בלאט 8 פון 8

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:52 pm
דורך סקאטש טעיפ
אין בארו פארק גייען שוין אפילו די לעידיס וואס טראגן בענדס נאר שווארץ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:56 pm
דורך קורקלענד
סקאטש טעיפ האט געשריבן:אין בארו פארק גייען שוין אפילו די לעידיס וואס טראגן בענדס נאר שווארץ

וואס איז מיט די וואס טראגן 'סיעמס'?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
למעשה גערעדט, פארוואס ווען א מאנראו פרוי גייט שווארצע זאקן איז זי א צדיקת און ווען א בארא פארקע פרוי גייט מיט די זעלבע שווארצע זאקן איז זי אפגעפרעגט? האב איך נעכטן ביינאכט באקומען א גילוי עצום פון הימל, נקוט האי כללא זה בידך, אויב טוסטו עפעס אלץ באקוועמליכקייט/געשמאק/מיט positivity ביזטו א שגץ וואס גייט נישט ארויסקומען פון גיהנם, אויב טוסטו די זעלבע זאך מיט א פארקוועטשקייט/רשעות (פאר זיך אדער א צווייטן)/מיט negativity ביזטו געלויבט ביז'ן הימל.

Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy

Re: שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:18 pm
דורך החוקר
Wow, it took you a very long time to figure that out. Welcome...!
ביסט געווען הויך צו וואס אז דו האסט באקומען אזא גילו?
אגב, פאר געלט קען מען מהפך זיין עבירות אויף מצוות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 5:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אזוי ליינענדיג דיין תגובה איז מיר נתגלה געווארן אסאך א טיפערע פשט אין די תירוץ, אבער קודם מוז מען פארשטיין א יסוד אין אידישקייט. אידישקייט ביישטייט פון צוויי זאכן: 1) מ'טאר נישט. 2) מ'מוז.

יעצט, ווען א מאנדערויע פרוי קומט מיט א שאלה צו מ'מוז גיין מיט שווארצע זאקן איז דאך פשוט אז מ'מוז (עכ"פ די וועלכע מ'קען טרעפן א באבע תירוץ זיי מחייב צו זיין, מסורה/מנהג/בלא בלא בלא), אבער ווען א בארא פארקע פרוי קומט פרעגן צו מ'מעג גיין מיט שווארצע זאקן אוודאי טאר מען נישט, איי ס'דאך די זעלבע נארישע שטיקל מאטעריאל? אבער ניין! נאר negativity, אבי מ'קען פייניגן מענטשן, הייל היטלער!

לויט דעם קומט אויס אן אינטערעסאנטע היכי תמצא, ווי איז שייך א זאך וואס מ'מוז עס טון אבער דאך טאר מען עס נישט טון... איך מיין אז ס'נישט אזא זעלטענע היכי תמצא, ווען מ'גייט אריין אין די עומק פון הלכה זעהט מען עס איבעראל.

Re: שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:40 pm
דורך טראכטכמוני
קורצע הויזן - איך ׳טאר׳ נישט אפי׳ די הייסט זומער טאג, אין די וואכן, און אין קאנטרי. מיין שכן דער בנשק ׳מוז׳ זאל ער זיין אין אנטארטיקע, ביי די גרעסטע זאווערוכע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 6:29 pm
דורך נחום הסופר
ה' אנה לידי, האט זיך אזוי געפירט פון הימל
איז מיר אונטערגעקומען א 'מעלות', שוין געווען פארשטויבט פון שימל

זעה איך דארט א רעקלאמע א גרויסע
אוי אוי, לשמחה מה זו עושה

שוין דא ב"ה צו באקומען די נייע DARK TUPE טייטס
א פרומערע ווערסיע פון די געווענליכע פאלם טייטס

איז מען אריין בעטן א ברכת הקודש פונעם סאטמאר'ן רבי'ן פון קרית יואל
האט ער געגעבן זיין הייסע וואונטש, ס'איז זייער פיין און וואויל

דער רבי האט צוגעלייגט עטליכע דיבורים
"אז ס'איז טונקעלער איז עס מער בהידורים"

ילמדנו רבינו, אויב אזוי איז דאך 'שווארצע טייטס' נאך בעסער
ווי גרעסער די טונקלקייט, אלץ א מדריגה העכער

*

עפעס א באהאלטענע איסור נישט קיין קלארע
נישט מפורש אין משנה אויך נישט אין גמרא

מיט שווארצע טייטס טארן נאר גיין די וואס האבן במסורה
ביי די אנדערע הייסט עס א מאדערנע זאך זייער א גרויסע

ווען משיח וועט קומען וועלן מיר אים בעטן
רבי רבי, געב אונז דאס צו פארשטיין געבן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:46 pm
דורך חכם עתיק
האמיר מפי היענטע געהערט אז אונטער די בוטס זענען אסאך וויליאמסבורגע זיך מורה היתר צו פארשווארצן..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:52 pm
דורך בת קול
Beige tights is the biggest cause of yeast infections.

