בלאט 8 פון 13

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:38 pm
דורך שלום על ישראל
וויאזוי שרייבט מען ענדליך ווי "ער איז ענדליך צו זיין טאטע" און וויאזוי שרייבט מען "ענדליך איז ער אנגעקומען"? זענען ביידע געשריבן די זעלבע?
Similar versus finally

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי זאגט מען, 'זעצט אייך אוועק' אדער 'זיצט אייך אוועק' אדער 'נעמט אייך א זיץ' (אדער 'נאט אייך א זיץ') ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:32 pm
דורך כוכב
שלום על ישראל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ענדליך ווי "ער איז ענדליך צו זיין טאטע" און וויאזוי שרייבט מען "ענדליך איז ער אנגעקומען"? זענען ביידע געשריבן די זעלבע?
Similar versus finally

ענליך צו זיין טאטע, ענדליך אנגעקומען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:32 pm
דורך כוכב
בן אדם האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען, 'זעצט אייך אוועק' אדער 'זיצט אייך אוועק' אדער 'נעמט אייך א זיץ' (אדער 'נאט אייך א זיץ') ?

זיצט אייך אוועק איז גרייזיג. ס'בעסטע איז זעצט אייך אוועק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:34 pm
דורך שלום על ישראל
בן אדם האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען, 'זעצט אייך אוועק' אדער 'זיצט אייך אוועק' אדער 'נעמט אייך א זיץ' (אדער 'נאט אייך א זיץ') ?

איך מיין אז "זעצט אייך אוועק" איז ריכטיג ווי איידער "זיצט אייך אוועק", ווייל "זיצט" איז א לשון הווה. "נעמט אייך א זיץ" איז אפשר מער ראטזאם ווען יענער דארף גיין ברענגן א בענקל און עס איז נישט גרייט.

"נאט אייך א זיץ" דערמאנט מיך פון "נאט אייך א זעץ"...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:36 pm
דורך שלום על ישראל
כוכב האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ענדליך ווי "ער איז ענדליך צו זיין טאטע" און וויאזוי שרייבט מען "ענדליך איז ער אנגעקומען"? זענען ביידע געשריבן די זעלבע?
Similar versus finally

ענליך צו זיין טאטע, ענדליך אנגעקומען.

שכוח. אבער מ'זאגט "ער ענדלט צו זיין טאטע"?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:37 pm
דורך כוכב
יא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:37 pm
דורך שלום על ישראל
כוכב האט געשריבן:יא.

איי געס אז די "ד" איז לא מן השורש.

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:42 pm
דורך ביליג
שאנק שראנק אדער שאפע ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען זומער אדער זוממער
אפשר קומט די דאפעלטע מ' פון ענגליש summer

ביליג: כ'מייין אז ס'קומט פון דייטש...Sommer...! א שטיקל ראיה קענמען ברענגען פון דעם אז די ישיבות און קהילות וועלכע שטאמען פון דייטשלאנד/עסטרייך/בעהמען, שרייבן אין זייערע מודעות/הודעות דאס ווארט מיט 2 מם'ס...!

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:29 pm
דורך ביליג
berlbalaguleh האט געשריבן:
ביליג האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען זומער אדער זוממער
אפשר קומט די דאפעלטע מ' פון ענגליש summer

ביליג: ניין. ס'קומט פון דייטש...Sommer. די מענטשן וועלכע האבן א נטייה צו שרייבן יעקיש-דייטש שרייבן טאקע זוממער...!

דאפעלט איז שטערקער
(אדער איז עס נאר די אלטע דרעפט ?)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:24 am
דורך געוואלדיג
וואס איז די ריכטיגע וועג צו שרייבן, איך באצהי זיך, איך באצי זיך, איך באציה זיך?

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:28 am
דורך קל וחומר
תפוס לשון אחרון, או אולי באצוה

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:26 pm
דורך ביליג
ביליג האט געשריבן:שאנק שראנק אדער שאפע ?

? ווי אזוי שרייבט מען ?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:31 pm
דורך כוכב
שאנק אדער שאפע

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:שאנק אדער שאפע

כוכב: ס'איז א רעגיאנאלע אויסדרוק. אין אונגארן/רומעניע זאגט מען..."שאנק"...אין פוילן/גאליציע זאגט מען ..."שאפע"...!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:08 pm
דורך שלום על ישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:שאנק אדער שאפע

כוכב: ס'איז א רעגיאנאלע אויסדרוק. אין אונגארן/רומעניע זאגט מען..."שאנק"...אין פוילן/גאליציע זאגט מען ..."שאפע"...!

ריכטיג, אזוי ווי שטוב און צימער.

