בלאט 8 פון 13

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:59 pm
דורך town1
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=G18vpJ1KPpc[/youtube]

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:18 pm
דורך סאשי פיש
מען האט היינט געוואוט.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:19 pm
דורך סאשי פיש
?

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:28 pm
דורך חביבי
נו התגרות באומת
עס גייט אן אין אמעריקע אויך

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:43 pm
דורך בן תמליון
שטים בודקעס פארמאכט. זענען געווען 256 שטימען, פון דעם זענען 108 געהעריגע שטימען און 148 זענען געווען מיט עפידעווידס. די עפידעוויד שטימעס גייען פאר א ריכטער זיי צו ציילן. היינט האט אן אפעלאט געריכט באפוילן אז די פארמאכטע שטימעס זאלן בלייבן פארמאכט ביז נאך אלע אפעלאטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:
לעמבערג האט געשריבן:A mikva, a ritual bathing facility, and other locations were also reported to have been searched by the FBI, which had as many as a dozen vehicles on location Thursday[/left].

וואס פונקטליך האבן זיי געזוכט אין מקוה??

נחום האט די פונקטליכע אינפארמאציע. די עף.בי.איי. זענען געקומען ספעציעל זיך אדורכשמועסן מיט עים. :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:54 pm
דורך בן תמליון
פון די געהעריגע שטימען האט קאנדידאט גירארד באקומען 81 קעגן 25 פארן יעצטיגן מעיאר בערענטסן. 126 שטימעס זענען געטשאלענזשד דאס נעמט אריין אלע נייע תושבים. אפילו א ריכטער ווארפט ארויס האלב וועט נאכאלץ די לאם קליקע זיין זיגער.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:13 pm
דורך מ גפני
שלום לאם'ס אייגענע וואוט איז אויך געטשעלענדזשד געווארן אפילו ער וואוינט שוין דארט 2 יאר אפיציעל

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
חביבי האט געשריבן:ימח שמה וזכרה דע פארשאלטענע אנטעסעמיטישע שמייכעל האט מיר ארויף געברענגט די בלוט אין קאפ איך קען נאר ווינטשען איין זאך, אז זי זאל פארוועלקט ווערן
ביי די וועי נחום באריכטעט דע וואך אז ער האט געמאכט א באזיך דע וואך אין בלאמענבורג ווייל ער האט געוואלט דארט ווערן רב אין די שכיינעם האבען עם נאכגעשריגען מיט מיסע לאזענגאן

דע יודישע אדער די גוי'אישע?!... :roll: :lol: :?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:38 pm
דורך לעמבערג
[left]Modern Orthodox Developer Shalom Lamm Lied To Media About Place Of Residence

Shalom LammControversial Modern Orthodox developer Shalom Lamm told the media yesterday he has lived in the tiny 420-person village of Bloomingburg, New York for two years. Yet a December 30, 2013 court filing specifically says Lamm lives in West Hemstead, New York – a long way away. And that isn't all the Lamm family is doing to try to take over this small upstate New York village[/left]

[left]http://failedmessiah.typepad.com[/left]

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
בן תמליון האט געשריבן:פון די געהעריגע שטימען האט קאנדידאט גירארד באקומען 81 קעגן 25 פארן יעצטיגן מעיאר בערענטסן. 126 שטימעס זענען געטשאלענזשד דאס נעמט אריין אלע נייע תושבים. אפילו א ריכטער ווארפט ארויס האלב וועט נאכאלץ די לאם קליקע זיין זיגער.

דו וואוינסט שוין דארט אדער ס'דערווייל נאר אין פלאן?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:58 pm
דורך גנדי
איך האב נאר איין קליינע שאלה וואס איך פארשטיי נישט, הלוואי קען מיר איינער געבן צו פארשטיין...

פארוואס ווען איינער ווילן זיך אויפפירען אנדערש ווי רוב קרית יואל'ע איינוואוינער (למשל זיין ווייב דרייווט אדער זי גייט מיט נעיל פאליש) - פרשטייט יעדער אז מען מעג זיי ארויס רודפ'ן, ווייל אז די ווילסט דיך נישט צושטעלן צו די פלאץ - גיי וואוין ערגעץ אנדערש (אפילו ער איז דארט געבוירען)

אבער ווען די בלומענבערג'ע גויים פארלאנגן "זאלסט נישט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל ווייל די שטעלסט זיך נישט צו צו אונז" - פארשטייט זיי קיינער נישט?

פארוואס ווען איינער מאכט אן אייגענע מנין אין סקווירא שטעטל - פארשטייט יעדער אז ער איז א מורד אין די פלאץ, און ער וואלט געדארפט אוועק מופן.

אבער ווען די בלומענבערג'ע גויים פארלאנגן "זאלסט נישט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל און זיך מאכן אן אייגענע תלמוד תורה" - פארשטייט זיי קיינער נישט?

אפשר זאלן די בלומענבערג'ע גויים מאכן א תקנה אז אלע פרויען מוזן דרייווען, און אלע פרויען מוזן האבן נעיל פאליש - דייקא רויטע, און זייער ערשטע גלח האט פארלאנגט אז יעדער מוז קומען צו זיין תיפלה כדי עס זאל זיין אחדות.

אפשר זאלן זיי שטעלן א וועד למען טוהר מחנינו אין בודק זיין ווער עס עסט פלייש פרייטאג און וועלכע פרוי לאזט נישט די האר וואקסן אונטערן שייטל...


