בלאט 8 פון 8

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:33 pm
דורך מנחם ציון
...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:02 pm
דורך לבי ובשרי
כ'האב היינט געהערט אין שול ווי צוויי קליינע בחורימ'לעך שמועסן, און איינער זאגן פאר'ן צווייטן: אין באבוב פאסט מען נישט אום צום גדלי'.
עד כאן.

Re: דער עולם פאסט היינט???

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:12 pm
דורך פאליטיקאנט
איך האב בטעות אויסגעפאסט, נישט כאפענדיג אז עס איז צום גדליה.


יעצט אלס נייגעריקייט האט עס נאך א פשט ווײטער צו פאסטן ביזן זמן, אדער כיון שעבר, עבר?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:07 pm
דורך מנחם ציון
קיין ענינו קען מען זיכער נישט זאגן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 6:10 pm
דורך דער דארפסמאן
מנחם ציון האט געשריבן:קיין ענינו קען מען זיכער נישט זאגן

היינו שוין זיכער נישט :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:31 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:קיין ענינו קען מען זיכער נישט זאגן

נישט אזוי קלאר. קוק דא https://ph.yhb.org.il/05-07-10/#_te01ftnref7_14

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:19 am
דורך כלבאשבוע
סדרייט זיך ארום א קליפ פון דוד צבי מאסקאוויטש ווי ער זאגט אז סאיז א שאלה אויב ממעג היינט פאסטן נאר ער איז מיקל און פאסט יא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:26 am
דורך היכי דמי
דארף מען טשעקן צו אליעזר קרויס פאסט היינט...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:32 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס׳נאר דא איין חילוק צווישן מאסקאוויטש און קרויס, מאסקאוויטש פארדינט כאטש עפעס פון זיין אויבערחכמה, קרויס מאכט זיך נאר שווערער דאס לעבן דערמיט, סתם אן אויבערחכם לשם אויבערחכם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:03 am
דורך שמעקעדיג
וואס פארדינט מאשקאוויטש?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
אז ער קען עסן?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:36 am
דורך מרדכי מרדכי
כלבאשבוע האט געשריבן:סדרייט זיך ארום א קליפ פון דוד צבי מאסקאוויטש ווי ער זאגט אז סאיז א שאלה אויב ממעג היינט פאסטן נאר ער איז מיקל און פאסט יא

ער איז נישט מיקל נאר ער האט א היתר פון 2 רבנים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:07 pm
דורך אויסגעהאלטן
היינט האב איך איינגעזעהן ווי גערעכט סאטמאר רבי איז געווען:
כ'האב גערעדט היינט מיט 2 דף היומי\דרשו אידן און זיי זאגן אז זיי פאסטען נישט היינט – ס'איז א בפירוש'ע גמרא תענית יח: בזמן שאין צרה רצו מתענין רצו לא מתענין, און זייענדיג נייגעריג האבן זיי אריינגעקוקט אין ארטסקרול הערות ווי ער ברענגט די טיפיקיל שמועס אז היינטיגע צייטן קבלו כל ישראל עליהם, אבער זיי שרייבן צו ואולם ע' בפיה"מ להרמב"ם און דארטן שרייבט ער בלשון יחיד רצה מתענה רצה לא מתענה ומשמע דתלוי בכל יחיד בפנ"ע און זיי האלטן נישט ביים פאסטען.
זעהט מען די ווייטע בליק פונעם רבי'ן – ער האט פאראויסגעזעהן די חורבן פון דף היומי און ארטסקרול אויף כלל ישראל...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:27 pm
דורך תרמב
אויב מ'דארף נישט פאסטן, וואס איז די חכמה מיט דעם אז די עולם ווייסט נישט דערפון, אז ער האט געמאכט דעם עולם הונגערן?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:12 pm
דורך פרייוויליג
אויסגעהאלטן האט געשריבן:היינט האב איך איינגעזעהן ווי גערעכט סאטמאר רבי איז געווען:
כ'האב גערעדט היינט מיט 2 דף היומי\דרשו אידן און זיי זאגן אז זיי פאסטען נישט היינט – ס'איז א בפירוש'ע גמרא תענית יח: בזמן שאין צרה רצו מתענין רצו לא מתענין, און זייענדיג נייגעריג האבן זיי אריינגעקוקט אין ארטסקרול הערות ווי ער ברענגט די טיפיקיל שמועס אז היינטיגע צייטן קבלו כל ישראל עליהם, אבער זיי שרייבן צו ואולם ע' בפיה"מ להרמב"ם און דארטן שרייבט ער בלשון יחיד רצה מתענה רצה לא מתענה ומשמע דתלוי בכל יחיד בפנ"ע און זיי האלטן נישט ביים פאסטען.
זעהט מען די ווייטע בליק פונעם רבי'ן – ער האט פאראויסגעזעהן די חורבן פון דף היומי און ארטסקרול אויף כלל ישראל...

וואלסט אפשר געקענט צוברענגן די מקור פונעם רמב"ם?

Re: דער עולם פאסט היינט???

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 6:05 pm
דורך דורש אמת
אסאך פרומע גדולים און צדיקים האבן מיקל געווען אין תעניתים. סע געווען אפילו אזעלכע וואס האבן געהאלטן לכתחילה אז מע זאל ניט פאסטן אפילו אין תשעה באב!


Sent from my iPad using Tapatalk