בלאט 8 פון 8

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:38 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?

ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

ר׳ בערל טייערער פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך אין פוטסטעפס ??? וויפל מעמבערס זיי האבן און וואס זיי די ״אזויעגערופענע ארגאניזאציע ״ טוט אדער טוט נישט ?מקור??? אייגענס???
כ׳בין שטארק חושד אז אונזער בּעלעגעלה האט געליינט עפעס א ארטיקל פון סענדער דער דייטש אדער גאר י.מ. סופר המכונה מנשה פליפסטיג און דו ביסט אנגעשטעקט מיט דער ״איד סינדראם״ ל״ע השם ירחם....
:D :D :) ;) :( :o :D :lol: :x :P :mrgreen: :geek: :רח"ל :אויוויי: :-P :-o :lol: :o

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:44 pm
דורך ימי קדם
''דער איד סינדראם'' :like :lol: :roll: :o
About time to get an official mental diagnose for this disease, it is sadly catchy, so it is good we should be able to identify the boy by it's name....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?

ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

ר׳ בערל טייערער פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך אין פוטסטעפס ??? וויפל מעמבערס זיי האבן און וואס זיי די ״אזויעגערופענע ארגאניזאציע ״ טוט אדער טוט נישט ?מקור??? אייגענס???
כ׳בין שטארק חושד אז אונזער בּעלעגעלה האט געליינט עפעס א ארטיקל פון סענדער דער דייטש אדער גאר י.מ. סופר המכונה מנשה פליפסטיג און דו ביסט אנגעשטעקט מיט דער ״איד סינדראם״ ל״ע השם ירחם....
:D :D :) ;) :( :o :D :lol: :x :P :mrgreen: :geek: :רח"ל :אויוויי: :-P :-o :lol: :o

טייערער ר' שבת אחים שליט"א: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן, ווי איך האב שוין נישט געלאכט פאר א לאנגע צייט.
ערשטנס. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל קול ישראל, איז שוין לאנג אין גן עדן פון די כאמאס און איז זיך משתעשע מיט זייערע שעשועים, צוזאמען מיט אראפאט, משה הירש וחבריהם. אין אט דעם גן עדן וואו אלע שונאי ישראל גייען אי"ה אנקומען. עכ"פ פאקטיש איז דיין חידוש נישט אויסגעהאלטן. ווייל ער איז געגאנגען למנוחתו נאך א סאך פאר פיל פון די מעמבערס פון "פוטסטעפס" זענען אפילו געבוירן. לגבי "הרב" י.מ. סופר, המכונה מנשה'לע פיליפ, איז יא דא א מעגליכקייט. נאר איך ווער נישט אזוי שנעל באאיינפלוסט פון מיינונגען און בויך גרימענישן פון היפאקריטן און סתם שונאי ישראל.
לענייננו: ס'איז קיינמאל נישט געוועהן מיין כונה אוועקצומאכן די אויפטוען פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "פוטסטעפס". איך טוה אפשאצן די וויכטיגקייט פון זייערע פעולות פאר די וואס קענען דאס נוצן. אבער מיין פוינט איז. אז זיי זענען אביסל מגזים (מע-גא-זעם, אויף די וויליאמסבורג'ער שפראך). ווייל, לויט ווי ס'זעהט אויס שטעלן זיי אייביג נאר ארויס די זעלבע עטליכע יחידים אדער יחידות אלס טעסטימאניאל פאר זייערע אויפטוען... :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:06 pm
דורך דער שכן

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:52 pm
דורך גאנצל
איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל האט געשריבן:איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

יא. אבער (א קשיא אויף מהר"א שליט"א) פוד סטעמפס/פוטסטעפס קומען דאך נישט קלאפן מיט זייער פושקע אין די בתי מדרשים. נאר ווער ס'גייט צו זיי העלפן זיי ארויס אויף זייער אופן. תיובתא... :P ...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:43 pm
דורך לעיקוואד
גאנצל האט געשריבן:איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:42 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:

