בלאט 8 פון 16

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:43 am
דורך שמואל פרימו
געוואלדיג האט געשריבן:ר' שמואל איך זעה ווי ערנסט דו ענטפערסט דעם עולם, איך האב אפאר טעכנישע שאלות צו פרעגן און איך וועל הנאה האבן פון ענטפערס, 1. ביטע רעד אויך פון מיר איך האב ליב מוסר פון אידן וואס באלאנגען צום אלטן דור.


ביסט א לץ, און מיט א לץ טאר מען נישט רעדן.

אז דו ווילסט הערן מוסר, דאן קענסטו הערן דעם טעלפאן ליין, איך זאג דיר צו אז ווען דו וועסט זיך אוועקזעצן דריי שעה אין א פארמאכטע צימער און אויסהערן בכובד ראש, וועסטו ארויסקומען פון דארט אנדערש.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:45 am
דורך געוואלדיג
אינטרעסאנט ווי אדנירם האט זוכה געווען צו זיידענע הענטוך און מיך האסטו אפגענטפערט מיט א ביליגע ענטפער אנשטאט צו מסביר זיין און ענטפערן מיינע צוויי פשוטע פראגעס, און ביטע שיק מיר די נאמבער איך האב עס נישט

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:46 am
דורך סאשי פיש
היינט איז נישט געווען קיין תיקון חצות?

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:47 am
דורך שמואל פרימו
פארגלייכסט זיך טאקע צו שש? - איך הער גוט?

איך קוילער זיך פאר געלעכטער פאר דיין תגובה... וואס האלט דער עולם, געוואלדיג קען זיך פארגלייכן מיט אדנירם?

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:48 am
דורך געוואלדיג
גראדע יא, פארוואס נישט, ווער רעדט פון כשרונות מען רעדט פון יר"ש. און חוץ מזה איז מיר אינטרעסאנט צו דיין רבי תמ"ל לערנט אויס צו פארשעמען אנדערע?

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:49 am
דורך zurich
כוכב האט געשריבן:שמואל וויאזוי האסטו אינטערנעט עקסעס דארט אין גואטמאלע, און צי דער רבי לאזט דאס צו?
.

די רבי האט עם געגעבן רשות צו האבן אינטערנעט כדאי צו קענען אפענטפערן די אפיקורסים און ליצים וואס דרייען זיך דא!

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:50 am
דורך שמואל פרימו
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע יא, פארוואס נישט, ווער רעדט פון כשרונות מען רעדט פון יר"ש. און חוץ מזה איז מיר אינטרעסאנט צו דיין רבי תמ"ל לערנט אויס צו פארשעמען אנדערע?


אוי געוואלדיג, איך בעט דיר מחילה אז ביסט נפגע געווארן. איך האב פארשטאנען לכתחילה אז דו וועסט נישט נפגע ווערן, ווייל מיר צו טשעפען האסטו נישט געהאט קיין פראבלעם... אבער אז דו ביסט נפגע געווארן בעט איך דיר מחילה, אז דו זאלסט מיר מוחל זיין בלב שלם.

ביטע זאגן מיטן מויל אז דו ביסט מיר מוחל.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:51 am
דורך געוואלדיג
איך בין מוחל במחילה גמורה בתנאי אז דו ווייזט מיר וואו איך האב דיר געטשעפעט און אז דו ענטפערסט מינע צוויי פשוטע פראגעס, א דאנק.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:52 am
דורך שמואל פרימו
zurich האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:שמואל וויאזוי האסטו אינטערנעט עקסעס דארט אין גואטמאלע, און צי דער רבי לאזט דאס צו?
.



מ'האט דא אויפגעפיקסט א נייער אפיס אין בעיסמענט פון די בילדינג, פאר די מוסדות. וויבאלד איך העלף אביסל ארויס די מוסדות, האב איך טיילמאל צוטריט, נישט אלעמאל.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 1:41 am
דורך ראוונע
שמואל פרימו האט געשריבן:ראוונע, לזכותך יאמר אז דו ביסט דער ערשטער צו פרעגן זאכליכע קושיות און איך בין דא צו ענטפערן. אבער איידער איך ענטפער, א ווארט פאר די אנדערע מיטגלידער:

איר זעט ווי אזוי מען מאכט א רצח אויף א גאנצע קהילה? - איך בין שוין דא צוויי טעג, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן זאכליכע שאלות, נאר אטאקעס האט מען דא געווארפן, און גראדע זינלאזע אטאקעס. איר פארשטייט? - די זעלבע וואס האבן געשריגן "לאמיר זיך נישט לאזן שאטנאזשירן" - זאל ער ענטפערן קושיות, וכדו', ער פירט זיך אויף ווי א גורו - מאכט יענעם פילן גילטי, דוקא די זענען געווען די וואס האבן אטאקירט, געשריבן צפון קאירא, געשאלטן אנדערע קללות... זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן אויף דער מהלך פון אטאקירן, און ווען זיי זעען אז איך קען אויך גיין אויף דעם וועג, וויינען זיי ווי א ביבער, היתכן, מען מאכט יענעם פילן גילטי.. נו נו, איר אליין האט אויסגעקליבן דעם דרך.

