בלאט 8 פון 14
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:59 pm
דורך דריידל
אויף וועלכע פסוק זאגט דאס די רמב"ן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:18 pm
דורך ונבנתה העיר
י"ג, ב.
שופטים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:48 am
דורך דריידל
די גמרא אין מס' ברכות דערציילט אז די חכמי ישראל זענען אריינגעגאנגען צו דוד המלך זאגענדיג עמך ישראל צריכים פרנסה, האט דוד המלך געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה. האבן זיי געזאגט אין הבור מתמלא מחלייתו האט דוד המלך געזאגט פשטו ידיכם בגדוד, דאס הייסט מאכטס א מלחמה מיט די גוים און נעמטס איין זייערע נכסים.
שטעלט זיך די פראגע: איז דאס יושר? פארוואס זאל מען צונעמען פארמעגן פון אנדערע פעלקער?
האב איך געהערט א טייער ווארט בשם די טשעבינער רב ז"ל. די פסוק די וואך דערציילט אז פאר מ'איז ארויס אין מלחמה האט די כהן אויסגעריפען מי האיש אשר בנה בית חדש וכו', מי האיש אשר נטע כרם וכו'. האט דוד המלך געטראכט אזוי, מ'עט גיין אין מלחמה און ווען די כהן וועט אויסריפען און מ'עט זעהן ווער ס'גייט צוריק וועט מען אים נאכשרייען: האלאו, נעכטן האסטי קאמפלעינט אז די האסט נישט קיין געלט? דא זעה איך אז די האסט דיך געבויט א נייע הויז וכו'
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:22 pm
דורך מצטמק ויפה
שכח [tag]דריידל[/tag] זייער שיין.
אגב ברענגט די רמב"ן א ירושלמי אז עס איז נישט גענוג סתם מען זאגט איך האב געבויט א הויז וכדו' נאר מ'דארף ברענגען עדית אלס א ראיה.
כי תצא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:02 pm
דורך ונבנתה העיר
רמב"ן (כ"ב, ו): כידוע בטבחים שוחטי השורים הגדולים והחמורים, שהם אנשי דמים, זובחי אדם, אכזרים מאד.
בראשית
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:32 pm
דורך ונבנתה העיר
נישט טשיקאוו, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט.
דער סאטמאר'ער רב ז"ל שרייבט (חידושי תורה פרשת ויקרא תשט"ז) אז בפשטות איז די תחילת (וסיבת) החטא פון אדם הראשון געווען אז מען האט איהם מצוה געווען לעבדה ולשמרה, אז ער זאל נישט אריינלאזן די חיות אינעם גן, און ער האט אריינגעלאזט דעם נחש.
די חלק אז 'לשמרה' מיינט פון די חיות האב איך געטראפן אין אבן עזרא, די צווייטע חלק איז מיר געווען אינטערעסאנט.
נח
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:32 pm
דורך דריידל
ואל אמה תכלנה מלמעלה. זאגט רש"י: כסויה משופע ועולה עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
אויף די רש"י מיטשענען זיך אסאך צו פארשטיין פשט, וואס האט אויסגעפעלט אז ס'זאל בלייבן אן אמה פלאך אינמיטן דאך? ס'דא וואס זאגן גאר אז די אמה איז בכלל נישט געווען ציגעדעקט אבער וויבאלט ס'איז א קליין פלאץ האט נישט אריינגערעגנט, אבער דאס האט דאך אויך נישט קיין ביאור פארוואס ס'זאל נישט אריינרעגענען ווען ס'איז אפען אן אמה? אין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
האב איך געזען אמאל א גוטער פשט אין ספר שאר ישב (על רש"י) פונעם קיוויאשדער רב ז"ל זאגט ער אז "ואל אמה תכלנה" קומט צו זאגן וויפול די שיפקייט (roof pitch) זאל זיין, דאס הייסט אז די תיבה איז דאך געווען ברייט פיפציג אמות און ס'איז געווען שיף פון ביידע זייטן וואס יעדע זייט איז געווען 25 אמות אין פאר 25 אמות אין די לענג דארף זיין אן אמה הויך כדי וואסער זאל אראפרינען. לויט די פשט זענען די ווערטער פון רש"י ממש ווי געגאסן: כסויה משופע ועולה עד שהוא קצר מלמעלה - ס'איז געגאנגען שיף בין אויבן ווי ס'איז געווארן גאר שמאל, ועומד על אמה כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן - די שיפקייט איז געגאנגען הויך אן אמה כדי די וואסער זאל קענען אראפ רינען.
