בלאט 8 פון 22

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:41 pm
דורך קאווע טרינקער
געלט האט געשריבן:קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן

גיב איר געלט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:43 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
דמים תלתא משמע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:44 pm
דורך ברוך בערל
געלט האט געשריבן:קען מיר איינער געבן א עצה צי ארויס נעמן פין די פרוען די נאריש קייט פין צניעות איך האב איר שוין געקויפט א סמארט פאן מיט unlimited internet אן א פילטער אין עס ווער נאר ערגער אין ערגער קען מיר איינער העלפן


צניעות איז די קרוין פון אידישע קינדער עס איז גארנישט קיין נארישקייט

אויב מיינסטו צו זאגן אז די ווילסט אז זי זאל דיר צופרידן שטעלן אינדערהיים
רעד צו איר און זיי איר מסביר און ווייז איר די גמרות ווי די פרויען האבן צופרידן געשטעלט די תנאים און אמוראים
קויפן א סמארט פאון איז בכלל נישט די סמארט מאוו

אויב ח"ו מיינסטו אין גאס
פארשטיי איך דיר נישט
די האסט א תשוקה אז דיין ווייב זאל געפעלן דיין שכן און דיין חבר?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:46 pm
דורך ראש הישיבה
יש לי ידיד טוב וואס האט געהאט די זעלבע בעיה, און ער האט זיך אריין געלייגט אין די מצב. ער האט איר געזאגט אז זי זאל וויסן אז ווען עס איז נוגע פאר שיינקייט איז געלט נישט קיין עיכוב. זי קען ספענדן וויפיל זי וויל אויף שיינע קליידער. אזוי אויך האט ער זיכער געמאכט צו אפראווען יעדער קלייד צו עס איז שיין, ביז זי איז געווארן אן אנדער מענטש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:14 pm
דורך Sapir
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל


איך האב גזעהן מיין עלטערן חתונה בילדער, חסידישער שטוב. קליידער זענען ניטאמאל איין אינטש אינטער קני

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
אליבא דאמת האט געשריבן:כשנשאל ומה יעשו עם אשה שלא תסכים, אז הוא אמר כי יש לגרשה מיד, לא בשל שהשמלה קצרה אלא בגלל זה שהיא לא שמעה בקול הרבי

והמזבח יוריד דמעות,
ועוד יש תקנה, שיתחלף הזוג לחסידות אחרת, ואז הרבי יוריד דמעות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:14 pm
דורך עסקן בדברים
סאו וואט האט געשריבן: זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע... ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני...

ר' סאו
איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:54 pm
דורך געפילטע פיש
אליבא דאמת האט געשריבן:כשנשאל ומה יעשו עם אשה שלא תסכים, אז הוא אמר כי יש לגרשה מיד, לא בשל שהשמלה קצרה אלא בגלל זה שהיא לא שמעה בקול הרבי

מוטב ימחה שמי, אבער כבוד הרבי איז סאך הארבער, מעבר לכל שיגעון. הגם דאס איז שאולזאהן און מ'קען נישט ממש גלייבן יעדעס ווארט זיינע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:30 pm
דורך דעת תורה
עסקן בדברים האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן: זיין ערשטע רעבעצין איז בכלל נישט געוועהן א באלאבאסטע... ווען דער רבי האט חתונה געהאט בזיווג שני...

ר' סאו
איך וויל טראסאן וואס דו שרייבסט וועגן משפחת פארטוגאל, אבער איין פראבלעם האב איך אז דו רעדסט וועגן א זיווג ראשן און שני, און אויף וויקיפעדיא זעה איך אז דער היינטיגער סקולענער רבי האט נאר געהאט איין רעביצין


טאקע אזוי? מוז זיין אז די ערשטע ווייב לעבט נאך, הלמאי וויקיפידיע ווייסט נישט דערפון. גיי ארויס אויף די גאס שטעל אפ א איד און פרעג אים וועט ער דיר זאגן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:54 pm
דורך סאו וואט
אונטרעסאנט וויקי איז נישט אפדעיטעט, אבער יא. ער האט יעצט א זיווג שני. המפורסמות אין צריכה ראיה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:34 pm
דורך עסקן בדברים
דעת תורה האט געשריבן:טאקע אזוי? מוז זיין אז די ערשטע ווייב לעבט נאך

פארוואס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:44 pm
דורך עסקן בדברים
סאו וואט האט געשריבן:אבער יא. ער האט יעצט א זיווג שני. המפורסמות אין צריכה ראיה.

