בלאט 8 פון 9

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 10:12 pm
דורך הוגה
יאיר, כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. אויב האלט איך פון דעטערמיניזם דאן האלט איך (לפי הבנתי) אז עס איז נישט דא קיין בחירה, די מערדער האט נישט געהאט קיין טשאנס זיך איינצוהאלטן. משא"כ אויב גלייב איך אין בחירה דאן האב איך יא א טשאנס זיך איינצוהאלטן.

יעצט איך (הוגה) גלייב אז בחירה איז א פאקט און איך בין דיר מודיע אז אויב דו וועסט נישט גלייבן דערין וועסטו ניטאמאל וויסן און פרובירן זיך איינצוהאלטן, פארדעם וויל איך דיר קאנווינסן אז דו האסט יא בחירה כדי דו זאלסט וויסן אז עס איז בידך און דו זאלסט דיך איינהאלטן.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 12:50 am
דורך kliger
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין שאלה איז פראקטיש און אפי לגבי שכר ועונש דאכט זיך איז אויך נישט קיין נפק''מ צי מיר האבן בחירה.


וואס?????

דו פארשטייסט שכר ועונש?
צדיק ורשע?

און די אלע מיתות משינות מיט יסורים נוראים,

עונשים פון ראשית חכמה און פון זוהר פאר אן אומשולדיגער איד?

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 1:53 am
דורך נולד מאוחר
איך זאג נישט אז כ'פארשטיי שכר וענש. כ'זאג סאיז די זעלבע נישט פארשטענדליך אדער יא פארשטענדליך נישט קיין נפק''מ וואס מיר האלטען וועגן בחירה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 11:41 am
דורך איחוד פעלד
אינטרעסאנטער זאך געזעהן היינט, אין וויקיפידיע

בעת החדשה נוצרו מספר מחלוקות בין מדענים דתיים לגבי התפיסה האם קיימת במציאות בחירה חופשית. חיים סוֹמפּוֹלינסקי פיזיקאי וחוקר מדעי המוח הידוע כשומר מצוות, טוען שכיום לפי המחקרים העדכניים שמראים מכשירי ה MRI הפעולה שהאדם מבצע נוצרה ונקבע זמן קדום עוד לפני המחשבה על ביצוע הפעולה. לדבריו מחשבה זו אינה סותרת את האמונה היהודית כפי שרבי צדוק הכהן מלובלין טען שאין באמת בחירה חופשית מוחלטת. כנגד תפיסה זו טוען חוקר המוח ניב הדר הידוע כשומר מצוות, שהיכולת לראות ולדעת מה יתרחש וכיצד האדם יבצע את הפעולה נובעת בעומק תת-ההכרה של האדם. מכיוון שכך, לכאורה נראה שהאדם לא שולט על מעשיו ומעשיו מוכתבים מראש, אולם האמת היא שההכרה הפנימית שבו היא אשר יוצרת את הפעולה עוד לפני שעלתה במחשבת האדם. כפי שסוברים רוב הוגי הדעות בעולם היהודי ובראשם הרמב"ם שראה בבחירה החופשית כאחד מעיקרי האמונה היהודית.



קען מיר איינער ביטע מסביר זיין אויף אידיש וואס "ניב הדר" זאגט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:07 pm
דורך הקטן
חז"ל טיילן איין די אינער ווארקינגס פון פאסען א באשלאס און 3 בעסיק סטעפס. 1.העין רואה 2.והלב חומד 3.וכלי המעשה גומרים
למעשה גייט די פארסעס דארך טויזענטע מיני סטעפס פון רצון בהכרה צו תת-ההכרה אין ציריק צו חלקים פין הכרה. און בחירה קען זיין אויף ענאי פין די שטאפלען.

אייביג ווען איינער בייגט א פינגער נישט קיין נפקא מינה אויב דאס איז געווען א קאנשעס החלטה אדער א סוב קאנשעס החלטה גייט דאס אויך דארך א געוויסע חלק פין מח וואס איז אין די סוב-קאנשעס און דאס קענען די סייענענטיסטען זעהן מיט זייער מכשירים. נאכן ווערן עפראווד ביי די סוב-קאנשעס קאמיטי קימיט דאס אויך אן צי די קאנשעס חלק, און די קאנשעס חלק קען דאס באשטעטיגען אדער אפווארפן.

