בלאט 8 פון 19
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:42 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/qeI_M2ZjiVk"ואתם הדבקים בה' אלהיכם חיים כולכם היום." איר ווילט זיין דבוק אין מיר? לעבט, אינאיינעם ווי פארשטענדליך, היינט. פארשטייט און געדענקט אז דאס גאנצע לעבן באשטייט פונעם היינט, פונעם יעצט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:10 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/4BdjAzokMJY"ואתחנן אל השם," איר ווייסט וואס איז דער וועג פון זיך איינבעטן צום אויבערשטן? "בעת ההוא": צו זיין כל-כולו אינגאנצן אין דעם הוה, אינעם יעצט. דער גאנצער ישות און מציאות פונעם בעטער זאל פארלוירן ווערן אין דעם מאמענט אין וועלכן ער שטייט. דעמאלט בעט זיך.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:34 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/nIdZDC2sF9Eחמשה עשר באב האבן זיך וועגן און שטעגן געעפנט, די מתים זענען געברענגט געווארן לקבורה, דער שבט בנימין איז ווידעראמאל אויפגענומען געווארן ביי כלל ישראל.
אב איז דער חודש פון שרעקליכע געשעענישן. ס'איז פינסטער, קאלט, אומעטיג. אבער דווקא אין דעם חודש, פונקט אינמיטן, ווען א פולע לבנה שיינט אין הימל, באווייזט זיך פלוצים א ליכטיגקייט, א פרייד. נייע וועגן עפענען זיך און פרישע קשרים ווערן געמאכט.
דאס איז דער יום טוב פון ט"ו באב. ער סימבאליזירט וויאזוי פונעם געדעכסטן חושך רייסט זיך אויפאמאל דורך א בלענדענדע ליכט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:39 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/Y9Islpmxfqw"והיה אם שכוח." והיה, האט דער ריזשינער געזאגט, איז א לשון פון שמחה. "והיה אם שכוח," אויב דו וועסט פארגעסן פון שמחה, פון דער וויכטיגקייט צו כסדר געפינען יענע נקודה, וואס געפינט זיך באהאלטן אין יעדן פון אונז און פון וועלכער מיר קענען אייביג, אונטער אלע אומשטענדן, שעפן פרייד, "תשכח את השם אלוקיך."
די צוויי, שמחה און אויבערשטער, גייען אינאיינעם און איינער פירט צום אנדערן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:50 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/pkncAmvQr9cאון נאך האט דער ריזשינער אמאל געזאגט: "אם שכוח תשכח." די ערגסטע זאך וואס קען עמיצן באטרעפן, איז צו פארגעסן אז ער האט בכלל פארגעסן. אזוי לאנג ווי דער מענטש געדענקט אז ער האט אמאל געדענקט, איז נאך בחסד. ווען ער פארגעסט אז ער האט פארגעסן, איז טאקע נישט גוט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:06 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/yzSSDIq0pfgדער חיוב פון געבן צדקה ליגט אויף יעדן איד, אפגעזען פון זיין שטאנד אין דער געזעלשאפט. אן ארעמאן איז פונקט אזוי מחוייב צו געבן, ווי א רייכן. פון וואו זאל דער ארעמאן נעמען געלט צו געבן פאר אנדערע? פונעם רייכן. די תורה איז מחייב א בעל יכולת צו געבן פאר די, וואס האבן נישט "די מחסורו אשר יחסר לו." דאס הייסט, אלעס וואס פעלט אים - אריינגערעכנט געלט צו געבן פאר אנדערע.
דאס זיין א איד, דאס האבן באשאפן געווארן בצלם אלוקים, נעמט אריין די מידה פון געבן פון זיך פאר אנדערע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:10 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/yRxBtPzwT_cדער אויבערשטער ווייסט דאך אלעס וואס גייט זיין. ער ווייסט דאך במילא אויך דעם אויסקום פון יעדן נסיון, וואס ער גיט א מענטש. וויבאלד אזוי, וואס איז די חכמה פון געבן א "נסיון"? וואספארא מין פראבע איז עס, ווען דער פרובירער ווייסט וואס די רעזולטאטן וועלן זיין?
