בלאט 8 פון 8

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:43 pm
דורך אישתישבי
יאיר האט געשריבן:דאס וואס ער שרייבט וועגן אפיקורסות וכו' איז סתם נאריש, אויב מען דארף שוין באטיטלען יענעם אלס אפיקורס מיינט אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן. אבער די פוינט אז אין יענע צייט איז ארץ ישראל בכלל נישט געווען אזוי פארזיכערט איז גאנץ א פיינער ענטפער.
אגב, פאריגע וואך האב איך געליינט אין די צייטונג אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א איד וועלכער האט געוויילט אין קראקא ביי די מלחמה, וואו דער בעלזער און בילגורייער רב זענען געווען. ער דערציילט אז ווען א קאר איז אנגעקומען אפנעמען דעם בעלזער רב זענען אידן נאכגעלאפן דעם קאר און געשריגן, "רבי, פארלאזט אונז נישט בעת צרה!" (והרה"ק העצים עיניו בדביקות כדרכו בקודש ולא ראה ולא שמע כלום).


דוכט זיך אז זיי זענען געראטעוועט געוואנען פין די געטא אין באכניא.

ואגב, איז געוועהן אנגעשמועסט צו ראטעווען ר' ישעיה'לע טשעכויבער אויך, נאר ר' אהרן'ס גבאי, פויגעל, איז אריין צוזאמען מיט ר' אהרן און געלאזט ר' ישעיה'לע שטיין דארט.

די בעלזער זאגען אז דער גבאי האט עס געמעגט טוהן ווייל חייך קודמים. ווען דער בילגרייערס גבאי טוט עס צו ר' אהרן, נו, ווייסען מיר וואס די פסק וואלט געוועהן...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:19 am
דורך איך אויך
איש(בחור?)תישבי דו ווייסט אפשר וואס דער רמב''ם האט געזאגט פארען גר''א ווען זיי האבען זיך געטראפען ביי ר' מיילעך בידערמאן אינדערהיים?

Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:30 am
דורך שמערל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

די מעשה האט געזאלט האבן פאסירט אין פעסט, ווען זיי זענען אוועקגעפארן פון דארט קיין ארץ ישראל. כנראה האט יאיר עפעס פארמישט.
א חידוש אז דו וואס קומט פון דארט ווייסט נישט די מעשה...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דעמאלס האט עס א גאנץ אנדערע באדייט. זיי זענען נישט געווען אין א שטארבליכע צרה און ער האט קאלטמוטיגעהייט זיי אפגעזאגט. סך הכל האבען זיי אויסגעדרוקט זייער בענקשאפט צו א רבי'ן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:39 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 7:44 pm
דורך אישתישבי
איך אויך האט געשריבן:איש(בחור?)תישבי דו ווייסט אפשר וואס דער רמב''ם האט געזאגט פארען גר''א ווען זיי האבען זיך געטראפען ביי ר' מיילעך בידערמאן אינדערהיים?


וואס איז דיין פראבלעם?

בעלזער זענען אליך מודה צו דער מעשה מיט פויגעל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:58 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דעמאלס האט עס א גאנץ אנדערע באדייט. זיי זענען נישט געווען אין א שטארבליכע צרה און ער האט קאלטמוטיגעהייט זיי אפגעזאגט. סך הכל האבען זיי אויסגעדרוקט זייער בענקשאפט צו א רבי'ן.


ליין אביסל פון יענע צייט וואס מענדל פייקאז שרייבט און וואס הרב טייכטל מחבר שו״ת משנת שכיר שרייבט אין זיין ספר אם הבנים שמחה און זעה אויך די דרשה וואס בילגוריא רב האט געזאגט בשם די ברודער פאר די אידן אין פעסט (און די שטיקעל וואס מ׳האט ארויסגענומען שפעטער ווען מ׳האט עס איבערגעדריקט) און די טענות וואס איז דאן געווען וועסטו בעסער פארשטיין @[tag]יאיר[/tag]׳ס ווערטער

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 3:17 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 3:17 am
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:איש(בחור?)תישבי דו ווייסט אפשר וואס דער רמב''ם האט געזאגט פארען גר''א ווען זיי האבען זיך געטראפען ביי ר' מיילעך בידערמאן אינדערהיים?


וואס איז דיין פראבלעם?

בעלזער זענען אליך מודה צו דער מעשה מיט פויגעל



רבי שלום אליעזר מראצפערט איז געגאנגען נאך געלט צו ראטעווען די ברודער, ער האט דריי מאל צוזאמגעשטעלט געלט (איינמאל איז ער ארומגעגאנגען מיט סאטמאר רבי) און געשיקט א דרייווער מיט א קאר, אלעמאל האבן זיך אריינגעשטיפט אנדערע אידן און ס׳איז נישט געבליבן קיין פלאץ פאר רבי ישעיה׳לע, דערציילט מען אז איינמאל האבן זיך די בעלזע גבאים מיטן רבין אריינגעשטיפט אין קאר. ס׳איז דא קראנטע מקורות דערויף. גיי ווייס...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 11:13 am
דורך שמעקעדיג
הוגה האט געשריבן:קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.


עס איז מיר אונטערגעקומען א אינטרעסאנטע באשרייבונג אין 'דער איד' פון א תלמיד פונעם רבי'ן (עס איז שוין ערגעץ אינמיטן זומער געווען באשריבן), און איך בין עס דא מעתיק.

.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 3:10 pm
דורך הוגה
האמיר א סתירה צווישן דער איד און טאבלעט מאגאזין (ווי אויך די קאמען נאלעדזש).

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 2:42 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:"ווי דאס גרונדן אידישע זעלבסט שוץ ארגאניזאציעס"
"צו עמיגרירן צו אנדערע לענדער"
that's a good one.

או.קעי. דו האסט איהם געכאפט ביים ווארט. אבער דאס טוישט נישט די פאקטן און די טענות ארום. נאר פון דיר איז דאך נישטא עפעס בעסער צו ערווארטן. ווען אידישע קינדער ווערן ל"ע געהרג'עט און פארוואונדעט פון די ראקעטן פון עזה. און די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש טאנצן אין די גאסן פאר פרייד אז אידישע קינדער ווערן געהרג'עט, האסטו נישט קיין בעסערע זאך צו טון ווי באוויינען דעם טויט פון די ..."אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער"...!

נאר רש"י הק' זאגט שוין אין פ' יתרו אויפ'ן פסוק ויחד יתרו...נעשה בשרו חדודין חדודין... היינו דאמרי אינשי גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפיה...ווייל ס'טוט איהם דאך וויי אפילו ר'איז געווען א גוטער גוי...כן הדבר הזה. דו שטאמסט פון גויים. און ס'איז נאכנישט קיין עשרה דרי. ע"כ האסטו נישט קיין סימפאטיע צו אידן. נאר צו גויים. אבער אונז זעמיר ב"ה מזרע אברהם יצחק ויעקב...נישט אזוי ווי דו...!

נ.ב.: דער ניק ישראל (ס'וואלט ענדערש געפאסט ארמאה) קאפקע איז שוין לאנג צוריק געפגר'ט. לידיעתך הרב שמעקעדיג. אט דאס נעמט מיך ארויס פון די כלים...!