דו סוב-קאנשעס דינט אויך די אינטערעסן פינעם רצון.
איך האב מסביר געווען וואס ער שרייבט אביסל באריכות אבער זייער בקיצור

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:00 pm
דורך איחוד פעלד
ביסט מסביר חז"ל אדער ניב הדר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:27 am
דורך שליח
Libet אליינס (וואס האט דורכגעפירט דעם עקספערימענט) שרייבט אז בחירה חופשית קען נאכאלץ מיינען די כוח צו וועטאָאירן וואס די unconscious processes האבן באשלאסן, אין אנדערע ווערטער, נישט free will נאר free won't. ובאמת, רוב מאל ווען מ'טוט עפעס וואס מ'ווייסט אז ס'איז שלעכט, איז נישט פשט אז מ'האט בוחר געווען ברע, נאר מ'איז נישט געווען גענוג שטארק בוחר צו זיין בכלל, ווי יעדער קען מרגיש זיין ביי זיך, וכמבואר בכמה מקומות בחז"ל, ועי' ערך akrasia.
ס'זענען דא נאך מהלכים, אבער כנראה איז דאס וואס הדר שרייבט, ובתוספת הרחבה אז הכרה פנימית ורצון איז נאך טיפער, ורובדים הרבה יש כגלדי בצל, וממילא איז בחירה א קום ועשה אויך. (ומבואר בקבלה אז רצון ובחירה איז בכתר, נאך בעפאר חכמה ובינה).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:16 pm
דורך איחוד פעלד
איך פארשטיי נאך נישט דיין חלק הביאור פין דער חקירה חלק, אבער לויט די מקובלים איז דער בחירה אין תפארת אדער מלכות, ווייל דער שבירת הכלים האט גורם געוועהן בחירה, און דאס איז פיל נידריגער, אפילו אין פרדס שטייט ווען ער רעדט וועגען בחירה און ידיעה זאגט ער אז בחירה איז נידריגער פין דעת.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:16 pm
דורך שליח
איר רעדט פון די עולמות, וואו ס'איז נישטא קיין עירוב טו"ר איז נישט שייך קיין בחירה. מיר רעדן בנשמת הבוחר, בחירה בויט זיך דאך אויף רצון וואס איז כתר, ואה"נ די ענדגילטיגע מסקנא למעשה איז אין מלכות, דאס שטימט להפליא עם המבואר אז ס'גייט אויף מער ווי איין שטאפל.
(כתבתי כפי מיעוט ידיעתי, ואין לי עסק בנסתרות).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:45 pm
דורך הקטן
איחוד פעלד האט געשריבן:ביסט מסביר חז"ל אדער ניב הדר?

איך בין מסביר ניב (זיינע ווערטער זענען זייער בקיצור)
שליח ברענגט דאס אויך גיט ארויס
וואס פארשטייסטו נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:44 pm
דורך וועפערייזער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:30 am
דורך [NAMELESS]
איך קען קוים גלייבן אז איך בין דער וואס האט די זכיה ארויסצוגראבן דעם אוצר המנוצר פון די גנזי המלך אשר בחדרי ק"ש, אבער אם זכיתי לכך דארף איך צולייגן צוויי ווערטער.

קודם דברי הערכה: די שמועס האט זיך געצויגן א גאנצע חודש צייט, ווען די סאמע גרעסטע לייבן האבן אנטיילגענומען, ה"ה [tag]הוגה[/tag], [tag]הקטן[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]מאטי[/tag], און [tag]יאיר[/tag]. די שמועס איז געווען טעאלאגיש, פסיכאלאגיש, פילאזאפיש, און סייענטיפיש. איך האב דאס אדורכגעאקערט אין צוויי-דריי טעג, און מיין קאפ שווינדלט פון די טיפע שמועס הלוך ושוב. איין רגע שרייט הקטן אזוי גוט, א צווייטע רגע איבערצייגט מיך מאטי אז ס'נישט אזוי פשוט, וכן להלאה. "וואו נעמט מען היינט אזא שמועס?!".