ס' אמאל טאקע געווען א רומער אז ער גייט ווערן א חתן מיט זיין שוועגערן, אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס קיינמאל נישט געווארן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:44 pm
דורך Sapir
שיטה מקובצת, הפלא ופלא.
קענסטי פליז פאסטען א מקור ושורש צים דעם ווארט פין גדול הרה״ק רב מיללער?
עס האט מיר באמת בארירט.

איך וויל באמת אויך בעטן אויב איינער ווייסט ווי אין שולחן ערוך שטייט וועגן לענג פין קלייד אין makeup and eye liner.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:49 pm
דורך געפילטע פיש
ווען דו טרעפסט סיטי לאמיר ווייסן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיטה מקובצת האט געשריבן:ווי אזוי קענסטו בכלל אויפברענגען אזא זאך צו פאר'מיאוס'ן פרויען אין די אויגן פון זיינע מענער. דו ווילסט טראגן די אחריות פון זייער זנות?!


אויב די פרויען זענען פאר'מיאוס'ט אין די מענער'ס אויגן ברענגט עס אויך צו זנות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:30 pm
דורך Sapir
שיטה מקובצת האט געשריבן:
Sapir האט געשריבן:שיטה מקובצת, הפלא ופלא.
קענסטי פליז פאסטען א מקור ושורש צים דעם ווארט פין גדול הרה״ק רב מיללער?
עס האט מיר באמת בארירט.

באזני שמעתי. כ'ווייס נישט צו דער געדאנק איז שוין געדרוקט.


וועל איך נאכזאגען דעם מקור פין שיטה מקובצת. ל.א.ל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:15 pm
דורך ברוך שאמר
שיטה מקובצת האט געשריבן:דער אשכול איז זייער ווייטאגליך. ליידער איז דער וויכטיגער ענין פון צניעות געווארן אזוי צעדרייט אז מ'ווייסט שוין נישט וואס צו טוהן. צניעות איז גאר א הארבע זאך, אזוי ווייט אז דער חזו"א האט געזאגט אז אויב די סנהדרין וואלטן היינט געוועהן וואלטן זיי גע'הרג'עט פרויען וואס גייען מיט הויזן, ווייל דאס איז א שרעקליכע פריצות!

אבער לענין ווי משוגע דער ענין איז געווארן, מיט דעם איז מען עובר אויף לא תספו ולא תגרעו און דאס ברענגט קיינמאל נישט קיין גוטס. כ'האב אמאל געהערט פון מו"ר רבי אביגדור מיללער זצוק"ל ווי איינער האט אים געפרעגט וועגן אזא סארט נייע צניעות משוגעת וואס פרויען זאלן טוהן. האט רבי אביגדור געענטפערט "לא תנאף!" דער שואל האט געקוקט אזוי פארלוירן און האט נישט פארשטאנען די כוונה, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, מיר זענען אידישע קינדער און מיר טארן נישט זינדיגן, ווי אזוי קענסטו בכלל אויפברענגען אזא זאך צו פאר'מיאוס'ן פרויען אין די אויגן פון זיינע מענער. דו ווילסט טראגן די אחריות פון זייער זנות?!

אני הקטן האב געקלערט אז רבי אביגדור האט געהאט נאך א כוונה וואס ער האט נישט געוואלט יענעם זאגן אין פנים אריין. איינער וואס טראכט אויס אזעלכע צודרייטע אזויגערופענע "צניעות" גדרים איז בהכרח א נואף, עכ"פ במחשבה, שאין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה.

