כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.
צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.
מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.
אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער
הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.
ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.
וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.