האמת אגיד, אז כ'האב א ים וואס צוצולייגן אין די נושא, מראי מקומות און ראיות און טענות וכו', נאר דאס וואלט געפאדערט א גאנצע אשכול און מעגליך א גאנצע קונטרס'ל, ואין לי כח ועצבים לעת עתה. היות פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך צוצייכענען אפאר שאקינג מראי מקומות, וואס וואלטן ארויסגעהאלפן די דיסקוסיע זיך גליטשן גרינגער. ואם יעיינו כמה חברים, וכ"ש אם יתחדש השיחה, והיה זה שכרי.

-----------
אומר אני, נאכן אפשרייבן מיין קורצע תגובה האב איך מיך פלוצים דערזען מיט אזא לאנגע מאמר אז דאס איז ווערד צו זיין א לענגערע אשכול, און כ'האב נאר אספיעט אריינצוקריכן אין איין מראה מקום, אלזא ליינט דא דעם לענגערן מאמר.

Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2019 11:03 pm
דורך מי אני
אז מ׳רעדט פון בחירה חופשית בפראקטישקייט (און אז מ׳האט דערמאנט דעם חובת הלבבות בכלל) איז כדאי צוצוצייכענען צו דאס וואס ער זאגט אין שער יחוד המעשה (פ״ה) אז אויב דער יצה״ר איז מסית א מענטש אז ס׳דאך ממילא אלעס מוכרח איז צו וואס זאל ער זיך אנשטרענגן אויף מקיים צו זיין מצות ה׳, זאל מען טראכטן אז אויב אזוי פארוואס זאל איך מיר יא מוטשענען אויף השגת קניני העולם; מ׳זאל נישט זיין א פותח על שתי הסעיפים ע״ש. (הגם, ער פאר זיך האלט אז נאר אין עבודת ה׳ איז נישט דא קיין הכרח, אזוי ווי הקטן האט צוגעברענגט פון שער עבודת האלקים פ״ח, און אין אנדערע זאכן איז יא דא א הכרח. און דאס וואס מ׳טוהט השתדלות לצורך פרנסה איז אויך נאר מחמת דאס איז אויך עבודת ה׳, ווייל אן דעם איז ער ממית את נפשו, וואס איז אן עבירה והענס עבודת ה׳, ועיין בשער הבטחון פ״ד.)

Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 4:20 pm
דורך מי אני
לגבי דעם וואס מ׳האט ערווענט אז די נקודת המחשבה ווען עס ווערט ״יש מאין״ איז דארט איז די בחירה, טענה׳ט דער בריטישער פילאזאף דר. גאלען דזשאן סטראסאן אז דאס קען נישט געמאלט זיין ביי מענטשליכע מענטאלע פראצעסן. דעריבער, פירט דאס געדאנק פון בחירה חופשית אריין אין צו אן אינפיניט רעגרעס. דהיינו, וויבאלד צו זיין אחראי/פאראנטווארטליך אויף עפעס וואס דו האסט געטוהן מדעת עצמך [S] מוזטו זיין פאראנטווארטליך [מדעת עצמך] אויף די סיטואציע/מצב פון פאר דעם [¹¯S] וואס האט צוגעברענגט דערצו, און כדי צו זיין אחראי אויף דעם מוזטו שוין ווייטער אויך זיין אחראי [מדעת עצמך] אויף די מצב פון פאר דעם [²¯S], וכן הלאה.

(אבער ווי מ׳רירט אן דא, אויב קומט מען צו דערצו פון א רוחניות׳דיגן בליק, דהיינו אז הקב״ה גיבט יא די יכולת פאר׳ן מענטש צו מאכן א סארט ״יש מאין״ אין זיין געדאנק/מחשבה, איז די קשיא פונ׳ם אינפיניט רעגרעס נישט שווער.)

***

אין דעם שמועס (ולגבי דעטערמעניזם) איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו ניוקומב׳ס פאראדאקס אין געים טעאריע וואס קען האבן א שייכות דערצו. די פאראדאקס ארבעט אזוי:

עס איז דא א פאראויסזאגער און א שפילער. די פאראויסזאגער איז אלעמאל גערעכט. יעצט, ער לייגט אראפ פאר דיר צוויי באקסעס; אן אפענע און א צוגעמאכטע. אין די אפענע איז דא א זיכערע $1,000. אין די צוגעמאכטע איז אדער דא $1,000,000 אדער גארנישט. עס וועט זיך ווענדן אויב דער פאראויסזאגער האט פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען נאר די צוגעמאכטע, האט עס $1,000,000. אויב האט ער אבער פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען ביידע, האט עס גארנישט. וואס זאל דער שפילער טוהן?