איי עם ווערי סארי אבער דאס איז נחומס שפראך

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:09 am
דורך ודי למבין
זאגט די הייליגע דף היומי מסכת יומא דף נד עמוד א: אמר רב קטינא, בשעה שהיו ישראל עולין לרגל מגללין להם את הפרוכת ומראין להם את הכרובין שהיו מעורים זה בזה ואמרו להם ראו חבתכם לפני המקום כחבת זכר ונקיבה. זאגט די הייליגע רש"י ד"ה הכרובים, מדובקין זה בזה ואוחזין ומחבקין זה את זה כזכר החובק את הנקיבה. רש"י ד"ה מעורים, לשון דיבוק.

ווי איז די וועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?

אפשר וועגן דעם האט מען באהאלטן די ארון, די וועד הצניעות וואלט עס נאך געקענט צושטויסן...

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:48 am
דורך כתר מלכות
פון וועלכע סקולענע רבי רעדט מען דא, דער איצטיגער אדער זיין פאטער זצ״ל?
הרה״ק מסקולען זי״ע האט דריי מאל חתונה געהאט (ער איז צוויי מאל נתאלמן געווארן ל״ע). אבער זיין זון, מעולם לא שמעתי אז ער האט געהאט א זיוויג שני, ס׳איז מיר באמת א נייעס. ווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:30 pm
דורך עסקן בדברים
כתר מלכות האט געשריבן:ווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?

זיין רעביצין איז געווען רייזל בת הרב מנחם זאב שטערן הרב מגבעת שאול, בעמ"ח "תושבע"פ" על נ"ך

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:33 pm
דורך כתר מלכות
עסקן בדברים האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:ווער איז געווען זיין זיוויג ראשון ?

זיין רעביצין איז געווען רייזל בת הרב מנחם זאב שטערן הרב מגבעת שאול, בעמ"ח "תושבע"פ" על נ"ך

דאס איז די רעבצין וואס איז אוועק, נאכאמאל האט נישט חתונה געהאט, דאן וואס הייסט זיוויג ראשון, אויב סאיז נישטא א שני?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:45 pm
דורך עסקן בדברים
והיא ראשון ואין שני להמשיל לו להחבירה

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 2:14 pm
דורך שמערל
[tag]ראש הישיבה[/tag]
ראש הישיבה האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:נאך א משל, א פרוי וואס זייגט אין פאבליק, אפילו זי גייט מיט זיבן טיכלעך, איז זי נישט קיין צניעות'דיגע פרוי, כאטש עס שטייט נישט אין די צניעות קוד.

במחילת כבו"ת הראש ישיבה שליט"א, אויב שטייט עס נישט אינעם קוד דאן פארוואס האט איר עס צוגעלייגט? כמיין אין די אלגעמיינע וועלט איז דאס א גרויסע מחלוקת און זיי רעדן פון זייגן אויפגעדעקטערהייט בפני כל עם ועדה. פארוואס זאל זייגן א קינד אויף א צנועסדיגן אופן זיין א פראבלעם? אפשר איז ארגער פון א משתין בשוק וואס איז א הלכה מפורשת אז אויך א אשה מעג?

דאס האב איך טאקע געמיינט. עס קען זיין אז אל פי 'הלכה' (אויב עס איז דא אזעלעכע הלכות) מעג מען זייגן אין פאבליק, אבער א פרוי וואס איז א צניעה, זי האט סעלפ ריספעקט ווע עס נישט טוהן ברבים, ווייל עס פאסט איר נישט


הייסט ווען דו האסט גערעדט פון צניעות און גוטע חינוך, האסטו זאך הכל געמיינט אלגעמיינע סעלף רעספעקט, וואס האט גארנישט מיט יידישקייט?
פארוואס זאל מען נישט מעגן טוהן אזאך וואס איז מותר על פי הלכה, און אנגענומען בנימוסי המדינה, בלויז ווייל עס "פאסט" נישט? זייט ווען איז דא אזא דערהער אין יידישקייט?