ר' לעיקוואד: וואס פארשטייט א ליטוואק. (איך שטעל אויף די חזקה. ווייל איינער וואס וואוינט אין לעיקוואוד און האט א שייכות מיט בית מדרש גבוה, מוז בע"כ זיין א ליטוואק.) דער רבי שליט"א מוז א יעדע פאר וואכן ארויסלאזן אן אויסטערלישן סטעיטמענט וואס גייט נגד שכל הישר. פשוט. כדי מ'זאלל וויסן אז ער איז ב"ה חי וקיים. אויכעט אז דער צד שכנגד זאלל נישט האבן קיין פתחון פה אז ער איז ח"ו נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויך. ווייל ער וויל זיך אין א געוויסן זין פארגלייכן צו דעם מייסד פונ'ם חסידות/קהילה, וועלכער האט אויכעט געלאזט הערן מיינונגען וועלכע זענען נישט געוועהן אנגענימען אין די אידישע וועלט. ארויסווייזנדיג אז מ'ווערט נישט נתפעל פון די מיינונג אויף די גאס...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קומט מעורר צו זיין אידן מיט א פירצה וואס האט נישט מיט זיי? איך בין זיכער אז סנישט געווען אפילו איין מענטש דארט אין בית מדרש וואס געהערט צו פוטסטעפס, מאידך גיסא איז דא גענוג וואס מעורר צו זיין מיט עניינים וואס אנטבלאנגט יא צו זיין ציבור. אויב וויל ער מאכן העדליינס זאל ער קומען דא אויף קאווע שטיבל עפענען אשכולות. איך בין זיכער ער וועט גוט געהערט ווערן. ער וועט אויך זיך אפ שוינען דעם העקעטז.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:35 am
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:ווי קומט מעורר צו זיין אידן מיט א פירצה וואס האט נישט מיט זיי? איך בין זיכער אז סנישט געווען אפילו איין מענטש דארט אין בית מדרש וואס געהערט צו פוטסטעפס, מאידך גיסא איז דא גענוג וואס מעורר צו זיין מיט עניינים וואס אנטבלאנגט יא צו זיין ציבור. אויב וויל ער מאכן העדליינס זאל ער קומען דא אויף קאווע שטיבל עפענען אשכולות. איך בין זיכער ער וועט גוט געהערט ווערן. ער וועט אויך זיך אפ שוינען דעם העקעטז.

ווער זאגט דיר אז ער (כ"ק מרן שליט"א) איז נישט יעצט אויף קאווע שטיבל. דו (און איך) ווייסט נישט אינטער וועלכן ניק ער שרייבט...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:08 am
דורך שבת אחים
לעיקוואד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט

ער האט געמיינט פוטסטעפס ?

פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.

ס'איז מיר גאר א קליינער נפקא מינא וועמען ער האט געמיינט, ווייל לויט ווי ס׳קוקט מיר אויס איז דער אטענטשעין־הונגעריגער אדמו״ר נאר דא צו שרייען בלעימען און אראפרייסען אלעמען ארום פאר אלע צרות און פראבלעמען פון כלל ישראל און אין איינוועגס איינקעישן מיט דעם אז אלע זיינע שווענצליך וועלן זיך גרויסן און שטאלצירן מיט זיין העלדישע ״קנאותשאפט״ וואס איז שטייטצעך לויטער ״כולו לשם שמים״ ...

אנשטאט אריינצוקוקן אביסל אין זיך און אין זיין אייגענע דורכגעפוילטע סוסטעם און פרעגן פארוואס האבן מיר אזויפיל דורכפעלער ? פארוואס איז דא אזויפיל ארויסגעפאלנע ? פארוואס מוטשעט זיך יעדע צווייטע טאטע מיט אריינשטעלן די קינדער אין די מוסדות ? פארוואס דרייען זיך הונדערטער יונגע בחורימלעך אויף די גאסן ישיבה׳לאז??? פארוואס דרייען זיך ארום אזויפיל יונגערלייט אן א קאפּ ווען זיי קענען נישט ענדיגן די חודש און דארפן אוועקגעבן ס׳רוב חודשליכע געהאלט און קענען נישט דערהייבן די טייערע ארויפגעשרויפטע ניו־יורק רענט ??? פארוואס א לעצטיגע איבערפלוס פון או טי די׳ס??? פארוואס אזויפיל טיי אווענטן???

נא פארוואס רעב אהרן ??? אלעס וועגן עפעס א ארגענזעישן אין מאנהעטן???????????????????????????????

