בלאט 8 פון 50

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:07 pm
דורך כתר מלכות
קאווע טרינקער האט געשריבן:מדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!


עס איז א אנגענומענע מיינונג ביי א געוויסע קרייז וואס ענהאלט אין זיך א ריזן מספר פון חרדישע אידן, כבר שמעת על זה ?

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 12:13 am
דורך משה געציל
איך האב געהאפט אויף עפעס בעסער, די ערשטע צוויי אויסגאבעס זענען געווען פיל מיט ראשי פרקים וואס יעדער חדר אינגל ווייסט (א חוץ די מלבושים אפטיילונג וואס איז געווען מלא חדושים). טעותים איז געווען כפליים כיוצאי מצרים.
דעם לעצטן האב איך ניטאמאל געקויפט. איך בלייב מיט מיין שטערן און שפאקטיוו אויף דערווייל.

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:20 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 11:50 am
דורך סאו וואט
כ'הער משמיה דהרה"ג רבי יואל אשר יחי', אז דער וואך קומט אן ארטיקיל אזאנס און אזעלעכס, כמוהו לה היה ולא נהיה.
למעשה שטעלט זיך ארויס האסט אונטערוויוט כ"ק הגה"צ גאב"ד קאלסבורג שליט"א, מע? וואס קען שוין זיין? וואס קען מען שוין ערווארטן?

איין זאך זאלסטו נאר נישט פארגעסען, אז דער מאמענט מאגאזין האט נאך נישט געהאט א אפדעיט באריכט פון דיין הערוישע מסירת נפש'דיגע שעקענ'דיגע ניר, זעה עס משלים צו זיין דארט אויך....
דשזאסט קידינג, כ'ווייס אז ער נעמס עס נישט פרעזענליך....

אגב, איך זעה רינויעל דארף א בלאד טייפ 0 ניר, פארוואס הער איך נישט פון זיי?

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm
דורך פישלע העררינג
סאו וואט האט געשריבן:יואל אשר
איין זאך זאלסטו נאר נישט פארגעסען, אז דער מאמענט מאגאזין האט נאך נישט געהאט א אפדעיט באריכט פון דיין הערוישע מסירת נפש'דיגע שעקענ'דיגע ניר, זעה עס משלים צו זיין דארט אויך....
דשזאסט קידינג, כ'ווייס דו נעמס עס נישט פרעזענליך....

אגב, איך זעה רינויעל דארף א בלאד טייפ 0 ניר, פארוואס הער איך נישט פון זיי?

זייער נישט שיין. סוף סוף. נאך אלעמען, האט א איד אוועקגעגעבן א ניר פאר א צווייטע איד.

יא, אמת, ער האט געפאמפעט. זיין פאמפע איז עושה רושם. ער האט א פלאטפארם און ער נוצט עס לדבר מצוה.

צו וואס סעקירן אומזיסט?

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 1:03 pm
דורך סאו וואט
כ'האב געשריבען דזשאסט דזשאקינג, און אס כ'ווייס אז ער נעמט עס נישט פרעזענליך.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 3:38 am
דורך zurich
ווי נאר איך האב געהערט אז יואל אשר שרייבט אין די וואכידיגע מאמענט בין איך עס געלאפן קויפן און ס' זעהט אויס פיין.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 8:03 am
דורך שמעקעדיג
איך האב הנאה פון דעם אינטערוויאו פון הרה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א.
און אויכעט פון די אינפארמאציע פון עירפארט'ס. גאנץ אינפארמאטיוו, הגם נישט צופיל חידושיים.

די פאפיר איז גוט און שטארק, די גראפיקס נישט אזוי אויפרייסעריש ווי געווען און אביסעלע לייכטער פאר די אויגן, ווי אויך ווייניגער ספעלינג מיסטעיקס, בקיצור, עס זעהט אויס ווי ער קלעטערט בארג ארויף. לאמיר האפן.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:37 pm
דורך חכם עתיק
איך קען קוים ווארטן ווער איז די נעקסטע רבי אין ליין??

