בלאט 8 פון 8
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:17 pm
דורך לעיקוואד
מיר זעהט דער שורה אויס ציניש.
אדער נעמען זיי אן ווי דער רמב"ם אז יעדער איד וויל זיין גוט באמת. און זיי מיינען טאקע אז זיי האבען נאר געטוהן איר רצון.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
דא איז מיין נוסח המציבה פאר רחל דבורה ע"ה:
ר'יבונו של עולם שמע זעקתי
ח'וס ורחם על דם אדמתי
ל'יבי ובשרי לקחו מחיקתי
ד'מע ובכי יזעק האבן הזאת לדורות
ב'ל ישכח חטא בל ישכח זדונות
ו'שבו בנים לגבולם בתחיית המת
ר'חל מבכה על בניה עד ביאת הקץ
ה'שב לשכנינו נקמת דם בשבעתיים
המקום ינחם בבנין ציון וירושלים
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
zurich האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נוסח המציבה מאכט מיך קראנק. דאס וואלט זי געוואלט אויף איר מציבה? א חרפה.
שוין לאמיך הערן גרויסער חכם וואס דען דארף שטיין?
ס'דארף גארנישט שטיין. א נאמען א טאג און געגאנגען ווייטער. א מציבה איז נישט א פלאץ אויסצוגרעפסן פריוואטע אינירליכע הייליג פאליטיק וואס די שוטים האבן אויפגעבאבלט. אביסל רעספעקט! מ'שרייבט נישט סארקאסטיש אויף א מציבה "זכתה לקיום שאיפותיה הטהורות" ווען יעדער ווייסט ס'איז צואת השור. ס'איז נישט געווען איר לייף סטייל ס'איז קרעפ און פתיחת הכבוד!
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:14 pm
דורך פאריז
איך וואלט ענדערש צוגעגליכען אייער תגובה צו צואת השור ווי איידער איר מצבה,
עס איז פאקט אז ביי רוב מציבות זענענן די טיטלען נישט אמת, איך זע נישט אז מען זאל אזוי מקפיד זיין אויף ליגענט ביי מציבות.
דא האט מען געשריבען טיטלען וואס ברענגט ארויס וואס עס איז די רצון פון א אדישע מאמע, עס ברענגט ארויס אירע יסורים, און עס לאזט א זכר לנשמתה.
אויב האלט איר אז א נישט געוואנטשע עבר איז עפעס וואס עס זאל באגלייטען אפילו נאכען פטירה, איז מן הסתם אייער פלאטץ נישט דא אינעם שטיבעל וואס עס איז געמאכט אז בעיקר נאר מענטשן וואס האלטן יא פון יודשקייט נאר זיי זענענן אנגעווייטאגט אויף געוויסע תקנות פון 1990 and up, עס איז דא א סייט אנפיאות מיחוד ארויסציברענגן אייערע געדאנקען אז otd דארף באגלייטען אפילו נאכען טויט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:18 pm
דורך נולד מאוחר
פליעז סאחיליק פון נישט אמתע טיטלען ביז חוזק מאכן.
זי איז נישט די טיפיקעל אידשע מאמע.
ווען זי קען ווען ארויסקריכען וואלט זי עס נישט אראפ גענימען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:20 pm
דורך איך אויך
תכלית אויב איינער זעהט די מצבה צוואנציג יאר ארום האט ער נישט קיין אהנונג וואס דא איז פארגעגאנגען ,ואולי פסקנן זיי אז תפוס לשון ראשון און מען איז נאר מזכיר אירע ערשטע יארן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
פאריז,
איך ווייס נישט צו דו מיינסט מיך אין דיין תגובה. איך וועל בכל אופן דיר ענטפערן.
ביי רוב מצבות שרייבט מען גוזמאות נישט א זאך וואס איז 180 דיגריס היפך האמת. אע"פ די נעבכדיגע סיבות פאר די ביטערע אמת, איז דאס נישט גווען אירע שאיפות. ווער בעט ענק בכלל רעדן דערפון?
שרייבט מען אויף א ראש ישיבה א בעל מחלוקת "פ"נ איש השלום"? שרייבט מען אויף א רבי וואס האט קיין סאך לערנען נישט גקענט "פ"נ שר התורה כל רז לא אניס ליה"?
משרייבט די מעלות וואס דער מענטש האט פארמאגט מיט אביסל/אסאך גוזמאות, אבער נישט יש מאין, און אוודאי נישט דער היפוך.
דא האט מען געשריבען טיטלען וואס ברענגט ארויס וואס עס איז די רצון פון א אדישע מאמע,
וואו קומט די רצון פון
א אידישע מאמע אויף די מצבה פון
די אידישע מאמע?
און אויב מוז מען ממש עפעס שרייבן וועגן די קינדער שרייבט מען בערך אזוי "צאצאיה הולכים וגדלים על ברכי התורה והיראה" ווער דארף דעם "זכתה"?
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:22 pm
דורך פאריז
נולד מאוחר האט געשריבן:פליעז סאחיליק פון נישט אמתע טיטלען ביז חוזק מאכן.