די פאראדאקס איז אז צוויי קעגנזייטיגע מהלכים זעהן אויס צו זיין ביידע אינגאנצן לאגיש אויסגעהאלטן. דהיינו, די ריעליסט מהלך איז אז מ׳זאל נעמען ביידע באקסעס. דאס איז וויבאלד די שפילער איז בוחר מדעת עצמו ובחופש לאחר און אומאפהענגיג פון דאס פאראויסזאגען פונ׳ם פאראויסזאגער. קומט דאך אויס אז מיט׳ן נעמען ביידע האט דער שפילער זיכער פארדינט $1,000; אויב האט ער פאראויסגעזאגט ביידע פארדינט ער $1,000 און אויב נאר די צווייטע פארדינט ער/זי $1,001,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן דאמינענס פרינציפ אין געים טעאריע.)

משא״כ אויב נעם איך אן אז די פאראויסזאגן וועט ממש מיטגיין מיט וואס די שפילער איז בוחר קומט דאך אויס אז ער זאל נאר נעמען די צווייטע, ווייל דאס גיבט אים/איר $1,000,000 אנשטאטס $1,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן עקספעקטעד-יוטיליטי פרינציפ אין געים טעאריע.)

דאס (אויב זאגט מען אז דער פאראויסזאגער איז אייביג גערעכט) רירט אויך אן אין דעם שמועס פון טיים טרעוול, דהיינו אז די עתיד איז פועל אויפ׳ן עבר צוריקצווועגס (אין דעם געביט פון בחירה וכו׳), ועיין כאן.

*

מענין לענין באותו ענין, און אז מ׳רעדט פון די בחירה בתוך המחשבה פונ׳ם מענטש, איז מערקווידיג צוצוצייכענען דער פילאזאף דר. גרעגארי קאווקא׳ס חקירה/פאראדאקס בנוגע וועלן עפעס באמת ווען דו ווייסט מעיקרא אז דו ווילסט שפעטער דוקא צוריקציען דערפון. עס ארבעט אזוי:

א ביליאנער זאגט דיר אז אויב דו וועסט טרינקען א סם מארגען וועט ער דיר געבן א מיליאן דאלאר. די סם וועט דיר נישט הרג׳ענען, נאר מאכן גוט קראנק פאר נאר איין טאג. יעצט, ער זאגט דיר בפירוש אז אויב דו ביסט מחליט היינט ביינאכט צו נעמען דעם סם מארגען גיבט ער דיר שוין דאס געלט ביינאכט, אפילו דו גייסט צוריקציען מארגן פאר׳ן עס נעמען.

די פאראדאקס איז אז עס לוינט זיך דיר ראציאנאליש צו מחליט זיין צו נעמען דעם סם ווייל דו וועסט באקומען עפעס דערפאר (וואס מ׳קען טענה׳ן איז מער ווי די צער פונ׳ם האבן דאס געטרינקען [קראנק פאר א טאג]). אבער איין מאל מען איז דאס מחליט (באמת) איז עס איראציאנאליש אנצוהאלטן דעם באשלוס, וויבאלד מען קען דאך צוריקציען און בלייבן מיט׳ן געוואונס. און דאס אלעס ווייסט מען נאך פאר מ׳הייבט אן (וממילא האט עס אביסל א קשר צום אויבן-דערמאנטן ניוקומב׳ס פאראדאקס ובחירה חופשית).

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:37 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:אז מ׳רעדט פון בחירה חופשית בפראקטישקייט (און אז מ׳האט דערמאנט דעם חובת הלבבות בכלל) איז כדאי צוצוצייכענען צו דאס וואס ער זאגט אין שער יחוד המעשה (פ״ה) אז אויב דער יצה״ר איז מסית א מענטש אז ס׳דאך ממילא אלעס מוכרח איז צו וואס זאל ער זיך אנשטרענגן אויף מקיים צו זיין מצות ה׳, זאל מען טראכטן אז אויב אזוי פארוואס זאל איך מיר יא מוטשענען אויף השגת קניני העולם

די פאקט אז די דיטערמעניסט מוטשעט זיך יא אויף השגת קניני העולם, טרייט צי שרייבן געלאנגענע תגיבות אויף ק"ש וכו', זאגט אז זיין אינערליכע אינטאישען גלייבט ער און בחירה חפשית, ער קען נישט באמת לויז ווערן דערפין!