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 11:59 pm
דורך ביליג
פון ווי קומט שראנק ?
איך האב געזען אסאך אין אלטע אידיש געשריבעריי

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 12:14 am
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:פון ווי קומט שראנק ?
איך האב געזען אסאך אין אלטע אידיש געשריבעריי

ביליג: דאס איז מסתמא א שיבוש הלשון. אדער אפשר גאר א שיפור הלשון. מ'רופט עס אויף ענגליש א פיללער. אזוי ווי ס'דא מענטשן וועלכע זאגן נאך א יעדן 2'טן ווארט...לייק... אדער די איזראעלישע איינוואוינערס האבן ליעב צו זאגן ביי אן אינטערוויו נאך א יעדן ווארט...עעהה...כן...עה...איפה אתה גר...עה...בתל אביב...עה...יש לך עבודה...עעהה...כן...עעהה...ו-עעהה...!

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:03 am
דורך ביליג
אין אידיש איז דא סיילענט אותיות
אזוי ווי אין ענגליש? (למשל knife)

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:00 am
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:אין אידיש איז דא סיילענט אותיות
אזוי ווי אין ענגליש? (למשל knife)

ביליג: אויב דו מיינסט אותיות וועלכע זענען נישט געפינטלט. נאר פארן מיט מיט די אנדערע. דאס איז דא בשפע. אבער עכט סיילענט אותיות וועלכע מ'שרייבט נאר און מ'זאגט נישט ארויס. מייניך אז נישט. משא"כ אין ענגליש. נעם למשל דעם ווארט ..."קני"...דער קרי (היינטיגע צייטן) איז "ני". און דער כתיב איז "קני". ווייל אין אלט ענגליש, וועלכע שטאמט פון אנגלא-סאקסאניש, האט מען יא ארויסגעזאגט דעם "קוף". נאר מיט די צייט האט מען עס געלאזט פאללן. אבער די ספעללינג איז געבליבן די זעלבע. צו למשל אין פראנצויזיש איז דא זייער א סאך סיילענט לעטטערס אין כמעט א יעדן ווארט. נאר די חכמי הלשון (כ'ווייס נישט ווער זיי זענען) האב דאס אויסגערייניגט און ארויסענימען די מערסטע סיילענט לעטטערס. ס'איז נאך געבליבן. למשל דער ווארט ..."האספיטאל"...האט מען אמאל געשריבן מיט א סמך און ארויסגעזאגט אן א סמך. היינט. אין מאדערן פראנצויזיש ספעללט מען עס און מ'זאגט עס ארויס אן א סמך...!
אבער אין אידיש, וועלכע איז באזירט אויף דייטש (אוי וויי) זאגט מען ארויס אלע ווערטער אזוי מ'שרייבט זיי...! כנלפענ"ד. אדער אפשר גאר א גרויסער פראפעסאר זאגט עס. ווייל וואס א בעל עגלה זאגט איז דאך מלכתחילה נישט אינטרעסאנט. ביי געוויסע הויכגעשעצטע , זעלבסט-אויפגעקלערטע אינטעלעקטואלן... :roll:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 1:43 pm
דורך לאשיצער
[tag]berlbalaguleh[/tag] זייער א פיינע תשובה!

א קורצע הערה'לע:
זייער אפט ווען דער זעלבער אות קומט צוויי מאל נאכאנאנד רעדט מען אים ארויס נאר איינמאל, למשל: פארריכטן, אויפפירן, אויסשפילן
(וועגן דעם לעצטן ביישפיל: די קלאנגען ס' און ש' זענען אזוי ענליך, אז מע רעדט נאר ארויס דעם ש' [אוישפילן])

פאראן א צווייטער כלל פון אידישן ארויסרעד/הברה (ס'איז אביסל קאמפליצירט...) וואס צוליב אים רעדט מען ארויס די אלע ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט "אפגע-" אזוי ווי זיי וואלטן געווען געשריבן "אגע-", למשל: "ניין אזייגער האב איך אפגעדאוונט" (געוויינליך: "אגעדאוונט" אז מע רעדט שנעל און נאטירליך, איא?)

מע דארף אויך דערמאנען דעם אלף אנהייב ווארט: איבער, אונגארן, אייז (דאס איז דאך דער "שטומער אלף")
(פאקטיש קומט דער שטומער אלף נישט נאר אנהייב ווארט, אבער אויך אנהייב שורש: "די פאראייניגטע שטאטן" רעדט מען ארויס "פארייניגטע". ס'קלינגט דאס זעלבע ווי "פאררייניגט", דהיינו, ריין-געמאכט)

און אין געוויסע דיאלעקטן איז דער קאנסאנאנט [ה] שטום. "מיר האבן" קלינגט ווי "מיר אבן"

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
שייטער-הויפן.

וואס איז די באדייט פונעם ווארט שייטער?