זי איז נישט די טיפיקעל אידשע מאמע.
ווען זי קען ווען ארויסקריכען וואלט זי עס נישט אראפ גענימען?
טעות; מיר פסקנ'ן ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, זי איז א יודישע פרוי, און זי האט אזוי געהאט אירע דריי קינדער,
דאס וואס זי האט מחמת צער געטיען זאכען וואס איז נישט אויסגעהאלטען, דארף איר נישט באגלייטען נאכען טויט מען מעג עס פארגעסן, און מען דארף נישט פירען חשבונות מן השמים און דערמאנען איבער איר קבר אירע חטאים, און זיכער 100% אז ווען זי ווען קען ארויסקריכען וואלט זי ווען עס אראפגעקרארצט און געשריבען אידן דינסט השי"ת און גייטס און זיינע וועגן.
דא איז איבער געבליבען דריי קינדער וואס דארפן אויפוואקסן נארמאל, זיי ווילען זיין אידן, און עס איז יעדעם'ס רצון אז זיי זאלען נישט ליידען,
פאר די קינדער אליינס האט מען געדארפט שרייבען אזא מצבה, זיי גייען עס זעען, זיי גייען אהין גיין. און זיי דארפן נישט ליידען,
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:42 pm
דורך נולד מאוחר
סדא מיטל וועג. מטשעפעט נישט קיין נפטר. סאיז האקל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:53 pm
דורך יאיר
פאריז האט געשריבן:[ און מען דארף נישט פירען חשבונות מן השמים און דערמאנען איבער איר קבר אירע חטאים
דאס איז א טיפישער שטרוי מאן. קיינער האט נישט געזאגט מען זאל דערמאנען אירע חטאים. סתם בדחנות.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]פאריז[/tag] איך מיין ביסט געווארן אביסל צומישט. איך האב געשריבן 2 הודעות. די ערשטע איז געווען א נוסח המציבה וואס כ'האב געשריבן פון ווייטאג איבער די פרשה, כ'האב נישט געזאגט מ'זאל די ווערטער לייגן אויף די מציבה. אין די צווייטע הודעה האב איך געשריבן אז למעשה איז בעסער מ'זאל גארנישט שרייבען נאר איר נאמען, די טאג פון די פטירה און די בעסיקס, נישט ארויפלייגן אויפן מציבה אייגענע בויך דרייענישן, ס'איז נישט קיין כבוד המת .
דרך אגב ווען מ'קלאפט א צווייטע ניק מאכט עס נישט דיין נקודה שטערקער אדער דיין ווערטער קלוגער. יעדער מעג האבן א דעה און מ'מעג זיך קריגן מיט רעספעקט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:27 pm
דורך פאריז
די מיטעל וועג איז אז מען גיבט איר די זעלבע מצבה וואס זי וואלט באקומען בעפאר זי האט געטוען די מעשה שטות מחמת צער.
און מען האט אונזין אז דאס איז די בעסטע פאר איר נשמה, אלמלא זי ווען קען ווען צוריקדרייען די זייגער וואלט זי עס זיכער געטוען ווייל יעצט זעהט זי שוין דעם אמת,
און מען טוט עס לטובת אירע קינדער אז זיי זאלן נישט דארפן האבן א אות קין אז עפעס איז געווען מיט זייער מאמע, סוכ"ס האפט יעדער אז די קינדער זאלן זיין ערליך און נארמאל.
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] איך האב מיר באצויגען צי דיזע ווערטער וואס האסט געשריבען, איך האב נישט געשריבען לקנתר ח"ו נאר להארה בעלמא.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווען יעדער ווייסט ס'איז צואת השור.
רויטע וואנצעס האט געשריבן: ה'שב לשכנינו נקמת דם בשבעתיים
איך האב פארשטאנען אז: 1} אז די ווילסט מרמז זיין אויף איר מצבה די זעלבע מכוון פארוואס אויף די אשכול שטייט "הי"ד". 2} רופסט עס די געשריבענע מצבה מיט די שפעט נאמען "צואת השור", עס איז זייער אווער די ליין, עס איז קיינער נישט ארויס מיט ריווח פון די גאנצע געשעפט, און מען האט שוין דא אויפגעוויזען אז קיינער האט איר נישט דא געזיכט וויי צו טוען, און עס איז ברור לכל, עס איז צייט צו גיין ווייטער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:43 pm
דורך פאריז
נולד מאוחר האט געשריבן:סדא מיטל וועג. מטשעפעט נישט קיין נפטר. סאיז האקל.
האסא א הווה אמינא אז דאס הייסט געשעפעט די נפטר?
אויב יא, נעם א האק און רייס אראפ רובא דרובא מציבות ווי איבעראל שטייט ליגענט אויף די נפטרים עס שטייט זאכען וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטיען.
יאיר האט געשריבן:פאריז האט געשריבן:[ און מען דארף נישט פירען חשבונות מן השמים און דערמאנען איבער איר קבר אירע חטאים
דאס איז א טיפישער שטרוי מאן. קיינער האט נישט געזאגט מען זאל דערמאנען אירע חטאים. סתם בדחנות.
