בלאט 8 פון 13
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:16 pm
דורך סאשי פיש
עס זעט אויס אמת ליידער!
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:18 pm
דורך אפטעמיסט
מ'שחט, מ'הרג'ט אונז ווי חיות,
נישטא בכלל קיין נחמה,
קול דמי אחינו צועקים,
אידן — געוואלד — נעמט נקמה!
וויפיל איז דער שיעור צו שלינגן?
ס'איז הויעך צייט צו רעאגירן,
משוגעים! אויף וואס ווארט מען,
מ'זאל אונז קיין אוישוויץ פירן?
היסטאריע חזר'ט זיך איבער,
אויסגע'שחט'ן דריי,
רבותי הייבט אויף שווערדן,
עוד כהנא חי!
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:25 pm
דורך טיטאניק
עס דערמאנט מיר די בילד
א ברידער קבר
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:28 pm
דורך וויליאמסבורגער
מען מעלד די ביטערע נייעס פאר די עלטערען
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:30 pm
דורך טיטאניק
די מיליטער קימט מעלדען די ביטערע נייעס פאר משפחת יפרח אין שטאט אלעד
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:32 pm
דורך טיטאניק
די ישראלישע נייעס קוועלער מעלדען עס שוין אפיציעל
השם ינקום דמם
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:32 pm
דורך טיטאניק
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:35 pm
דורך טיטאניק
ווי זיי געבען איבער האט מען זיי געטראפען אין א אפענע פעלד האלבוועגס באהאלטען
די בחורים זענען לכאורה געמארדערט געווארען גלייך נאך די קידנעפינג
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:40 pm
דורך elter-zeide
האט איינער געהאט א הווה אמונה אז נאך אזא איבערקערעניש אין זיכעניש, וועלען דע רוצחים לאזן דע בחורים ביים לעבען, אפילו מאיר כהנא האבן זיי געהרגעט,
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:40 pm
דורך סאשי פיש
זיי זענען דערשאסען געווארן גלייך נאכען ווערן פארכאפט הי״ד.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:43 pm
דורך טיטאניק
ווער עס קען די פאליטיק צווישען חאמאס און די פאטאך האט גלייך געהאלטען אז אין די יעצטיגע סיטאאציע וועלען די חאמאס גארנישט פארדינען אויב לעבען זיי
אדרבה דאס וועט זיי אריינלייגען אין גרויסע קאפ וויי
און לכאורה איז דאס געווען די סיבה פארוואס מען האט ערמאדערט הי"ד
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:49 pm
דורך elter-zeide
אפטעמיסט האט געשריבן:וואו איז מאיר כהנא ווען מ'דארף אים???
דע זעלבע רוצחים האבן כהנא אויך געהארגעט
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב יעצט געזעהן א ריפארט אז מ'האט זיי גלייך גע'הרגעט. און אין די רעקארדינג פון די בחור וואס רופט פאליס אז מ'האט זיי געקידנעפ'ט, קען מען הערן א קויל שאס
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 1:57 pm
דורך BAL TSHIVA
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:00 pm
דורך חד גדיא
א ציווילע גרופע פון וואלונטירס האט געטראפן די גופים.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:00 pm
דורך טיטאניק
די פלאץ ווי מען האט זיי געטראפען השם ינקום דמם
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:04 pm
דורך סאשי פיש
[tag]טיטאניק[/tag] כאטשיק עפעס, מען צוווארפט יעצט די הייזער פון די צוויי טעראריסטען!!
עס גייט אבער נאך יעצט אן א זוכעריי פאר די טערעריסטאן וואס געפונען זיך נאך אויף די פריי!
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:08 pm
דורך טיטאניק
זיי געבען איבער אז די אינפראמאציע איז געקימען פון די איבער 400 טעראראיסטען וואס מען האט איינגעזעצט די לעצטע 18 טעג, און פון די אויספארשינגען האט מען פארשטאנען אז די בחורים דארפען זיך געפינען ערעגץ אין די פעלד
ווי נאר די אינפא איז אריינגעקימען האבען זיך גלייך אראפגעלאזט א ריזיגע מחנה פון זיכער'ס און בערג קריכער
איינע פון די זיכער האט באמערקט א פארדעכטיגע מצב ביי א געוויסע חלק פון די פעלד, ער איז ציגעגאנען און געריקט שטיינער און די שרעקליכער בילד האט זיך אנטפלעקט פאר זיינע אויגען ליידער, השם ינקום דמם
בילדער פון די דראמאטישע זיכעריי אין די פעלד אין חלחולה
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:10 pm
דורך קאך_לעפל
כלל ישראל איז צובלוטיגט און פארווייטאגט, די טראגעדיע ציטערט אויף יעדעס אידיש הארטץ, דאס פחד און אגנסט וואס הערשט און אינזערע הערצער, אויף די פרידען פון אחינו בני ישראל הטועים, וואס זיצען אין די איינגענימע שטחים, איז דאך אין לשער.