איך האב געמאכט אביסול ריסורטש איז מיר געווען אינטערעסאנט אז מבינים שרייבן אז כדי וואסער זאל אראפרינען פעלט זיך אויס א פיטש פון מינימום 1/4:12, דאס הייסט פאר א פיס אין די לענג דארף זיין כאטשיג א פערטל אינטש אין די הייעך. אן אמה הויך פאר 25 אמות אין די לענג איז עטוואס ווייניגער ווי 1/2:12 וואס איז א משהו מער ווי די מינימום.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:49 pm
דורך ונבנתה העיר
אינטערעסאנט, די ווערטער 'עד שהוא קצר מלמעלה' האבן אבער נישט קיין פשט לפי"ז.
דריידל האט געשריבן:אין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
רש"י זאגט נישט 'ועומד על אמה כדי שיזובו המים', ער זאגט: כסויה משופע ועולה - עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה - כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:08 am
דורך דריידל
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ווערטער 'עד שהוא קצר מלמעלה' האבן אבער נישט קיין פשט לפי"ז.
פארוואס נישט? משופע ועולה - ס'גייט שיף אויף ארויף, עד שהוא קצר מלמעלה - ביז ס'ווערט שמאל פון אויבן
ונבנתה העיר האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:אין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
רש"י זאגט נישט 'ועומד על אמה כדי שיזובו המים', ער זאגט: כסויה משופע ועולה - עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה - כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
[/quote]
ביסט גערעכט אז מ'קען טאקע זינגן אנדערש אבער בפשטות ווען רש"י זאגט "כדי" גיט ער א הסבר אויף דאס וואס ער האט נארוואס געזאגט וואס אין דעם איז אויך נכלל "ועומד על אמה"
ויטע נח כרם, וישת וישכר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:42 pm
דורך שמערל
כ'האב געזען אין א ליקוט ספר'ל ברענגען פון חתם סופר, א טעם פארוואס האט נח געזען די ערשטע זאך נאכן מבול זיך צו נעמען צום ביטערען טרעפן?
ענטפערט דער הייליגער חתם סופר אז דער גאנצער פראבלעם פון די דור המבול איז געווען אז זיי האבן צופיל געחקר'ט און פילאזאפירט, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן כופר בעיקר זיין.
במילא האט נח געוואלט דאס זאל מער נישט פאסירן האט ער מחדש געווען דעם משקה המשכר אז מענטשן וועלן טרינקן וועלן זיי ווייניגער טראכטן, וועלן זיי נישט ווער אויפגעקלערט...
מה יענו אנן איזובי הקיר בתריה, וויפיל פלעשער זעקס און ניינציגער עלען מער מיזן אראפטרינקן מיר זאלן קענען אין אזעלכע שווערע זמנים האלטן מיטן אויסגעטרעטענעם דרך החתם סופר.
(ער צייכנט צו צו די נייע תורת משה פינעוו בענדער פון מכון חת"ס ירושלים, אבער כ'האב עס אליין נישט נאכגעקוקט, אויב איינער האט עס ביטע ארויפשטעלן א קאפי.)
עבדת נח
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:12 pm
דורך ברוך שאמר
איך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:16 pm
דורך מצטמק ויפה
ברוך שאמר האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
עס איז א גמרא אין סנהדרין קח, די נאמען פון די פייגל איז אורישנה, און נח האט איהם דערביי געבענטשט אז ער זאל קיינמאל שטארבן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:21 pm
דורך מצטמק ויפה
די תפארת יונתן ברענגט אויף ויסגור השם בעדו, אז די טאג וואס די מבול האט זיך אנגעהויבן איז געווען שבת, ממילא האט נח נישט געקענט פארמאכן די טיר מיט האמער און נאגל, האט עס די אייבישטער געטוען פאר איהם. און דאס איז פשט ויסגור השם בעדו.
