בלאט 7 פון 7

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 9:05 pm
דורך קלוגע יודל
אישתישבי האט געשריבן:בינגא איז אויסגעלאפן פין אייער.

זעהט אויס אז די אייער קאמפאני האט פרעשור פין קר"מ.

זיי פארקויפן אייער פאר זייער ביליג, 18 אייער פאר $0.99. לעומת געהעריגע פרייז פון $1.29 פאר 12 אייער.

בינגא אפדעיט

נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 7:03 am
דורך וועטערבאריכט
איך בין געווארען א רעגאלער קאסטומער ביי בינגא, די פרייזען זענען געבליבען די זעלבע זייער ביליג אנטקעגען אנדערע געשעפטען ארום בארא פארק. אפאר מענטשען אדער גראסערי האבען פרובירט צו מאכען טראבעל, עפעס וועגען איבערפאקען סחורה אהן התאחדות השגחה. איך ווייס נישט וואס איז געווארען מיט דעם. באקסעס טוהן זיי יא צושטעלען יעצט, דעליווערי סערוויס איז אוועליעבעל דורך אן עקסטערע סערוויס.
א גוט שבת.

גלאובער'ס

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:25 pm
דורך [NAMELESS]
די נייע פראכטפולע קלאָודינג געשעפט גלאובער'ס גרייט זיך אין די טעג צו עפענען די פראכטפולע מלכות'דיגע רחבות'דיגע לאקאל אויף ספּענסער קארנער מירטל אין הארץ פון ניי ווילימסבורג.

ווי זי אנטשפרעכט וועט זי צישטעלן דיספאזעבל הערליכע סוטס און בעקיטשעס גענוי ווי אירע פארגייער'ס וואס נאך 5 חדשים וועט מען עס דארפן ריפלעסן,
אבער נישט געזארגט ווי זיינע פארגייער'ס וועט זיין סעילס יעדע שני וחמישי כדי די ארימע וויליאמסבורגע ציבור זאל זיך קענען ארלויבן.

עס איז צו ערווארטן פאר תושבים ווילימסבורג א סעיל-קריג ווי יעדער וועט דיר זיכען צו פארזיכערן אז ביי עם וועסטו ארויסגיין א קליגליכער.

די נייע געשעפט איז תחת בעלותו של יחזקאל סטרולאוויטש ושותפו גלויבער מלפנים GB ומלפני לפנים G&G

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:02 am
דורך ליפא
IMG-20180425-WA0123.jpg

Sanders bakery Monsey

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:10 pm
דורך בן ישי
ווי איז דאס?

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 11:47 am
דורך לך לך
בן ישי האט געשריבן:ווי איז דאס?
נעבן מאנסי באר בי קיו און סיגניטשער זילבער - 59 קארנער מעין סטריט

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 11:55 am
דורך בן ישי
לך לך האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ווי איז דאס?
נעבן מאנסי באר בי קיו און סיגניטשער זילבער - 59 קארנער מעין סטריט

אינטערסאנט אז אין מאנסי קען מען נאך פרובירן צו מאכן נאר א בעקערי ווען אלע גראסעריס האבן היינט גרויסע בעקעריס ווי זושא'ס אין שלומי'ס

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 4:05 pm
דורך בן תורה
מבשר ואומר האט געשריבן:האט בעיגעלס עפענט היינט אויף לי עוועניו אין וויליאמסבורג.

איז דאס רילעיטעד צו די בארימטע האט בעיגל געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק ?

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:27 pm
דורך בן ישי
בן תורה האט געשריבן:
מבשר ואומר האט געשריבן:האט בעיגעלס עפענט היינט אויף לי עוועניו אין וויליאמסבורג.

איז דאס רילעיטעד צו די בארימטע האט בעיגל געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק ?

יא. איך מיין זיין אייניקל האט עס געעפנט.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:35 pm
דורך תנחום
די בייגלעך זענען גוט אבער די פרייזן זענען טייערער

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:37 pm
דורך בן ישי
תנחום האט געשריבן:די בייגלעך זענען גוט אבער די פרייזן זענען טייערער

וויפל רעכנט ער אין וויליאמסבורג? אין בארא פארק זענען זיי אין די נייע געשעפט ארויף צו 2 דאללער א סענדוויטש וואס איז נאכאלץ ביליג קעגן אנדערע. א ליידיגע בייגל קאסט פופציג סענט.

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:00 am
דורך החוקר
אין ק"י עפענט זיך א נייע גראסערי ריפרעש (מלפנים העלט מארט). עס איז די ערשטע גרויסע פראכטפולע גראסערי אין ק"י, אויפן זעלבן שטייגער ווי אלע גראסערי'ס 2.0 אין אלע היימישע געגנטער.
IMG_20180828_200128_440.jpeg

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:32 pm
דורך אנדרייער
די ספעשעלס אויף סקרינסבילדבילד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 10:10 pm
דורך נעגעל וואסער
ועיר האלוקים מושפלת!
קודם מאכן זיי א פאבליק סקול מיט כפירה ומינות רח"ל , און יעצט זענען מעמיד אן עגל זהב - דעם טריפה'נעם קאמפיוטער - צו מכשיל זיין די אלע איינקויפערס אנשים, נשים וטף.
הכונו למערכה אדירה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:29 pm
דורך תנחום
ס'דא אייער אין די רעכטע פרידיזשער, ביטע נישט ווארפן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:51 pm
דורך קאמענטירער
מבשר ואומר האט געשריבן:ביי קארנער 13 און 51 גייט זיך עפענען א נייע רעסטאראנט מיט'ן נאמען "סעסעמי".

א פראכט פון א שפייז קרעמל!

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:33 pm
דורך צוויי
עפעס נייע געשעפטן?

Re:

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:43 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
קאמענטירער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:51 pm
מבשר ואומר האט געשריבן:ביי קארנער 13 און 51 גייט זיך עפענען א נייע רעסטאראנט מיט'ן נאמען "סעסעמי".
א פראכט פון א שפייז קרעמל!
נישט סתם!