איך בין זיכער ר' יחזקאל האט גע'עפענט די טויערן פאר אנדערע.

(סתם א זייטיגע שאלה: ווען מען טיט זיך אן א טלית צוליב א בילד, מאכט מען א ברכה?)

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 9:14 pm
דורך HotCoffee
חכם עתיק האט געשריבן:(סתם א זייטיגע שאלה: ווען מען טיט זיך אן א טלית צוליב א בילד, מאכט מען א ברכה?)


מ'דארף מאכן א עקסטרע ברכה פאר די בילד.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:25 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:58 am
דורך סאו וואט
זעה איך גוט? נאכאמאל הוארד בלומגארטן....?
פיין זעה איך שוין, נאך אן אויסגאבע וואס גייט ארויסברענגן דאס וויכטיגקייט פון פדיון שבוים...

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:48 am
דורך מ גפני
סאו וואט האט געשריבן:זעה איך גוט? נאכאמאל הוארד בלומגארטן....?
פיין זעה איך שוין, נאך אן אויסגאבע וואס גייט ארויסברענגן דאס וויכטיגקייט פון פדיון שבוים...

דאס האט מסתם דער נייער שרייבער "הרב אי"ל" אנגעדרייט

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
זיידעטשקע האט געשריבן:אויפ'ן דעקעל פון דעם בליק האבן זיי דאס מאל ארויפגעשמירט סאטמאר רבי פון קרית יואל. מסתמא אלץ תשובת המשקל פאר'ן לייגן צוויי וואכן צוריק סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג.

[tag]ראשעקאל[/tag], האסט אפשר א קלארערע בילד?

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 1:01 pm
דורך אבי גערעדט
אין איי וועלט שרייבט איינער:


צוריק צום מאמענט.

כ'זעה אז די קאווער סטארי די וואך איז צבי ברוך בלומענגארטן, אינטערסאנט ווי הרב אשר לעווין און זיין דרור קאמפעני דאמענירט די היימישע פרעסע...
ווען זיי האבן געוואלט האבן אלע גערעדט פון ריבאשקין, דערנאך מארטין גראסמאן, זיין נדבה פון א ניר איז אויך געווען א גרויס עסק, אצינד איז עס בלומענגארטן און דער מאמענט. כ'האב חלילה נישט קיין טענות, כ'מערק נאר אן וואס פארא השפעה איין צו צוויי גוטע שרייבער קענען האבן.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:47 pm
דורך סאשי פיש
אביסל קלארער.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
די גאנצע איידיע פון די בערגמאן פיקטשער איז אז ער שפילט זיך מיט א שווארצער , און זיי האבן עס צענזערירט.......

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
אינווייניג אויך?
אבער קוק אהער דאס אינטערעסאנטקייט פונעם בילד איז נישט אז ער שפילט מיט א שווארצן (צו טראכטן אזוי ווייזט ראסיזם אויף דיין זייט) מער ווי אז ער שפילט מיט א פשוט'ן גוי. און אפשר איז זייער פאליסי נישט צו דרקן בילדער פון גוים?
(איך האב געזען דעם בילר אלץ א איד שפילט מיט א גוי נישט מיט א ''שווארצן'')

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
די פוינט איז טאקע א גוי. אבער ווען ס'איז ווען נישט א שווארצער וואלט נישט געוועהן אזא מצב ווייל מ'ווייסט נישט זיכער אז ס'נישט א איד. און אויך יעדער געדענקט די קראונהייטס ראיאט'ס

בקיצור, אויסשניידען די גוי מאכט נישט קיין סענס

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך הער. האסט געקוקט אינעווייניג אינעם ארטיקל אויך אפשר איז דארט יא דא דער גאנצער בילד.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
נישט געקיקט

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:נישט געקיקט

די פנים פונעם מיט שפילער, אדער ווי דער מאמענט רופט יענעם "שחור", בני חם, טונקעלע, ועוד, איז פארמעקט.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:50 am
דורך [NAMELESS]
עקעלדיג אזוי צו שרייבען