הגם ער קען מיר 1000 מאל מסביר זיין שכלדיג, פיליזאפיש, פאר וואס ער האט נישט קיין בחירה, ער פארשטייט באמת נישט וואו אזוי ס'איז בכלל מעגליך צי האבן בחירה
אבער ווען עס קימט למעשה ווייסט ער , אז ער האט בחירה און act accordingly!

דאס איז אזא טריק וואס גאט האט געמאכט

(קען זיין איך האב שוין דאס געשריבן)

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:32 pm
דורך מי אני
דער ניוראלאגיסט דר. בנימין ליבעט האט (בערך) אויך אזוי גע׳טענה׳ט. דהיינו, אז יעדע טעאריע/דרך וכדומה וואס ווייזט קעגן בחירה חופשית (און זאגט אז וואס אונז שפירן מיר דערין איז בעצם נאר אן אילוזיע) זאל זיין ״סאספעקט״, ווייל דאס גייט קעגן אונזער פענאמענאלישע עקספיריענס, אינטואישן, און מושכל ראשון וואו אונז ״פיהלן״ מיר למעשה און ס׳זעהט אונז אויס אז אונז זע׳מיר יא בוחר מדעת עצמינו בפועל ממש.

ווי באקאנט האט ער, דורך זיינע עקספערימענטס אין די ניוראלאגישע פראצעסן בנוגע (דעם פענאמענאן פון) בחירה [אין די ניוראלאגישע גרייטקייט פאטענציאל אינ׳ם מח בנוגע מעשים), געוואלט זאגן אז מיט ״בחירה חופשית״ מיינט מען מער ״מיאון חופשית״; אז ער קען (קאנשעסלי) וויטאען א החלטה וואס קומט אים ארויף פונ׳ם סאבקאנשעס.(וידוע הרמז (קהלת ג יט) ומותר האדם מן הבהמה ״אין״ ‏ (ועיין כאן).)

איך האב געהאט א פילינג (עממ... ״פאראויסגעזאגט״...) אז @הקטן ׳עט ענטפערן דערויף...

*

מענין לענין באותו ענין ברענגט דער תפארת ישראל, אין זיין דרוש אור החיים (אות א) אן ענליכן ראיה ווי דעם אויף השארת הנפש. דהיינו, פון דעם וואס מ׳זעהט אז מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם איבער רעדן וועגן דעם טויט נאנטשעלענטלי, ווייזט דאס אויף אן אינערליכן הכרה און געפיל אז דאס טויט איז נישט ענדגילטיג ע״ש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:21 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:ווי באקאנט האט ער, דורך זיינע עקספערימענטס אין די ניוראלאגישע פראצעסן בנוגע (דעם פענאמענאן פון) בחירה [אין די ניוראלאגישע גרייטקייט פאטענציאל אינ׳ם מח בנוגע מעשים), געוואלט זאגן אז מיט ״בחירה חופשית״ מיינט מען מער ״מיאון חופשית״; אז ער קען (קאנשעסלי) וויטאען א החלטה וואס קומט אים ארויף פונ׳ם סאבקאנשעס.


בזה יובן לשון מאמר רז"ל: (ברכות סא, ב): "בינונים זה וזה שופטן [פירוש, יצר טוב ויצר הרע], דכתיב (תהלים קט לא): "כי יעמוד לימין אביון להושיע משופטי נפשו"".
ולא אמרו "זה וזה מושלים" חס ושלום, כי כשיש איזו שליטה וממשלה ליצר הרע בעיר קטנה אפילו לפי שעה קלה, נקרא רשע באותה שעה. אלא, היצר הרע אינו רק, על דרך משל:

כמו שופט ודיין, האומר דעתו במשפט, ואף על פי כן, יכול להיות שלא יהיה פסק הלכה כך למעשה, מפני שיש עוד שופט ודיין החולק עליו, וצריך להכריע ביניהם, והלכה כדברי המכריע.
כך היצר הרע, אומר דעתו בחלל השמאלי שבלב, ומהלב עולה למוח להרהר בו, ומיד חולק עליו השופט השני, שהוא הנפש האלהית שבמוח המתפשט בחלל הימני שבלב, מקום משכן היצר טוב. והלכה כדברי המכריע,

