בלאט 8 פון 27

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm
דורך גנדי
איך אויך האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:די שאלה איז אויב די חופה איז פארגעקומן אינדארס.

יא, נו איז וואס?

אויב יא (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק דורך גדולי ישראל און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.


מקור?

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:45 pm
דורך איך אויך
מקור אויף וואס?

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:49 pm
דורך גנדי
berlbalaguleh האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מספינקא לערנט אשר ברא את האדם בצלמו פון דער נאנט.


א שאנדע. הזאת נעמי? אלה אלהיך ישראל? דאס זענען די וואס ברעטשקענען שובבים תורות? פאר א פאר גרייצערס גייט מען זיך ווייזן דעם טילעפ פאר א רייע נאקעטע בריידסמעידס?

לדעתי דארפן די בילדער זיין אויפן ערשטן בלאט אין כל העולם כולו,.בליק, וואך וכו,. זאלן די קינדער זען דעם אמת'ן פרצוף פון די קאלירטע בעקיטשעס מיט טילעפן.

איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר פרטים וויל איך נישט שרייבן ווייל כ'האב מורא אז מ'גייט מיך מעקן. סוכ"ס בין איך נישט עמלק. אזויפיל וועל איך יא שרייבן אז איך בין באקאנט מיט א פאקט אז עטליכע רבנים פון א גרויסע און חשוב'ע רבי'שע גזע, וועלכע וויינען טאקע זייער שטארק און הויעך ביי שובבי"ם תורה, זענען אויכעט געווען ביי א חתונה (מאחד הנגידים, פארשטייצעך) וואו דער גאנצער הלוך ילך איז געווען אויפ'ן מאדערנסטן אמעריקאנער שניט. און די "סעודה" און טאנצן איז געווען 100% בתכלית התערובות. נאר פאר'ן רעבי'ן און די פאר חניוקעס האט מען רעזערווירט א קארנער אין זאלל מיט א כשר'ע (למהדרין) מחיצה. און די רעבעצינס שתליט"א האבן געטאנצט בתערובות ככל הגויים והגוייטעס. פון וואו ווייס איך. ווייל איך בין דארט געווען אלס קרוב משפחה.
לאידך גיסא. קען איך רבנים ואדמורי"ם וואס וואלטן נישט געגאנגען צו אזא מין תערובות'דיגע חתונה פאר כל הון דעלמא. :roll: 8-) :lol: :x :P :P :oops: :cry: :o


מיין ידיד האט מיר געזאגט אז די ספינקא רבי און די פמליא זענען אוועקגעגאנגן גלייך נאך די חופה. (רביצינס זענען בכלל נישט געקומען).

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:53 pm
דורך גנדי
איך אויך האט געשריבן:מקור אויף וואס?


מקור אז...

1. אן אינדאר חופה (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה.
2. וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק.
3. דורך גדולי ישראל.
4. און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:06 pm
דורך ראש הישיבה
גנדי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מקור אויף וואס?


מקור אז...

1. אן אינדאר חופה (און די דאך העכער דעם איז נישט געווען אפען) איז עס א רעפארמישע חופה.
2. וואס איז געאסר'ט געווארן עטליכע דורות צוריק.
3. דורך גדולי ישראל.
4. און עס איז אסור פאר א רב זיך צו געפונען דארט.


ווען איך בין געוועהן א אינגעל אין ב"פ (איךהאב געוואונט לעבן באבוב), געדענק איך אז די באבובער רב ז"ל האט חתונה געמאכט א בעל תשובה, אין זיין ביה"מ אויף 48 (עס איז געוועהן אין די שפעטערע מ' יאהרן). האט די באבובער רב געוואלט מאכן די חופה אין ביה"מ ווייל אזוי האט מען זיך געפירט אינדערהיים. האט מען אים געפרעגט אז אויב אזוי פארוואס האט ער נישט געמאכט זיינע קינדער'ס חופה אינעווייניג? האט ער געזאגט ווייל ער האט נישט אזא גרויסע פלאץ וואס קען פארנעמן אזא גרויסע עולם!

איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אמת, אבער אזוי האבן די קינדער אין די געגנט געשמועסט. אויב עס איז דא ווער עס קען מברר זיין ביי א באבובער די אמת'קייט פון דעם,ביטע זיין מברר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:32 pm
דורך איך אויך
סיעף ח אין תקנות מיהאלוביץ משנת תרכ"ו (בערך 6 דורות צוריק) לויטעט " אסור לעשות חופה בבהכנ"ס רק תהיה תחת השמים" און אויף דעם האבען געחתמט צענדליגער גדולי ישראל פון די גאנצע וועלט. ביי די ספרדים איז טאקע יא איינגעפירט עס צו מאכן אין ביהמ"ד (כאטשיק אלע ספרדישע בתי דין אין אץ ישראל האבען זיך מצרף געווען צו תקנות מיהאלוביץ)

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
הרב גנדי שליט"א: איר האט ניט מדייק געווען. איך האב ניט (כ'רעד יעצט ווי א ליטוואק) גערעדט פון אט די חתונה וואס ווערט גיבראכט אין אטע די אשקעייל. איך האב פארציילט גאר אן אנדערע געשיכטע פארשטעצאך בלי להזכיר שיימעס הקדעיישים. :roll: :? :x :oops: :o

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:09 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן: (כ'רעד יעצט ווי א ליטוואק)

נאך א מזל דו זאגסט מיר!

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:36 pm
דורך משה געציל
בד"וו, ווען איר רעדט ווי א ליטוואק זאלט איר למען השם נישט לייגן די אלע סמייליס, מען וועט נאך מיינען אז איר זענט א 'היימישער ליטוואק'...

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:42 pm
דורך היימישער ליטוואק
משה געציל האט געשריבן:בד"וו, ווען איר רעדט ווי א ליטוואק זאלט איר למען השם נישט לייגן די אלע סמייליס, מען וועט נאך מיינען אז איר זענט א 'היימישער ליטוואק'...

:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:53 pm
דורך לעמיל
געטרייע זיידע

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:55 pm
דורך Atgan
געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון סאטמארער רב אליינס
אז די סאטמארער רב זל חופה איז געווען אין ביהמ״ד

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:11 pm
דורך איך אויך
זייער זייער נישט מסתבר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:12 pm
דורך איך אויך
לעמיל האט געשריבן:געטרייע זיידע

ער האט גענוג לאנג געווארט דערפאר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:18 pm
דורך בעריש
Atgan האט געשריבן:געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון סאטמארער רב אליינס
אז די סאטמארער רב זל חופה איז געווען אין ביהמ״ד

אמת.
דער טאטע זיינער איז שוין געווען זייער קראנק ל"ע, האט מען געמאכט די חופה ביי זיין בעט.
דא און אמעריקא איז אויך אמאל געווען א חופה ווי דער סאטמארער רב ז"ל האט מסדר קדושין געווען און שטוב.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:26 pm
דורך איך אויך
אה דאס איז שון עפעס אנדערש ,די בעלי תקנות מיהלוביץ זענען נישט געווען קיין אכזרים צו אסר'ן במקום פקו"נ. עס ווי יענער גביר ע"ה וואס מען האט געשטעלט א חופה פון זיינס א קינד אויף די דאך פון די שפיטאל אין מאנהעטן קורץ פאר ער איז אוועק סאו ווערט דאס יעצט א מנהג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:10 pm
דורך לשוא הכיתי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:15 pm
דורך חד גדיא
שיין!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:57 pm
דורך יין שרף
ראשעקאל האט געשריבן:.

די אשה מאחורי איז זיינס...?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:23 pm
דורך מ גפני
יאפ

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:44 pm
דורך דולה ומשקה
דער תולדות אברהם יצחק רבי שמואל יעקב קאהן שליט"א

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 3:47 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:דער תולדות אברהם יצחק רבי שמואל יעקב קאהן שליט"א

די קעפל דארף זיין אדמורי"ם בילדער - פון די אנדערע זייט.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 6:00 pm
דורך מורינו הרב
דער רבי פויקט.