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:53 pm
דורך שבת אחים
viewtopic.php?p=269733#p269733

למען ידעו דור אחרון אויב טראכט איינער פון גיין או טי די און ער נעמט אין חשבון אז פוטסטעפס וועט אים ארויסהעלפן זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט ווי @חיים נחום שרייבט זאל ער וויסן אז ס׳איז א גראבער ״שקר״ קיינער וואַרט אייך נישט אָפּ אויף די אנדערע זייט און קיינער וועט דיך ניטאַמאָל אנקוקן, איז אלזא טייערער בחור אדער אינגערמאן אז רעדט איר זיך איין פאר איין סעקונדע אז איינער אין פוטסטעפּס וועט אייך העלפן טרעפן א דזשאַב, א דירה אדער העלפן מיט לאויערס אין קאורט האט איר גאָר א גרויסן טעות און ס׳איז אַ שאד אייער צייט איר וועט אסאך מעהר אויפטוהן אז איר וועט גיין אין די מעדיקעיט אפיס ווי גיין צו פוטסטעפס!!!

Re: Footsteps צענטע יארטאג

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:57 pm
דורך שמערל
הרב שבת אחים וואס איז פשט פון אייער אויסברוך? איר האט שוין געשריבן אייער מעשה, גראדע שלום דין האט שוין געענטפערט, און יעצט בלייבט ביי יעדן צו מכריע זיין ווי וועם אנצונעמען.
די איינציגסטע זאך וואס איר פארדינט פון איבערשרייבן אייער העצע מיט באלד אותיות, איז אייך א נעמען צו געבן פאר א משוגענער וואס איז דא ארויפצוצווינגען זיין בויך ווייטאג אויף א צווייטן, און מיר קענען פון דעם אפלערנען אז אייערע כסדר'דיגע אויסברוכן אויפ'ן קאסעווער איז אויך נישט אזוי איינפאך.
(עס דערמאנט אביסל פון די וואויס נאוטס וועגן דעם ווערטסמערדער... )

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:03 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:הרב שבת אחים וואס איז פשט פון אייער אויסברוך? איר האט שוין געשריבן אייער מעשה, גראדע שלום דין האט שוין געענטפערט, און יעצט בלייבט ביי יעדן צו מכריע זיין ווי וועם אנצונעמען.
די איינציגסטע זאך וואס איר פארדינט פון איבערשרייבן אייער העצע מיט באלד אותיות, איז אייך א נעמען צו געבן פאר א משוגענער וואס איז דא ארויפצוצווינגען זיין בויך ווייטאג אויף א צווייטן, און מיר קענען פון דעם אפלערנען אז אייערע כסדר'דיגע אויסברוכן אויפ'ן קאסעווער איז אויך נישט אזוי איינפאך.
(עס דערמאנט אביסל פון די וואויס נאוטס וועגן דעם ווערטסמערדער... )

ביי אונז אין סטאלין האט מען אויסגעלערנט אז אויב ס'טוט וויי שרייט מען, וד"ל

Re: Footsteps צענטע יארטאג

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:04 pm
דורך שמערל
און ביי אונז לערנט מען, אויב איר האט נישט וואס צו טוהן, טוט עס נישט דא

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 11:11 pm
דורך ישראל קאפקע
@שמערל, וואס איז פשט פון אייער איינבראך?

איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 4:10 am
דורך שבת אחים
ישראל קאפקע האט געשריבן:@שמערל, וואס איז פשט פון אייער איינבראך?

איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.

ענדערש נעם קעיר פון דער יעניגער וואס האט זיך אנגערוקט לעצטע סוף וואך און שפייט אויס זיין בויכוויי און האס יעדע פופצן סקונדעס.

@ישראל קאפקע
דאַנקע שיינע פארן זיך אָנעמען פאר מיר , עס איז באמת שיין פון אייער זייט , אבער אויב מעג איך פרעגן ילמדנו רבינו וואס מיינט איר צו זאגן מיט : (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אפשר טוט איר אביסל עלעבערעיטן וואס איר מיינט מיט דעם און וואס מאכט אייך טראכטן אז איך האב נישט קיין רעכט ?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:12 am
דורך ישראל קאפקע
@ שבת אחים,
טעמע: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
אז עס איז נישט 'גענוג' גוט ווערט עס נאכנישט אינגאנצן אפגעפרעגט.