תניא חלק א יג

אמת, א מיאון אויף דעם "משכל ראשון" איז (געווענדליך) א חלק פין די פראסעס
דערנאך קימט א בחירה אן הכרעה, והלכה כדברי המכריע
דאס איז געווענדליך די מהלך וואו אזוי מיר עקפעריענסען בחירה
"איך וויל עסען א פיצא" - משכל ראשון
ניין ס'איז נישט געזינט פאר מיר! - מיאון
ניין, יא, ניין, ניין יא , יא ניין -
ניין!!! - והלכה כדברי המכריע! - בחירה

אויב דארף איך פיקען א קאלער אדער געסען א נאמבער וועט זיך געווענדליך די זאך אפשטעלן ביים משכל ראשון און בכלל נישט גיין ווייטער - pick vs choose וואס איך האב דערמאנט ערגעץ
עסען פיצא - אויב בין איך בכלל נישט "העלט קאנשעס" וועט אויך די פראסעס זיך אפשטעלן. ס'וועט נישט זיין קיין מיאון, און אויך נישט שפעטער קיין בחירה, אויף מיין משכל ראשון


ליבעט, און אנדערע, דיטעקטען נאר דעם משכל ראשון - וועגן דעם קענען זיי ציטרעפען נאר און רוב פעלער

Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 2:28 pm
דורך מי אני
דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר ד פ״ג) זאגט טאקע אז די יכולת פון אן אקט [פעולה], וממילא בחירה, עקזיסטירט פאר דעם אקט. אויך זאגט ער אז דאס זיך צוריקהאלטן פון אן אקט (״מיאון״ חופשית הנ״ל) הייסט אויך אן אקט [פעולה] ע״ש. ווי אויך ברענגט ער זיך א ראיה אין פ״ד צו בחירה חופשית טאקע פון דעם אז דאס איז ווי אזוי אונזערע חושים פערסיוון דאס (וכנ״ל). ער פארענטפערט דארט די קשיא פון ידיעת הקב״ה אויף דעם אז ידיעת הקב״ה מעיקרא איז נישט מכריח היותם, ווייל אויב יא וואלט דאך די וועלט געדארפט זיין אינפיניט/קדמות, ווייל זיין ידיעה, כביכול, דערפון איז אלס געווען (דער כוזרי, ה כ, זאגט אויך די תירוץ) ע״ש.

לויט דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ מאמר ג, אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים איז פארשטייט זיך נישט שווער, ועיין כאן.

Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 2:08 pm
דורך מי אני

Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 7:11 pm
דורך מי אני
דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ה פ״א) דערמאנט דאס וואס מ׳שפירט אז מ׳האט בחירה אלס א סמך פאר די שיטה פון בחירה חופשית: אז ס׳איז מן המוחש. הגם ער פרעגט דאס אבער אפ אין פ״ג אז דאס אליין איז אויך דעטערמינד און איז אויף וואס מ׳איז דן. ס׳איז טאקע מוכרח מצד די סיבות המקדימות אבער למעשה איז דא יעצט וואס זעהט אויס טעארעטיש ווי צוויי מעגליכקייטן וממילא פיהלט ער אז ער האט א בחירה ע״ש.

זיין מהלך דארט, אין א וועג, איז טאקע דאס וואס מ׳רעדט דא בנוגע ״פראקטיש גערעדט״. דהיינו, אז פון אונזער פערספעקטיוו [עצמות דברים הנמצאים], אן קוקן אויף און ארייננעמען די/זייערע (פריערדיגע) סיבות, איז דא בחירה. משא״כ אויב קוקט מען דאס אן פון די פערספעקטיוו פון די/זייערע (פריערדיגע) סיבות איז טאקע נישט דא קיין בחירה חופשית. משא״כ טאקע ווען איינער איז מוכרח אפילו מצד עצמו (א צווייטע מענטש ממש צווינגט אים וכדומה) דעמאלטס ווערט ער גערעכענט ווי אן אונס (ער זאגט אויך אביסל ענליך בנוגע להשוות ידיעה ובחירה) ע״ש.