גאט צו דאנקען אז מען קען שוין טראגן די שווארצע knit cotton טייטס אן קיין בושה.

אויב איינער זיכט אנצוהויבן א נייע ביזנעס; סאיז דא א גרויסע באדערפעניש נאך beige knit cotton tights, וואס משום איזה סיבה איז נישט דא צו באקומען אויפן מארקעט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:52 am
דורך סקאטש טעיפ
חכם עתיק האט געשריבן:האמיר מפי היענטע געהערט אז אונטער די בוטס זענען אסאך וויליאמסבורגע זיך מורה היתר צו פארשווארצן..

וואס האבען זיי פון דעם? פאר וועמען טוען זיי דאס? זיי אליין קענען דאס נישט זעהן און שטייצעך די גאס אוואדאי נישט סאו וואס פעלט עס זיי אויס, צו דען פילט בעסער ווען זיי גייען שווארצע טייץ אינטער די בוטס?

Re: שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 10:33 am
דורך גרויסע מענטשעלע
בת קול האט געשריבן:Beige tights is the biggest cause of yeast infections.

גאט צו דאנקען אז מען קען שוין טראגן די שווארצע knit cotton טייטס אן קיין בושה.

אויב איינער זיכט אנצוהויבן א נייע ביזנעס; סאיז דא א גרויסע באדערפעניש נאך beige knit cotton tights, וואס משום איזה סיבה איז נישט דא צו באקומען אויפן מארקעט.


וואס האט דאס מיט infection?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:41 pm
דורך בת קול
זעהט דא.

אין קורצן:

Wearing tights and other items made of nylon and/or synthetic fabrics holds moisture close to your skin, which in turn encourages the growth of yeast.

In contrast, cotton and silk fabrics absorb moisture and keep you dry, so underwear made of these fabrics, is advisable to hinder yeast growth.

שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 3:43 am
דורך זעקעל
און צו עבוידען סקין קענסער שטייצעך

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 7:50 pm
דורך בת קול
Totallycool האט געשריבן:Sorry for posting in English but I express myself much better in English, I have a few bobov freinds and they cracked down on long shaitelech and black tights, they are no longer allowing it, I’m not sure about gur,

Personally I think black tights is a very nice thing, I live in Willi and would love my wife to wear black tights


I guess the next thing your wife can do is put on black tights.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 7:58 pm
דורך Totallycool
בת קול האט געשריבן:
Totallycool האט געשריבן:Sorry for posting in English but I express myself much better in English, I have a few bobov freinds and they cracked down on long shaitelech and black tights, they are no longer allowing it, I’m not sure about gur,

Personally I think black tights is a very nice thing, I live in Willi and would love my wife to wear black tights


I guess the next thing your wife can do is put on black tights.


With a Shpitzel it’s the wrong effect :)
That was before

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 9:07 pm
דורך שצם_חנכל
האסט געשריבען אין די אנדערע אשכול אז זי האט אנגעטון א שפיצל אפאר יאר צוריק

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 3:20 am
דורך moneyminded
Totallycool האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
Totallycool האט געשריבן:Sorry for posting in English but I express myself much better in English, I have a few bobov freinds and they cracked down on long shaitelech and black tights, they are no longer allowing it, I’m not sure about gur,

Personally I think black tights is a very nice thing, I live in Willi and would love my wife to wear black tights


I guess the next thing your wife can do is put on black tights.


With a Shpitzel it’s the wrong effect :)
That was before

BTW these days a lot black tights shpitzel wear'ers wear somewhat sheer tights that's a bit see-thru and not so thick, so you can see they are cool, and has an affect as a cool fancy vabel, and usually these type wear skirts mamesh above knees with makeup like clowns... so its not a Issue

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 7:25 pm
דורך סקאטש טעיפ
אוי איז דאס א הייסע ווינטער
מ'זעהט שווארץ אין די מאסען
מיינע חסידישע חבירים איינס נאך איינס די ווייבער גייען שוין שווארץ
א מחיה

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 8:27 pm
דורך בת קול
די האלבע אינטש צווישן די שטיוול און די קני.
What is wrong with some people. Get a life. :roll:

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 8:57 pm
דורך סקאטש טעיפ
Hottest part