דאס ווארט "נסיון" פארמאגט אין זיך דאס ווארט "נס", וואס איז אויך טייטש "הויך", "ארויף". א נסיון קומט געבן דעם מענטש א געלעגנהייט זיך אויפצוהייבן צו נייע הויכן. עס ווייזט אים, אז אפילו ווען ער פאלט אריין אין אן אומבאקוועם, ענג פלאץ, איז ער נאך אלץ ביכולת אנצוהאלטן א שייכות, א קאנטאקט, מיט'ן אויבערשטן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 2:34 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/SDEOvVml_os"ראה," זעט אידן: "אנכי נותן לפניכם היום," כ'גיב אייך א טאג. כ'גיב אייך דעם היינט, און כ'לאז עס איבער פאר אייך וואס צו טאן, מיט דעם דאזיגן היינט. "את הברכה," דער וועג וויאזוי צו פארוואנדלען דעם היינט אין א ברכה, "אשר תשמעון," אויב איר וועט זיך איינהערן, זיין מקושר מיט'ן יעצט, מיט'ן היינט. "והקללה," פון דער אנדערער זייט, "אם לא תשמעון," אויב אנשטאט זיך צוהערן צום יעצט וועט איר ארומלויפן און זוכן אופנים צו אנטלויפן פונעם יעצט-היינט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 2:37 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/qftIXPPirhcדער עולם איז אריינגעפאלן אין א פארמעסט מיט באגיסן זיך און יענעם מיט אייז-קאלטן וואסער. דער מאטיוו וואס טרייבט דאס איז אויפצוטרייבן אויפמערקזאמקייט צו א געוויסן צוועק.
רבי נחמן, דער נחל נובע ומקור חכמה, האט אויף דער וועלט אראפגעברענגט אזא אייז-קאלט וואסער שפריץ, וואס דערוועקט דעם מענטש, און רופט אים צו תורת החסידות.
לאמיר אויפנעמען דעם פארמעסט און זיך אריינטאן אינעם קאלטן, דערפרישנדן וואסער פון יענער תורת אמת.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:40 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/xOP_ZZS9CbIמענטשן ווילן וויסן וואספארא סארט פירער אויפצונעמען איבער זיך. די תורה גיט דעם ענטפער. שופטים ושוטרים תתן לך: אשר ה' אלוקיך נותן לך. נעם אויף אזעלכע פירערס, וואס געבן דיר ג-ט, וואס ברענגען דיך צו א שייכות און דביקות מיט ג-ט און ג-טליכקייט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:43 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/bA17nKpP1_Y"והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו." האט דער ריזשינער דעם פסוק אזוי פארטייטשט. "וקרא בו," דער מענטש זאל די תורה אריינלייענען אין זיך. די תורה וואס ער לערנט זאל זיין אזוי געלערנט, אז ס'זאל ווערן טייל פונעם מענטש "כל ימי חייו." דער מענטש זאל נישט זיין אנגעוויזן אין קיין טעקסט און ווערטער, נאר די תורה זאל פארוואנדלט ווערן אלס אייגנטליכער טייל פון זיין וועזן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:32 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/gKEnMed07aoנישט יעדעס מאל מ'גייט ארויס אין א מלחמה, קומט מען צוריק א זיגער. ווען יענער איז שטארקער און זיין ארמיי מעכטיגער, איז מעגליך אז דו וועסט די מלחמה פארלירן.
זאגט דער חתם סופר: דער אויבערשטער וויל נישט פון דיר דווקא צו געווינען, און ער לייגט דאס אחריות דערפון נישט ארויף אויף דיינע פלייצעס. אלעס וואס ער פארלאנגט איז, אז זאלסט זיין גרייט צו קעמפן. "כי תצא למלחמה על אויביך," איז דער פארלאנג. פרוביר. דאס אלעס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:37 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
"ושלחה ידה והחזיקה במבושיו." זאגט דערויף דער איזשביצער אזא געדאנק. ווען דו שטרעקסט אויס א האנט און פרובירסט אנקומען צו יענעם, מיט'ן ציל צו האבן א השפעה, יענער זאל דיך אויסהערן, איז דער גרעסטער טעות וואס קען באגאנגען ווערן אנצורירן יענעם ביי זיינע פריוואטע, שוואכע אספעקטן, מיט וועלכע ער שעמט זיך און פילט זיך אומבאקוועם. אויב דו וועסט דארט אנרירן, "וקצותה את כפה," האסטו זיך אפגעהאקט די הענט, ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען. השפעה אויף יענעם קען מען האבן דורך ארויסהייבן יענעמס מעלות און מאכן גוט פילן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:12 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/V6KHfXzZAZ4טרעפן דעם אויבערשטן ווען מ'איז הויך אויבן אויף א גוט פלאץ איז נישט קיין חכמה. די קונץ איז אים צו טרעפן ווען מ'איז דא, אונטן, אויף דער ערד.
"והי'" - ווען וועסטו זיין בשמחה, די שמחה וואס קומט פונעם קרבת אלוקים לי טוב, "כי תבואו אל הארץ", ווען דו וועסט אראפקומען אויף דער ערד.
- לחיים!
פרשת נצבים-וילך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:17 pm
דורך דריידל
די פסוק זאגט ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא. זאגט ר' נחמן מברסלב, אז אפילו ווען ס'איז הסתר בתוך הסתר דארף א איד געדענקן אז די באשעפער שטייט אלץ אינטער אלע געשעענישן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:33 pm
דורך קאווע טרינקער
דריידל האט געשריבן:די פסוק זאגט ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא. זאגט ר' נחמן מברסלב, אז אפילו ווען ס'איז הסתר בתוך הסתר דארף א איד געדענקן אז די באשעפער שטייט אלץ אינטער אלע געשעענישן
אויב דענק איך גוט זאגט ער דער לשון "בוודאי".
