בלאט 8 פון 66

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 2:29 pm
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:"פיקטשער יפה, מלא אידישקייט"


[tag]לעיקוואד[/tag], כ'האב שוין לאנג נישט געליינט אזא הערליך געשריבנע געשמאקע ארטיקל. און דער האט אזוי גוט צונומען די סעריע און אירע עיקר טעמעס. יישר כח פאר די לינק. ווער עס פארשטייט עיברית זאל ליינען דער ארטיקל, איר וועט הנאה האבן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:24 pm
דורך לעיקוואד
א דריטער מאמר הערכה וביקורת פון דער זעלבער שרייבער.
החלום ושברו

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:14 pm
דורך קרעקער
בשורה טובה
סקומט א נייע סיריעס פון שטיסל
http://bidur.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1023583

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 6:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
תודה רבה, מיר קענען קוים ווארטן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:55 pm
דורך זכר באנדל
"לעונה השנייה יצולמו 12 פרקים והיא תשודר בתחילת 2015"

האסט נאך א גאנצע יאר צו ווארטן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:04 am
דורך [NAMELESS]
וואסי פשט אז מ'דארף ווארטען אזוי לאנג. מ'וועט דאך אינצווישן פארגעסן די מעשה!!
אגב, ס'איז שוין ארויסגעקימען שטיסל מיט ענגליש סאבטייטעלס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
דו מיינסט טאקע אז אפכאפן נעמט אזוי שנעל ווי מ'קוקט עס?..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:41 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
דער שלום שטיסל איז אנביטעבל, אזוי גוט צו עקטן, איים גאוינג קרעיזי פאר הים!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:59 am
דורך געפילטע פיש

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:30 pm
דורך איש אשכולות
לבונה זכה האט געשריבן:ווי קען מען האבן א working link צו די full episode פון 'שטיסל' פרק 3?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:57 pm
דורך איש אשכולות
אפשר קען איינער מזכה זיין, איך האב אנגעהויבן וואטשען די ערשטע צוויי סעריעס. אבער איך קען נישט טרעפן די איבריגע סעריעס. וואו אין די גרויסע וועלט קען איך זיי טרעפן און וואטשען? יישר כח למפרע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:17 pm
דורך געפילטע פיש
שטיסל פרק 3

www.jumbomail.co.il/Downloads.aspx?sid=3264516C4373564A532F6B3D

https://mega.co.nz/#!7QwTWDxA!ac-fgxuKbAnKlKRvwLbfbzk3rT1y2pUruU-ae70COhA

www.upf.co.il/file/737717698.html

און פאר די קומענדיגע פרקים זאלסטו וויסן אז די דריי לינקס האב איך געטראפן אין אונטער דריי מינוט, די סייט הייסט גוגל, מ'קען דארט סוירטשן וואס מ'וויל. גוגל האט מיר געשיקט אהער, און ער האט מיך געשיקט אהין, און פון דארט קענסטו זען א שיינע פאר לינקס אין די קאמענטס וואס ארבעטן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:24 pm
דורך איש אשכולות
יישר כוחכם! זאלט איר דערלעבן משיח'ן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:35 pm
דורך מאטי
גוגל ר"ת ג'עפילטע ג'עט ו'ואלונטיר ל'עקציעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 3:44 pm
דורך איש אשכולות
אהוביי וידידיי, יעצט געפערטיגט מיט דעם שטיסל, און איך בין נייגעריג אויב איינער האט אויפגעפאסט אזוי ווי מיר, אז אין די סעריעס ליגט באגראבן געפערליכע גופט און האס קעגן חרדים. עס איז דא צענדליגע עפיזאדן וואו מען קען בחוש זען וואו זיי ברענען מיט גופט און העצע און לייגן אראפ די חרדים ווי מאנסטערס. פארשטייט זיך אז זיי האבן עס איינגעשלייערט קונצליך אונטער א מייסעטרהאפטע שפיל. וואו גוטע עקטערס לייגן גוט אראפ די טאג טעגליכע לעבן פון חרדים. און אין צו די זעלבע צייט אריינגעפלאכטען שקרים וכזבות, ניבול פה, און גופט ווי אזוי מיר באגייען זיך אין די טעגליכע רוטין. עס איז צום באדויערן אז די חלונים וואלטן אזוי געדארפט אויסזען ווי אין שפיל, ווען נישט זייער תינוקת שנישבו, וואס האט זיי אפגעשניטן פון זייערע שורש. און ווער קען אזוי גוט ווי "אידן" אראפמאלן די אייגענע ברידער, און ליידער אויף אזא אופן. מיין הארץ האט ממש געריסען און אין צו די זעלבע צייט האב איך חרטה געהאט פארן פארטאכלעווען מיין צייט אויף אזא ביליגער סעריע.

אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:


1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...

2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...

3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...

4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...

5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...

6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...

7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...

8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..

אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.

תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:25 pm
דורך איש אשכולות
Error

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:52 pm
דורך הוגה
בקיצור, עס איז א רחמנות אז אידן שפילן עס, עס ווייטאגט די הארץ, אבער וואטשן איז אקעי... איך פארשטיי דאס נישט, ס'זעהט אויס היפאקרעטיוו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:04 pm
דורך איש אשכולות
הוגה האט געשריבן:בקיצור, עס איז א רחמנות אז אידן שפילן עס, עס ווייטאגט די הארץ, אבער וואטשן איז אקעי... איך פארשטיי דאס נישט, ס'זעהט אויס היפאקרעטיוו.

האמת אגיד, וואטשען איז פונקט אזא סכנה, איך זאג עס אויף מיך אליין. השם ישמור. דאס איז גופט פון גופטלאנד.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:48 pm
דורך געפילטע פיש
איש אשכולות האט געשריבן:אהוביי וידידיי, יעצט געפערטיגט מיט דעם שטיסל, און איך בין נייגעריג אויב איינער האט אויפגעפאסט אזוי ווי מיר, אז אין די סעריעס ליגט באגראבן געפערליכע גופט און האס קעגן חרדים. עס איז דא צענדליגע עפיזאדן וואו מען קען בחוש זען וואו זיי ברענען מיט גופט און העצע און לייגן אראפ די חרדים ווי מאנסטערס. פארשטייט זיך אז זיי האבן עס איינגעשלייערט קונצליך אונטער א מייסעטרהאפטע שפיל. וואו גוטע עקטערס לייגן גוט אראפ די טאג טעגליכע לעבן פון חרדים. און אין צו די זעלבע צייט אריינגעפלאכטען שקרים וכזבות, ניבול פה, און גופט ווי אזוי מיר באגייען זיך אין די טעגליכע רוטין. עס איז צום באדויערן אז די חלונים וואלטן אזוי געדארפט אויסזען ווי אין שפיל, ווען נישט זייער תינוקת שנישבו, וואס האט זיי אפגעשניטן פון זייערע שורש. און ווער קען אזוי גוט ווי "אידן" אראפמאלן די אייגענע ברידער, און ליידער אויף אזא אופן. מיין הארץ האט ממש געריסען און אין צו די זעלבע צייט האב איך חרטה געהאט פארן פארטאכלעווען מיין צייט אויף אזא ביליגער סעריע.

אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:


1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...

2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...

3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...

4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...

5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...

6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...

7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...

8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..

אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.

תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.

blogs.timesofisrael.com/get-out-of-the-ghetto/

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:05 pm
דורך איש אשכולות
מסתם איז די ארטיקל געשריבן געווארן דורך שלום שטיסל..

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2014 3:44 pm
דורך איש עברי
איש אשכולות האט געשריבן:אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:[/b]
1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..

אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.

תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.


זיי שפייען נישט קיין סם און זיי האבן נישט קיין פינסטערע מאטיוון, ווי עס איז די שטייגער פון מאוויס איז אוודאי זאכן איבערגעטריבן און דראמאטיזירט אבער און אלגעמיין איז עס געוואלדיג צום פוינט אנגערירט האקעלע נקודות ביי חרדים, בעיקר נעגאטיווע אבער אויך גוטע נקודות צום ביישפיל:
די תמימות פון גיטל'ע און די כוחות וואס זי לייגט אריין צו האלטן די שטוב האט מיך גערירט ביז טרערן
די געטריישאפט וואס די משפחה האט צו די קראנקע באבע און אזוי אויך די געטריישאפט פון שלום צו זיין טאכטער ווען זי איז אין א געדריקטע מצב
די חדר ווערט אראפגעלייגט זייער פאזיטיוו ווי מען לערנט און זינגט מיט די קינדער אפשר נאך בעסער ווי אין רעאליטעט
און אזוי ווייטער

די פוינטס וואס די ברענגסט ארויס איז אמת אז עס טוט נישט דווקא כאראקטעריזירן חרדים, אבער קלאהר אז ס'איז דא אזעלכע זאכן ביי אונז.

