בלאט 8 פון 10

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:56 pm
דורך וואלווי
лпم iοوԴ האט געשריבן:די בילד איז אמאל געווארען קאנפירמד? חוץ אין וואצעפ איז עס קיין ערגעץ נישט דא


געסירטשט גוגל, ס'איז אין GENI.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:59 pm
דורך וואלווי
איטשע האט געשריבן:דער בילד איז בלויז א האלבע, זיי אזוי גוט און ברענג אהער דער גאנצער בילד - בשלימותה!




נאדער...

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 11:22 am
דורך גד החוזה
הרב יצחק כדורי ז"ל
ואשתו שרה שדירה ע"ה

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה: איך האב עטליכע קאמענטס אויף דעם בילד. נאר איך וועל עס לאזן פאר ימים ידברו און איש את רעהו... :lol:
נאכדעים וואס ס'איז נמנו וגמרו אז הרב שטיינמאן איז יא געווען א וואוילער איד האבן זיי שוין גארנישט צו טון. מוז מען זיי געבן עפעס א באשעפטיגונג...!
די איינציגע שאלה איז נאר, אויב הרב כדורי איז געווען נתפס לציונות אדער נישט...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
בעלזע רעבעצין חתונה

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2020 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
הרה''ק מריבניץ קוקט צו זיין ווייב מיט ליבשאפט

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2020 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד הרב גד החוזה אז די טויגסט יא פארוואס נישט עפענען א אשכול איבער בילדר פוןרבנים \רבי'ס אין קריגס צייטן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:00 pm
דורך גד החוזה
רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, קלויזענבורגער רבי בענטשט זיין טאכטער אסתר באשא אויף דער טאג פון ערלויבונג צו איר מאן רבי אליעזר דוד שפירא.

פון רעכטס צו לינקס:
1) ר' יהושע ווייצנבלום תלמיד רבי בן ציון הלברשטאם אב"ד באבוב, ומשמש של הרב מקלויזענבורג
2) לאה אשת רבי שלמה גולדמן ז"ל פון יוניון סיטי, הרבי מזוועהיל-צאנז
3) ציפורה אשת רבי שמואל דוד הלברשטאם אבד"ק קלויזענבורג, ובת רבי אהרן ווידער אב"ד לינז
4) הרבנית חיה נחמה הלברשטאם לרפו"ש, בת רבי שמואל דוד אונגר ז"ל אב"ד נייטרא
5) אסתר באשא אשת רבי אליעזר דוד שפירא הרב דביהמ"ד צאנז בני ברק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:02 pm
דורך גד החוזה
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:לכבוד הרב גד החוזה אז די טויגסט יא פארוואס נישט עפענען א אשכול איבער בילדר פוןרבנים \רבי'ס אין קריגס צייטן


viewtopic.php?f=8&t=5553

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2020 8:27 am
דורך דעברעצינער
גד החוזה האט געשריבן:רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, קלויזענבורגער רבי בענטשט זיין טאכטער אסתר באשא אויף דער טאג פון ערלויבונג צו איר מאן רבי אליעזר דוד שפירא.

וואס הייסט ''ערלויבונג''

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:12 pm
דורך סקרן
היינט איז אוועק א רעביצין אן איהר אייניקל פון צאנזער רב און פון מיטלער בעלזער רב
סטריזובער רעביצין ע"ה

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2020 1:02 am
דורך ונבנתה העיר
image029.jpg

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 8:41 am
דורך [NAMELESS]
סאטמארע רביצין תליט"א, אשת אדמו''ר מהרי''י

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 1:51 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אזוי אלט געווארן?
איר שווער דער ב"מ ז"ל פלעגט זאגן, חיי (חי') שרה איז א שווערע סדרה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 2:03 pm
דורך מנחם ציון
איך האב געוואוסט אז משפטים איז א שווערע פרשה, חיי שרה אויך!?

#דאפכעך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 2:39 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
נישט פאר יעדן וד"ל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 7:30 am
דורך שמעקעדיג
:like
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אזוי אלט געווארן?
איר שווער דער ב"מ ז"ל פלעגט זאגן, חיי (חי') שרה איז א שווערע סדרה.

אה, וואס נאך האט ער געזאגט? (נמחק)

חסיד'ל, ס'איז העכסט צייט צו סטאפן די העיט, נישט יעדע זאך וואס דו מיינסט איינער האט געזאגט אקעגן דעם קעגנער'ס חסידות דארפסטו דא ארויספאקן.

סתם גענומען א פרוי און איר בארעדט על לא דבר. לויט ווי איך האב געהערט, טוט זי אויסטערלישע צדקה וחסד, און העלפט ארויס אנדערע אידן און אידענעס אויף א שטארקן פארנעם.

אז מען רעדט שוין, דו ווייסט וויפיל ליצנות איך האב שוין געהערט אויף דיין רבינ'ס רביצין, סאשע? (אוי, כ'האב שיעור פארגעסן, ס'איז דאך נישט דיין רבי). און איך ענטפער אייביג פאר די לצים, אז די פרוי איז א צדיקת און זי טוט אויך א געוואלד מיט חסד פאר אנדערע אידן (ביודעי ומכירי קאמינא), און די אלע ליצנות איז בלויז דאס - ליצנות. גארנישט מיט רעאליטעט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 11:27 am
דורך א חסיד פון ווילנא
ביסט גערעכט, עס איז געווען א פליטת הקולמוס, איך האב איר נישט פרובירט צו בארעדן (איבערהויפט נאך הערן פון דיר וואספארע צדיקת זי איז)
מען האט איר דערמאנט האב איך נאכגעזאגט דאס ווארט וואס איר שווער ז"ל האט געזאגט, ווי באקאנט האט זי געהאט א שווער הארץ אויפ׳ן שווער משום כמה סיבות ואכמ"ל.
אקיצור חטאתי עוותי פשעתי.

נ.ב. לשיטתך האט נישט אויסגעפעלט צו דערמאנען און באשמוצן א נפטר ז׳ל לאחר פטירתו, איבערהויפט אז כו"ע מודה ער איז געווען א בנש"ק פון די גרעסטע מיוחסים בדורינו און זיכער צוגעגעבן פאר כלל ישראל אזויפיל ווי אפאר נשים צדקניות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 8:04 am
דורך שמעקעדיג
ביסט אויך גערעכט! ייש"כ פאר'ן מעורר זיין.
חטאתי וכו'.
כ'האב פארמעקט די ווערטער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 8:24 am
דורך הוגה
געטראפן אויף א פ"ב גרופע.


.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 2:19 am
דורך א חסיד פון ווילנא
שמעקעדיג האט געשריבן:ביסט אויך גערעכט! ייש"כ פאר'ן מעורר זיין.
חטאתי וכו'.
כ'האב פארמעקט די ווערטער.

ואת והב בסופה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:21 am
דורך קאצקע ציקער
הוגה האט געשריבן:געטראפן אויף א פ"ב גרופע.


.

פון רעכטס צו לינקס
סקווירא , סאטמאר, בעלזא, ארנסטר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:01 pm
דורך צפור בודד
ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.