[tag]יאיר[/tag] מיטען איר נישט געבן א געהעריגע מצבה פינקט ווי א ייעדעם איינעם שרייט עס אז מיר פירען חשבונות איבער אירע מעשים און מען שרייט עס אומדריעקט ארויס,
איך גיי דיר שיקען באישי עטליכע נעמען פון אויסגעריפענע בעלי עבירות ונואפים וואס האבן באיקימען הערליכע מציבות, דאס איז די סדר ביי אונז, מיר האבן א "סיסטעם" וואס שענקט פאר יעדעם איינעם פון צווישען אונזדי זעלבע זאך, יעדער באיקמט: א ווייב, א חתונה, א קבר, א מציבה, יעדער ביי אונז לעבט די זעלבע, גייט מיט די זעלבע פלארשיין שיך, באקימט די זעלבע חתונה אינוועטעשעין, גייט מיט א G G סוט, א וועסטעל, און יעדער שטארבט די זעלבע, און זי איז נישט קיין אויסנאם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:31 am
דורך לעיקוואד
ר' פאריז, איך וואלט שוין מוחל געווען דער מצבה, כעין שכתבתי למעלה, און נאך אלעס האנדלט זיך דא פוןן מענטשען וואס זענען נעבאך הענדיקעפד פון זעהן זאכען נאך א וועג, און לפי דרכם האבען זיי געשריבען גאנץ א שיינע נוסח, און גענוג צו מאכען דא סאמאטוכעס. אבער דער קרומער עקלהאפטיגער וועג וויאזוי דו ביסט עס מצדיק מאכט נאר אסאך ערגער די זאך. איך בעט דיר, פאר דער טובה פון דיין צד עס זאל אויסקוקען כאטש האלב מענטשליך און נישט אינגאנצען בלינד ווי דער נאכט צו א צוויטער מענטש'ס פיין און וועג פון לעבן. פליז, לאז געמאכט. זיי נישט מצדיק און קום נישט אויף מיט צענדליגער קרומער תורות מצדיק צו זיין דער שטות. עס איז פשוט א שאד, עס מאכט אסאך ערגער און נישט בעסער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:43 am
דורך פאריז
[tag]לעיקוואד[/tag] לאמיר פארשטיין, וואס האב איך אזוי גוט געשריבען אז די האסט געפילט אז די ברויכסט אזוי שארף - אויף א נייע מהלך, ארויסברענגן דיין התנגדות צום מציבה?
איך פארשטיי אז עפעס א שטארקע פוינט האסטע געזען אין מיינע ווערטער אזאש האסט געפילט אז מוז ווערן אפגענעפערט, מה זה?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:12 am
דורך איינגעמיירעט
נוסח אהער נוסח אהין,
איך קוק מיך אזוי אויף דעם מצבה, און מיין הארץ רייסט און שרייט,די מצבה שרייט בקול רמה, איך קוק נאכאמאל און נאכאמאל און איך שפיר זידיגע בלוט.
איך טראכט פון איר, אירע קינדער,עלטערען,געוועיזענע מאן,און סכאפט מיר א שוידער,אזא טראגישע ווייטאגליכע אומגענדיגטע סוף, איך האב נישט עפעס אויף וואס זיך אנצוכאפען, שאק,ווייטאג און טרויער נעמט ארום דעם געשעעניש און איך זעע נישט און איך קען נישט טרעפן עפעס meaning און דיע מעשה,איך שפיר א חלל און א לאך.
איך גיי משתדל זיין צו שפירען די ליבשאפט צו מיין קינדער און זיי צו ווייזען די ליבשאפט, איך גיי זיי ווייזען וואו פרייליך איך בין זיי צוהאבען, און אזוי זאל אריין גיין און זייער סיסטעם די ליבשאפט,און זיי זאלען זיך אליינס ליב האבען,
און פאר די קינדער פון די מנוחה בין איך מתפלל אז די רופא לשבורי לב זאל מחבש זיין לעצבותם און זיי אויפרעכטען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:35 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
י
1- וואספארא לעבן האט די דעפרעססטע פרוי נעבעך געהאט? וואס איז איר געווען אזוי גוט אז דו באוויינסט איר שטארבן? וואס איז שוין די גרויסע גדולה פון רוב מענטשענס לעבן, ורהבם עמל ואון. ווי דער גוטער בוך זאגט, נח לאדם שלא נברא.
2 - וויאזוי איז מען משתדל צו שפירן ליבשאפט צו די קינדער? וואס איז די עכטע טיפע אמת? האט א טאטע ליב קינדער ווייל ער האט א שמינית ששבשמינית חלק אין דעם בייעלאגישע באשטאנדטייל פון דאס קינד?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 2:12 am
דורך דענקער
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 5:12 pm
דורך נולד מאוחר
א פרישע otd sucide אין ארץ ישראל.
עני דיטעלס?
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:57 pm
דורך מנשה לוסטיג