ליצנות אין א זייט...

איך וויל באמת פארשטיין, די זעלבע מענטשען וואס האבן ארויסגעגעבן קול קורא'ס אין פראטעסטעט אין וויליאמסבורג קעגן בויען און פארקויפען פאר ארטיסטן ווייל מען וויל "אנהאלטן די ריינקייט פון די שטאט ברוחניות" - פארשטיין נישט די בלומענבערג'ע איינוואוינער וואס ווילן "אנהאלטן די ריינקייט פון זייער שטאט בגשמיות"?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 6:03 pm
דורך מאטי
גענדי, יעדער איז גערעכט, יעדער ארבייט פאר זעלבסט אינטערעסע,. פארשטייט זיך ווילאנג מ'פאלגט די שטאטישע געזעצן און די כללים פון מאראל.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 6:19 pm
דורך גנדי
איך פארשטיי די ראשים ארבעטן פאר זיך.

איך פרעג פון די שול שמועס׳ערס וואס זענען מצדיק סקווירא און קרית יואל אבער שעלטן די גויים פון בלומנבורג.


נ.ב. מיין ניק איז גאנדי מיט א קמץ פתוחה. נאך די טאטע פון אומ-געוואלטאטען פרייהייט קאמפיינען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:01 am
דורך גנדי
א נייע פיצריה עפנט זיך אין בלומענבורג. די שופט האט גע׳פסק׳נט אז די סטאר מעג פארקויפען פיצא אבער די פיצא באקסעס מוזן בלייבען פארמאכט ביז נאך אלע קאורט קעיסעס ווערן גע׳ענדיגט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:41 am
דורך shlomyg
לויט ווי כ'האב געליינט ערגעץ האט מען אויך געטשאלענזשד אסאך פין אלטע איינוואינער ..דאס איז נישט גיט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:33 pm
דורך הדד בן בדד
גנדי האט געשריבן:איך האב נאר איין קליינע שאלה וואס איך פארשטיי נישט, הלוואי קען מיר איינער געבן צו פארשטיין...

פארוואס ווען איינער ווילן זיך אויפפירען אנדערש ווי רוב קרית יואל'ע איינוואוינער (למשל זיין ווייב דרייווט אדער זי גייט מיט נעיל פאליש) - פרשטייט יעדער אז מען מעג זיי ארויס רודפ'ן, ווייל אז די ווילסט דיך נישט צושטעלן צו די פלאץ - גיי וואוין ערגעץ אנדערש (אפילו ער איז דארט געבוירען)

אבער ווען די בלומענבערג'ע גויים פארלאנגן "זאלסט נישט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל ווייל די שטעלסט זיך נישט צו צו אונז" - פארשטייט זיי קיינער נישט?

פארוואס ווען איינער מאכט אן אייגענע מנין אין סקווירא שטעטל - פארשטייט יעדער אז ער איז א מורד אין די פלאץ, און ער וואלט געדארפט אוועק מופן.

אבער ווען די בלומענבערג'ע גויים פארלאנגן "זאלסט נישט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל און זיך מאכן אן אייגענע תלמוד תורה" - פארשטייט זיי קיינער נישט?

אפשר זאלן די בלומענבערג'ע גויים מאכן א תקנה אז אלע פרויען מוזן דרייווען, און אלע פרויען מוזן האבן נעיל פאליש - דייקא רויטע, און זייער ערשטע גלח האט פארלאנגט אז יעדער מוז קומען צו זיין תיפלה כדי עס זאל זיין אחדות.

אפשר זאלן זיי שטעלן א וועד למען טוהר מחנינו אין בודק זיין ווער עס עסט פלייש פרייטאג און וועלכע פרוי לאזט נישט די האר וואקסן אונטערן שייטל...


ליצנות אין א זייט...

איך וויל באמת פארשטיין, די זעלבע מענטשען וואס האבן ארויסגעגעבן קול קורא'ס אין פראטעסטעט אין וויליאמסבורג קעגן בויען און פארקויפען פאר ארטיסטן ווייל מען וויל "אנהאלטן די ריינקייט פון די שטאט ברוחניות" - פארשטיין נישט די בלומענבערג'ע איינוואוינער וואס ווילן "אנהאלטן די ריינקייט פון זייער שטאט בגשמיות"?


גאנדי, פון וועלכען פערספעקטיוו פרעגסטו, א אידישן אדער א גוי'אישן?

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 12:05 am
דורך מאיר_וואלף
איך בין נישט גאנדי, אבער איך מיין פון א מענטשלכע פערספעקטיוו.

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 2:17 am
דורך גנדי
פון א לאגיק פרעספעקטיוו.

דאס איז א ריינע לאגישע שאלה וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:13 pm
דורך outspoken
א גריס אייך פונם אידישען שטעטל בלומינגבורג, ס'געווען א הערליכע שבת, ס'געווען א שיינעם עולם, אב''ד רחובות הנהר(אביו של ר'משה שמילאוויטש) האט אנגעפירט די שבת.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:22 pm
דורך גנדי
בערך וויפיל מענטשען זענען געווען שבת?

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:31 pm
דורך outspoken
בערך 20 טליתים, אחוץ די בחורים און אנגלעך.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:09 am
דורך גאלד
האט עס נאך די בעקינג פון סאטמאר רז"ל?
געהערט דעם שבת אז זיי האבן געזאגט ידינו מסולקת,