אבל קשה לפי דברי הירושלמי ראש השנה, דהקב"ה מקיים כל התורה, ואי משום קיום העולם, א"כ נח בעצמו היה יכול לסוגרו וצ"ע.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:18 pm
דורך ברוך שאמר
מצטמק ויפה האט געשריבן:ברוך שאמר האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
עס איז א גמרא אין סנהדרין קח, די נאמען פון די פייגל איז אורישנה, און נח האט איהם דערביי געבענטשט אז ער זאל קיינמאל שטארבן.
א גרויסע יישר כח
אחורי ארי ולא אחורי אשה
נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:51 am
דורך ברסלבער
וישאר אך נח, ברענגט רש"י א מדרש: ויש אומרים שאיחר מזונות לארי והכישו.
האב איך געהערט א שיינעם פשט, די גמרא זאגט אחורי ארי ולא אחורי אשה, ענדערש זאלסטו פארשפעטיגן דאס עסן פארן לייב, און דו וועסט כאפן א גוטן ביס אזוי ווי נח, אבער ולא אחורי אשה, פאר א פרוי זאלסטו קיינמאל נישט פארשפעטיגן צו ברענגען דאס געלט ווייל דאן וועט עס זיין אסאך ערגער.
פרשת לך לך
נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 2:33 pm
דורך דריידל
פארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 2:46 am
דורך ברוך שאמר
דריידל האט געשריבן:פארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
Btwמען הערט טאקע פין א סאך מענטשן פרשת לך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:18 pm
דורך יין שרף
ברוך שאמר האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:פארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
Btwמען הערט טאקע פין א סאך מענטשן פרשת לך.
הערט מען כאטש אויב זאגט ער לך אדער לך, אבער אויב שרייבט מען נאר לך און נישט לך לך וועט מען נישט וויסן אויב מיינט ער לך אדער לך ודו״ק
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:42 pm
דורך טאמבל סאס
ברסלבער האט געשריבן:וישאר אך נח, ברענגט רש"י א מדרש: ויש אומרים שאיחר מזונות לארי והכישו.
האב איך געהערט א שיינעם פשט, די גמרא זאגט אחורי ארי ולא אחורי אשה, ענדערש זאלסטו פארשפעטיגן דאס עסן פארן לייב, און דו וועסט כאפן א גוטן ביס אזוי ווי נח, אבער ולא אחורי אשה, פאר א פרוי זאלסטו קיינמאל נישט פארשפעטיגן צו ברענגען דאס געלט ווייל דאן וועט עס זיין אסאך ערגער.
איך האב געהערט אן אנדער ווארט.
ס'דא א מדרש פליאה. "אחורי ארי ולא אחורי אשה. הני מילי בדאיכא דרכא אחרינא אבל בדליכא דרכא אחרינא ילך אחורי כלב."
פרשת וירא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:55 pm
דורך דריידל
ויגדל הילד ויגמל ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק. שטייט אין מדרש ביום ה"ג-מל, אין די אכטע טאג האט ער גע'מל'ט יצחק. זאגט די חת"ם סופר אז אברהם אבינו האט געמאכט א סעודה יעדעס יאר אין דעם טאג וואס ער האט גע'מל'ט יצחק, כדוגמת סעודת יום הולדת. א קינד זייגט דאך צוויי יאר און וויבאלט יצחק איז געבוירן די ערשטע טאג פסח, האט זיך די צוויי יאר געענדיגט די ערשטע טאג פסח און אברהם האט נישט געוואלט געבן פאר יצחק קיין חמץ, האט שרה אים געזייגט פאר נאך זיבן טעג און די אכטע טאג, וואס איז אסרו חג פסח האט יצחק אויפגעהערט צו זייגן. דאס איז אויסגעקומען ביום הברית און פארדעם האט ער געמאכט א משתה גדול לכבוד די צוויי שמחות.
פרשת וירא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:37 am
דורך מצטמק ויפה
ולשרה בן
שטייט אין ספורנו אז דאס אז שרה האט געהאט א אינגעל איז געווען שלא כדרך הטבע, וויייל בדרך הטבע די וואס האבן א קינד אויף די עלטער געבוירן א נקיבה.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:33 pm
דורך יין שרף
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:30 am
דורך משולם שטיינפעלד
אין צייטן פון רבינו הקדוש איז שוין געווען מאשין מצות?