אין פ״ה טוהט ער אויף אז אמונות זענען הכרחים אף מצד עצמם, נאר אויף די עריבות ושמחה וואס איז מקושר צו די אמונות איז דא בחירה מצד עצמן ע״ש.

דר. זאב הארווי טענה׳ט אז תלמידים פון רב חסדאי (אדער אפשר ער אליין) האבן שפעטער צוגעשטעלט שטיקלעך אין די כלל צו אפשוואכען די קאנטראווערסיאנאלע דעטערמיניזם וואס קומט ארויס מדבריו.

אגב, אין פ״ד נוצט ער די מאמר המשנה (אבות פ״א מי״ד) אם אין ״אני״ לי ״מי״ לי, צו טענה׳ן אז חז״ל האבן געוואלט ארויסברענגען אז אפילו זאכן זענען מחוייב מכח זייערע סיבות, זאל מען אבער דאך בוחר זיין וואס איז חופשית מכח עצמו...

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2020 10:19 pm
דורך מי אני
דער כוזרי (מאמר ה אות כ) זאגט אויך די געדאנק אז דאס אז אונז פיהלן מיר אז אונז הא׳מיר בחירה איז א ראיה דערויף. ער גייט מיט א קאמפּעטיביליסט מהלך, ווי אויך אן ענליכן מהלך ווי דער רמב״ם אז ידיעתו של הקב״ה איז נישט קיין סיבה לדבר וממילא איז עס נישט מכריח. ער איז מאריך אין דעם און זאגט אז טבע האפשר איז בכל הבריאה ובמעשים און צוטיילט די מעשים אין צו 4 קאטעגאריעס:

1). אלקיים.

2). טבעיים.

3). מקריים.

4). בחיריים.

אלקיים זענען די נסים און דאס אז הקב״ה איז דאך סיבת הסיבות און ליגט אונטער אלס, און זאכן גייען צו מסיבות אמצעיות אינדערמיט(עכ״פ חוץ ביי נסים, און אפילו דארט קען עס גיין מיט סיבות אמצעיות נאר אונז זע׳מיר נישט אלעמאל באוואוסטזיניג דערצו); דארט קומען אריין די אנדערע דריי. די אנדערע דריי קומען אריין למשל ווען א מענטש גראבט א בור ברה״ר און א שור פאלט אריין און שטארבט. דאס אז די שור איז אריינגעפאלן איז פון די מקריים, דאס אז דער שור איז געשטארבן דערפון איז פון די טבעיים, און דאס אז דער מענטש האט עס געגראבן מעיקרא איז פון די בחיריים. אויף די לעצטע איז ער שולדיג ווייל דאס איז מדעת, הגם אלע די מעשים זענען אונטער טבע האפשר.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 7:08 pm
דורך כרם זית
איינע פון די ראית אז א מענטש האט א בחירה איז אז מען שטראפט מענטשן וועלכע טוען אומרעכטן צו די מענטשהייט. איז אויב האלסטו אז א מענטש האט נישט קיין בחירה, דאן מיט וועלכע רעכט שטראפסטו אים אויף א זאך וואס ער איז בכלל נישט שולדיג. און אינעם לשון פונעם ספר העיקרים (מאמר ד פרק א):
ועוד שאם לא היה טבע האפשר, נצמא היה העונש והשכר עוול גמור...אחר שהיה כל אדם פועל בחיוב.

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די טענה. ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין בחירה קענסטו נישט טענה'ן אז שטראפן א מענשט איז נישט קיין יושר ווייל ער האט נישט קיין בחירה. ווייל דער שטראפער אליין שטראפט נישט ווייל ער וויל שטראפן, ווייל ער האט פונקט אזוי נישט קיין בחירה, נאר עפעס העכער שטיפט אים דערצו. בשלמא די טענה אז דער אייבישטער וואלט נישט געדארפט שטראפן לחיי (און דאס שרייבט אויך דער עיקרים אין די פריעדיגע שטיקל, איך האב עס אבער אויסגעלסט להקל על המעיין). אבער צו טענה'ן אז די מענטשהייט טאר נישט שטראפן אויב יענער האט נישט קיין בחירה, די טענה איז צ''ע.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 7:14 pm
דורך מי אני
איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.