בלאט 8 פון 13

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:30 am
דורך Big Boy
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:But it is really really mostly empty, so what's the point?



It is mostly full. The person just doesn't realize it because they're just dwelling on the negative.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:10 pm
דורך פרייוויליג
געוואלדיג האט געשריבן:ערגעץ וואו איז געווען דא א אשכול אז עס איז נישטא קיין מקור אויף המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה"ב, קען איינער עס טרעפן ביטע?

קען זיין אז עס איז טעם וריח, אבער איך בין נישט משיג וויאזוי איינער קען אוועקגעבן צייט פאר די נושא. וואס איז דאס מעלה ומוריד. המאבד עצמו לדעת איז די נידריגסטע שלב וואס א מענטש קען זיך דערקייקלען. וואס מען זוכט מלמד זכות צו זיין אויף מאבדים? יאאאאךךך

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:13 pm
דורך געוואלדיג
זעה וואס איך האב מוסיף געווען דארט, איך האב געטראפן א מקור, האב איך דאס געוואלט מוסיף זיין אהין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:28 pm
דורך שמעקעדיג
פרייוויליג האט געשריבן:המאבד עצמו לדעת איז די נידריגסטע שלב וואס א מענטש קען זיך דערקייקלען. וואס מען זוכט מלמד זכות צו זיין אויף מאבדים? יאאאאךךך

דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט. נידריג אין וועלכע הינזיכט?
יעדער האט דאך מורא פונעם טויט. א מענטש וואס האט גענומען די דרייסטקייט צו נעמען א סוף צו זיין לעבן מוז זיין אז ער איז געווען שרעקליך פארביטערט.
ווייניג מענטשן קענען זאגן אויף זיך "טוב מותי מחיי" מיט אן אמת.
א מענטש וואס טוט דאס איז געווענליך א ביטערע רחמנות. וואו קומט דא אריין נידריגקייט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:31 pm
דורך געוואלדיג
אזא איינער איז נעבעך נעבעך געפאלן צו די נידריגסטע, עס מאכט דאס נישט ווייניגער נידריג ווייל ער איז געקומען צו די באשלוס נאר נאך פילע צרות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:35 pm
דורך שמערל
פארוואס טראכסטו אז דיין איבערזאגן נאכאמאל נידריג וועט דיר העלפן פראוון דיין פוינט, ער פרעגט דער דאך זייער זאכליך, פארוואס נעמען א עק צו א לעבן מלא פיין הייסט נידריג?

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:48 pm
דורך געוואלדיג
ווייל ער טוהט א זאך וואס ער וועט נישט קענען צוריק דרייען, און ער ווייסט נישט וואס דער עתיד וועט ברענגען, אבער וואס איז זיכער אז ער טוהט וויי מיט דעם אלע זיינע ארומיגע (ועפ"י פשוט, ווייל די הלכה באצייכנט דאס אזוי)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:16 pm
דורך שמערל
הייסט א גר אן קיין שום משפחה פארשטייסטו יא, שוין אבי ערגעץ פארשטייען מיר זיך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:18 pm
דורך געוואלדיג
ניין, ממ"נ עפ"י הלכה איז אפי' אן משפחה זייער א נידריגע אקט, נישט עפ"י הלכה האט ער דאך יא משפחה און ארומיגע און יעדע האט באקאנטע און פריינד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:22 pm
דורך ליפא
שמערל האט געשריבן:פארוואס טראכסטו אז דיין איבערזאגן נאכאמאל נידריג וועט דיר העלפן פראוון דיין פוינט, ער פרעגט דער דאך זייער זאכליך, פארוואס נעמען א עק צו א לעבן מלא פיין הייסט נידריג?

ער מיינט אפשר אזא אויסדרוק, ווייל געווענליך איינער וואס ענדיגט זיין לעבן טוט ער עס דורך אראפשפרינגן פון די הויך און טראסקעט אראפ זייער ''נידריג'' ביז אונטן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
צחוק מכאיב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 2:01 pm
דורך ליפא
Big time

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 1:12 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז געווען אמאהל א ליקוט פון ר' הערשעלע קרעטשניפ'ער'ס מאדנע ווערטלעך, געדענקט איינער?

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 1:20 pm
דורך געוואלדיג

איך זוך א אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 3:45 pm
דורך cictim
וואו איז געווען דא א אשכול וועגן די מתפללים פון קלויזענבורג אין וויליאמסבורג פארוואס זיי זענען אוועק געגאנגען.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 3:57 pm
דורך שמעון וואלף
אפשר אין צימעס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 5:09 pm
דורך אבטולמוס
וואו קען מען טרעפן דעם אשכול פון [tag]קאווע טרינקער[/tag] פון ספרים-ציטאטן?

Re: איך זוך א אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 5:17 pm
דורך ירא שמים
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
viewtopic.php?t=3945

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 5:31 pm
דורך געוואלדיג
וואו אין שטיבל רעדט מען ארום וועגן הרב קלמן גאלדשמיד וואס האט קענסער?

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 5:37 pm
דורך קינד_אן_קייט
געוואלדיג האט געשריבן:וואו אין שטיבל רעדט מען ארום וועגן הרב קלמן גאלדשמיד וואס האט קענסער?

כ'האב פונקט אויך געזוכט! (געטראכט אפשר צו שרייבן אפאר ווערטער וועגן דעם מענטש בתוככי פה-סח), כ'האב נאר געטראפן דאס: הרב קלמן גולדשמידט בראיון מיוחד על הסדרה שטיסל.

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 5:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברוכים החוזרים ר' [tag]קינד_אן_קייט[/tag]. מ'האפט פון אייך עפעס טועם צו זיין

Re: איך זוך א אשכול

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 11:01 am
דורך גראף
פון קארנס בעקעריי אויף פיפצענ'טע עוועניו. סארא מין טרעפיק.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 11:03 am
דורך רויטע וואנצעס