקער
גיבור האט געשריבן:א עקסידענט אין בארא פארק!
א באס פיל מיט בעלזער בחורים

דאס איז דער באס וואס האט זיי צוריקגעברענגט פון קרית יואל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:47 pm
דורך איך אויך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:10 pm
דורך סאשי פיש
הצלה פון בארא פארק לכבוד די שניי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:11 pm
דורך סאשי פיש
א הצלה וואלונטור פון פלעטבוש רייניגט פארענט פון הצלה גאראדזש

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דאס איז גוט... הייסט עס מ'קען רואיג כאפן א הארץ אטאקע...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:16 pm
דורך סאשי פיש
אין וויליאמסבורג

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:35 pm
דורך סאשי פיש
מאנרא: א שניי שארער טראק איז אריינגעפארען אין א לאך (דיטש)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:36 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אזוי טיף איז דער טראק אריינגעפאלן אז מ'זעט נישט גארנישט?
אה יעצט איז דער בילד ארויף

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שרעקליך. א פרוי אין יענע אומשטענדן איז אומגעקומען ווען א קליינער יוטילעטי שניי רעמאווער וויקעל האט איר בטעות אראפגעקלאפט ווען זי האט געהאלטן אינמיטן ארויסלייגן אירע גראסעריס אין איר קאר אין בעירזש ברוקלין, איר קינד האט מען געראטעווען מיט א C סעקשן אין מיימנדיס שפיטאל ער איז אין קריטקעל קאנדישן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:32 pm
דורך סאשי פיש
[center]ברעקינג נייעס!!![/center]
[center]די אלטע #קאווע #שטיבעל אונטען אין #ראדני האט מען איבערגעבויעט!!![/center]
[center]
image.jpg
image.jpg (107.31 KiB) געזען געווארן 2474 מאל
[/center]