1) יא עס דרייען זיך אין די כוללים הונדערטער צבי אריה'לעך און עקיבה'לעך וואס מ'האט אונטערדריקט זייערע טאלאנטן, אדרבא קוק וויפיל פראצענט ארטיסטן די אלגעמיינע גאס געט ארויס און קוק ביי אונז עס איז קלאהר אז מיר זענען א ריזן בית הקברות פאר מענטשליכע טאלאנטן און געפיהלן

2) איך מיין אז דו וואלסט בעסער געזאגט אז עס זענען דא חרדים וואס זאגן יא איי לאוו יו... עס איז זיכער אז סאיז דא א גרויסע פראצענט פרויען ביי אונז שלא טעמו טעם לאוו

3) חרדים עסן און טרינקען א גאנצן טאג... איך זעה נישט ווי זיי פרובירן צו אוועקשטעלן אזא בילד עס איז נאר די כאראקטער פון שלום און עס קומט זייער גוט אריין אין די צוזאמשטעל פון די כאראקטער פון שלום, ואכמ"ל

4) חרדים ווערן אריינגעצווינגען אין שידוכים.... ניין זיי ווערן נישט?

5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער... דאס מוז איך מודה זיין אז איך האב נישט געהערט פון אזא ערשיינונג, אקעי איך גיי דיך נישט כאפן ביים ווארט, דו מיינסט די שטיקל ווי די ווייב פון שלום ווערט צולאזט און שלאגט איר מאן, גראדע איך האב פארשטאנען א פארקערטע מעסעדש, איך זעה ווי זיי לייגן אראפ די קאנטראסט פון שלום שטיסל און זיין ווייב
שלום איז א ריכטיגע געמאכטע פרימער, רוממות א-ל בבגרונו שם שמים שגור על פיו און ער איז מחנך זיינע קינדער גאר גאר שטרענג צו האבן שמירת עיניים און זיך היטן בקדושה, ווען און די זעלבע צייט ליגט ער גאנץ גוט און עולם הזה אכילה שתיה משגל וכו', ער לאזט נישט קוקן די מטס פון יום העצמאות מיט די הסבר וואס ער האט געהערט פון די מנוולת רביצין ערבליך, און ער אליין גולמ'ט ביים פענסטער און אזוי ווייטער
לעומת זה איז זיין ווייב די פונקט פארקערטע זיי איז א עהרליכע פרוי וואס ליידט און שווייגט, זי וויל אז פאר אירע קינדער זאל זיין גוט, און טראץ איר איידלקייט גייט זי ארויס פון די כלים ווען זי שפירט אז איר מאן לייגט צוגרינד די קינדער.
זי איז א פרומע פרוי אבער אויך א אמת'דיגע. מינוטען פאר'ן שטארבען פארגליסט זיך איר א שטיקל טשאקאלאדע און זי בעט עס פון איר מאן אהן קיין בושה
אלזא די חלק וואס זי שלאגט די מאן ברענגט גראדע ארויס א פאזעטיווע פוינט ווי א חרדיש'ע מאמע זארגט פאר אירע קינדער

6)ליצנות פון שמירת עיניים איך זעה נישט די ליצנות, די שטיקל איז ווייטער ארויסצוברענגען די צביעות פון שלום ווי ער מוסר'ט זיין זוהן בשעת ער ווארפט אייגעלעך, דאס איז א חלק פון די מעסעדש וואס לויפט דורכאויס די גאנצע שוי.

7) ליצנות פון מחאות, פונקט פארקערט די שטיקל זאגט פאר די פרייע צוקוקער נעקסטע מאל די זעסט א צודרייטע חרדי מוחה זיין זאלסט אים דן זיין לכף זכות, דאס איז די וועג פון טייל חרדים זיך ארויסצוגעבן זייערע אנגעזאמלטע ביטערקייט פון זייערע פערזענליכע צרות...


בסך הכל איך זעה אז דו האסט אביסל פאלש אפגעלערנט די גאנצע שוי, איך זעה נישט דארט קיין גיפט אויב עפעס איז עס פארקערט עס ברענגט ארויס די צרות און גבורות און פראבלעמען וואס פלאגט מענטשן אינערהאלב די חרדיש'ע ציבור אבער איז בכלל נישט עפעס וואס איז געבויט צו באשמוצען אדער חוזק מאכן פון די חרדים אין אלגעמיין, אויב וועסטו ליינען אביסל די פידבעק און קריטיק וועסטו זעהן אז עס איז פונקט פארקערט ביי אסאך חילונים האט עס געגעבן א פאזיטיווערע בליק אויף חרדים

ועוד חזון למועד ארויצוברענגן די שיינקייט און טיפקייט פון די סעריע

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2014 7:57 pm
דורך איש עברי
איך האב פארגעסן אנצורירן נומבער 7
גראדע האב איך אויך נישט ליב געהאט די שטיקל אבער נישט דווקא וועגן דעם וואס א טאכטער רופט די טאטע צו דין תורה, נאר די גאנצע שטיקל איז עפעס מאדנע און פיט נישט אריין אין די סעריע, עס איז גראדע געוואלדיג שיין אבער עפעס קלעבט נישט דארט