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:26 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/seTWdr5bKVQאיר קענט די געשיכטע מיט אייזיק יעקלס, יענער וואס האט זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם אוצר וועגן וועלכן ער האט גע'חלומ'ט אונטער יענער בריק. דער וועכטער האט אים אויסגעלאכט: "נישטא קיין אוצר דא. איך האב זיך גע'חלומ'ט וועגן אן אוצר אונטער דעם אויוון פון א געוויסן אייזיק יעקעלס. זאל איך יעצט גיין דארט גראבן?"
און אייזיק האט ווירקליך געטראפן דעם אוצר אונטער דעם אויוון ביי זיך אין שטוב.
דער אויבערשטער איז נאענט, נאענטער ווי מ'קען זיך פארשטעלן. נאר כדי אים צו טרעפן פאדערט זיך א גרייטקייט אים צו גיין זוכן איבעראל. ווען א מענטש זוכט ג-ט אזוי שטארק, אז ער איז גרייט צו גיין ווייט און לאנג, דעמאלט געפינט ער אים - ממש אונטער דער נאז.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:45 pm
דורך מאטי
דאס איז צווייפאכיג, דער בריק ארבייטער וועלכע איז נישט נאכגעגאנגן דעם חלום, האט נישט געטראפן דעם אוצר אונטערן בריק אויך נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:00 pm
דורך ברסלבער
רבי נחמן ברענגט די מעשה (סוף סיפ"מ) און מיט דעם איז ער מסביר פארוואס מען דארף גיין צו א צדיק, מען קען דאך אליין אויך זיין אן ערליכער איד. נאר דער מענטש אליין איז צובראכן און ער גלייבט נישט אז ער קען מצליח זיין, דארף ער גיין צום צדיק געוואויר צו ווערן אז דער אוצר ליגט ביי אים אינדערהיים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:02 pm
דורך מאטי
און דער צדיק קען זיין א פשוט'ע בריק ארבייטער אויך, מוז נישט זיין עפעס א כ'ווייסעכוואס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:03 pm
דורך ברסלבער
יא יא. נישט קיין חילוק ווי אזוי דער צדיק קוקט אויס, דער עיקר דארף מען זעהן אויב ער קען מיר ווייזן וואו מיין אוצר ליגט באגראבן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:59 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/IN6_uJ6RzjMאני לדודי, ודודי לי. דאס איז א גאנגבאר ראשי תיבות פון דעם ווארט "אלול", און ווערט ברייט באנוצט אין די טעג. די טעג ווערן באצייכנט ווי די ימי רחמים ורצון, ווען מען טוט תשובה. ווי קומט תשובה צו דער ליבשאפט וואס דער "דודי" הין און צוריק דריקט אויס?
תשובה מיינט זיך "אומקערן". דאס איז דער פשוט'סטער אפטייטש פונעם ווארט, פאר אלעם רמזים און דרושים. תשובה איז טייטש: אומקערן.
אומקערן זיך: וואוהין? אויף דעם קומט דער ענטפער: אני לדודי, ודודי לי. מען דארף זיך אומקערן צו יענעם צושטאנד, פון דער אהבה וואס גייט טיפער ווי ווערטער און שטייט העכער ווי דעם אדער יענעם כאראקטעריסטיק.
די תשובה, דאס זיך אומקערן, פון וואס מען רעדט דא צילט נישט אויף א באשטימטן פלאץ, און באשטייט אויך נישט פון קלארע שריט. ס'איז א צושטאנד אין הארץ, אין די הערצער, צו וועלכן מען דארף צוריקגיין. אלע פרטים און אנווייזונגען בשייכות מיט תשובה זענען מיטלען וואס קומען העלפן דעם מענטש אנצוקומען אהין. די מיטלען זענען נישט דער עיקר, דער ציל, נאר אמצעים.
די שאלה פון "וויאזוי טוט מען תשובה?" איז פאר זיך אליין שוין אן אנדייטונג, אז דער פרעגער האט נישט געכאפט די נקודה.
אזוי זאגט דער "שפת אמת".
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:10 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/941sU8CUx3Iדי גרעסטע ברכה קומט פונעם אויבערשטן אליין. שבת מברכין אלול איז די גרעסטע סגולה צו באקומען די גרעסטע ברכה. איז דער בעש"ט מסביר די סיבה פארוואס און וויאזוי: "אתם נצבים היום כולכם," ווען אלע אידן זענען באחדות און שטייען אינאיינעם, "לפני השם אלוקיכם." ווען אידן אנערקענען און כאפן זיך אז אלע אינאיינעם זענען בעצם איינס און די זעלבע זאך וואס נעמט אריין דעם אויבערשטן אויך - דאס אליין ברענגט די גרעסטע ברכה זאל במילא אראפקומען.