קל נקמות ה' – דער אייבישטער איז א באשעפער וואס נעמט נקמה, קל קנא ונוקם, רש''י זאגט אויפן פסוק וברוב גאונך תהרוס קמיך, אז די אלע וואס שטייען אויף קעגען די אידן, איז אזוי ווי זיי שטייען אויף קען אים אליינס.
טייערע ברידער: לאמיר לאזען דעם אייבישטען נקמה נעמען אין די פארגאסענע בלוט, פון די 3 טייערע און הייליגע אידישע נשמות, זאל זייער בלוט זידן אין דער ערד, ביז די נקמה שווערד פונעם קל נקמות ה' וועט דערגרייכען די טמא'נע רוצחים.
פארוואס פעלט אויס אויפצווועקען דעם פארשאלטענעם אידישען טעראריסט מאיר כהנא ימ''ש פון זיין קבר??? לאזט אים ריען אין ליכטיגען גייהינום, ער האט א גרויס חלק אין די אלע רציחות וואס די אכזירשע בני ישמאל פירן אויס אויף אידישע קינדער.
מיינט נישט אז דער ישראליישע מיליטער איז אזוי שטארק, זיך צו פארמעסטן מיט אריבער א ביליאן אראבער, וואס זענען אויסען צו זען א גלוב-פריי פון אידן. היל''ת.
לאמיר לאזען די נקמה ארבייט פארן קל קנוא ונוקם, זאל נאר דער איילמעכטיגער זיי דערלאנגען וואו עס קימט זיי. לאמיר בלייבען מיט קלארע קעפ, און נישט פארשווימט ווערן פון ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי כפירה געדאנקען, וואס די איזרעליס פארטומלען אינז..... מיר זענען שטערקער פון דעם.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:10 pm
דורך טיטאניק
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]טיטאניק[/tag] כאטשיק עפעס, מען צוווארפט יעצט די הייזער פון די צוויי טעראריסטען!!
עס גייט אבער נאך יעצט אן א זוכעריי פאר די טערעריסטאן וואס געפונען זיך נאך אויף די פריי!
יא יא
ווי עס זעט אויס גייט אין די קימענדיגע טעג זיי פרייליך דארט
יעדער איז ביטער אין כעס
און די מתנחלים אליינס זענען דערהיצט אויף די העכסטע גראדע, כאטש די גאנצע צייט האבען זיי זיך געהאלטען ראהיג
אבער ווי עס זעט אויס גייט כמאכאס כאפען מיסע שלעק פון דער ארמיי
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
די פלאץ ווי מ'האט זיי געטראפען איז אונטער איזרעילי קאנטראל?
--
מ'האקט
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:15 pm
דורך אפטעמיסט
ניין
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:20 pm
דורך טיטאניק
הרב הצדיק ר' מאיר כהנא השם ינקום דמו איז נישט געווען קיין פארשטלטענער טעראריסט, אדרבה יעדער ווייסט אז ער איז געווען ביטער גערעכט
ער איז געווען אזוי ווי יעדער מושיע פון כלל ישראל, ווי מתתיהו בשעתו און אנדערע רעוועלאציאנערן וואס האבען געוואלט טין אלעס צי ראטעוען אידען!
און ווען מען זאל ווען טין וואס ער האט געבעטען און געשריגען אז מען זאל טין וואלט מען נישט געהארגעט קיין אידען אין ארץ ישראל, א לאנגע צייט ציריק וואלטען שוין די אראבער איינגאמאכט אין די הויזען
רשעים און טעראריסטען זענען די אלע וואס רעדען ווי קאך לעפל און די נטורי קרתא, זיי האבען זיך געגעבען די הענט מיט דער שטן און איך ווייס נישט פארוואס מען לאזט זיי בכלל זיך דרייען צווישען אינז
איך גיי נישט פון פריש אויפברענגען די אלטע מעשיות פאקטען אין היסטאריע וואס מען האט פון ענק פארהוילען און דערשטיקט אלע יארען
אבער די תורה זאגט שוין אויף די אראבער "פרא אדם" זיי האבען שוין געמארדערט אידען מיט שרעקליכער רציחה נאך איידער הערצעל איז געבוירען געווארען
אז איר פילט זיך נישט ווי קיין ברידער צי אינז איז עס ענקער פראבלעם, ענק ווילען נישט זיין א חלק פון כלל ישראל, עס טיט זייער וויי אז כלל ישראל האט דאס פראדעצירט ליידער, אבער אפילו דער גוי רעד נישט ווי ענק
איר זענט שונאי ישראל? פיין, ליידער האט נישט געפעלט קיין פאררעטער ביי כלל ישראל, אבער יעדער דיפלאמאט פארטשייט אז אמאל מיז מען שווייגען
אבער דאס קענט איר אויך נישט
עליכם אמרו "אמרה אומה זו נמשלו לכוכבים ולעפר כשהם יורדים יורדים עד לעפר ושהם עולים עולים עד לרקיע ועד הכוכבים"
ווען א איד טיילט זיך אפ פון כלל ישראל קען ער ליידער טין פעולות וואס קיין שום גוי וועט זיך נישט דערווייגען צי טין!
געדענקט איין זאך, קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד היא, איינער וואס האט פיינט איינער פון די איז נישט קיין איד!