אצינד צו דיינע קושיות:
איך וועל גיין אחת לאחת, אבער די ערשטע קושיא האב איך אויסדערוועלט אז עס זאל פארענטפערט ווערן צום סוף, וויבאלד עס פארלאנגט אן אריכות'דיגן ענטפער:
א. פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?

ענטפער:
קודם כל זענען די "פילן" - פון וואס מען מאכט אזא גרויסן בער - פשוטע ווייטעמינען. מיין רבי איז זייער א העלטי מענטש און באפעלט כסדר אכטונג צו געבן אויף די געזונט פון דעם עולם. ער אליין נעמט פארשידענע ווייטעמינען און נאטורליכע רפואות, ער איז זייער א נאטורליכער מענטש. לדוגמא, א גרויסער חלק פון די תקנות הקהילה, איז אוועקגעשטעלט אויף שמירת הגוף והנפש, ביי אונז אין לב-טהור טאר מען נישט רויכערן, א חסיד פון לב טהור רויכערט נישט אפילו פשוט'ע ציגערעטלעך, ווייל עס איז נישט געזונט, עס איז איינע פון די תקנות הקהילה.

אין לב טהור פירט מען אן מיט א שווערע סדר-היום, עס ווערט פארלאנגט פונעם ציבור עבודת השם ביגיעה, אויפשטיין און לערנען וכו'. דער רבי שליט"א שפירט אז צוזאמען מיט דעם, דארף קומען אכטונג צו געבן אויף די געזונט און דאס נישט פארנאכטלעסיגן, וויבאלד דאס קען ברענגען א גרויסער שאדן פאר דעם נפש. דעריבער איז דאס א חלק וואס דער רבי פארלאנגט (ער פארלאנגט עס נישט פון יעדן, הגם ער איז דאס שטארק מעודד, אבער פון געוויסע שוואכע נפשות איז דאס א פארלאנג און עס איז ארויפגעלייגט אויפן סדר היום צעטיל), אז מען זאל נעמען די ווייטאמינען.

יעצט, עס איז יא פאראן אזא זאך ווי פילן, אבער נישט 'פארן ציבור', אזוי ווי דו האסט מנסח געווען דיין טענה. געוויסע יחידים וואס זענען געקומען קיין לב-טהור און האבן פארמאגט א גייסטישע היסטאריע, האט דער רבי זיי דיקטירט אין די דירעקציע פון פילן. דער רבי האט זיי דאן געשיקט צו א דאקטער וועלכער האט זיי פארארדנט פילן, אין געוויסע פעלער זענען די פילן געווען ביים רבי'ן, און יענער האט געמוזט יעדן טאג קומען נעמען די פילן, אויס מורא אז זיי וועלן נישט נעמען וואס זיי דארפן צו נעמען.

היינט צו טאגס איז כמעט נישטא אזעלכע סארט מענטשן. אפשר איינער, וואס איך בין נישט זיכער צי ער נעמט טאקע אדער נישט.

ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)

ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.

אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.

דעריבער זענען פאראן אזעלכע (נישט בכפיה נאר מרצונם הטוב), וואס קומען און בעטן אז מען זאל זיי שלאגן מלקות. צומאל בעט מען איינעם פון די חסידים, אמאל סתם א חבר און אמאל האט מען ליב צו גיין צו הרב ראזנער שליט"א, און אמאל זענען פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך פאר די חברים און קומען צום רבי'ן אליין, וועלכער טוט דאס פאר די חסידים.

עס איז נישט פאראן בשום אופן א מצב, אז דער רבי תמ"ל זאל אריינרופן א יונגערמאן און אים געבן מלקות אלס שטראף אדער פאר אן עבירה.

ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)

ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות, אבער איך וועל דיר ענטפערן פשוט'ער.
פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים אנטלאפן פון זיין טאטע'ן?
פארוואס איז ויז'ניצע רבי (א' און ב' - קודם ער און נאכדעם ער) אנטלאפן פון זיין טאטע'?
נאך א ליסטע פון רבי'שע נעמען...
פרעגסט קושיות אויף רבי'שע פאליטיק? - מאכט זיך אין יעדע קהילה - איבעראל איז דער אנדערער דער שגץ...
(גוט, איך מוז מיר באווארענען... אנדערע וועלן פרעגן אז זיי זענען נישט אנטלאפן, נאר מען האט זיי פארשיקט... מורא'דיג - אפגעפרעגט... הצד השוה אז רבי'שע פאליטיק איז דא איבעראל.)

ד. איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ענטפער:

הא הא, דו האסט א הוכחה דערויף? - אדער האסטו עס אליין געהערט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר... די דורטי מיינדס פון מענטשן, וואס האבן ליב צו גלויבן יעדע שמוץ. יא יא, די זעלבע שמועות וואס מען האט געזאגט פארן צאנזער רב אז אין רוזשין פארן די פרויען אויף פערד און די פרויען טאנצן אין בית-המדרש. אלס יונגל האט מען מיר געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי נעמט אויף נשים מיט א פארמאכטע טיר ביחידות, מיט א היתר אז לייבל גרונער קען דארט אריינקומען (אויב ער וויל - ער וואלט עס דאך קיינמאל נישט געטאן פאר זיין רבי'ן...)

זאג נאר, וועלכער דזשענערעישן ביסטו? - ביסט טאקע אזוי פאנאטיש צו גלויבן די אלע שמועות?

אינטערעסאנט אז דו האסט מיר נישט געפרעגט איבער דאס וואס מען האט מיר פארקויפט אלס בחור, אז דער רבי האט א ריזיגע ווידאו מאשין, דארט האט ער אויגן צו יעדן חסיד אין בעדרום און ער האלט אלעס מיט מיטן חסיד, און אויף מארגן גיבט ער אים מלקות אויב האט ער זיך נישט שיין אויפגעפירט... הער אויף מיט די נאנסענס.

אויף מיין ערשטע שאלה האסטו נישט גענטפערט
פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט מענער וואס זענען אסאך עלטער ווי זיי?
דעס וואס די זאגסט לגבי מלקות אז עס איז קיינמאל נישט בכפי׳ איך קען פערזענליך א אינגערמאן וואס האט געוואלט איבערלאזען די קהלה (ווי ער איז אויפגעוואקסען דארט נאך פון אלץ קינד. אין ער האט געוואלט איבערלאזען זיין ווייב אין אוועקגיין פון דארט האט ער קודם געדארפט מקבל זיין מלקות אין נאכדעם האט ער געקענט געבן א גט פאר זיין ווייב
אין איך שטעל מיך פאר אז די גייסט מיר ענטפערען אז ער זאגט מיר ליגענט אבער איך קען אים שוין פון אלץ קינד אין איז אלע יארען געווען א הייסע לב טהור חסיד אין פלוצלינג דא פארציילט ער אזאלכע מעשיות וואס איז דרך אגב עפעס וואס מען הערט פון יעדעם וואס איז אנטלאפען פון דארט אז מלקות איז א רעגולער עונש דארט עס איז נאכנישט געווען איינער וואס זאל אנטלויפען פון דארט אין זאגען אז די גאנצע מלקות געשעפט איז לא דובים ולא יער

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:18 am
דורך ביליג
איינער האט אפשר א בילד פון דעם תמ"ל ?
עס איז מיר שווער פאר מיין דמיון צו ליינען פון א מענטש תמ"ל, אן וויסן ווי אזוי ער זעהט אויס
תודה מראש
און בדרך אגב פארוואס תמ"ל ? נישט מלקותיו מגן לנו ? אדער אפילו עפעס אן אנדערע מעלה וואס ער האט, וואס מען קען זעהן, נישט נאר דארפן גלייבן ?

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:24 am
דורך ראוונע
ביליג האט געשריבן:איינער האט אפשר א בילד פון דעם תמ"ל ?
עס איז מיר שווער פאר מיין דמיון צו ליינען פון א מענטש תמ"ל, אן וויסן ווי אזוי ער זעהט אויס
תודה מראש
און בדרך אגב פארוואס תמ"ל ? נישט מלקותיו מגן לנו ? אדער אפילו עפעס אן אנדערע מעלה וואס ער האט, וואס מען קען זעהן, נישט נאר דארפן גלייבן ?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:44 am
דורך ביליג
@שמואל פרימו @יהודי שפוי (ז"ל) היינו הך נאר מיט 4G אנשטאט מיט 3G

יהודי שפוי האט געשריבן:הכבד ושב במקומך...

1) ער האט נישט חתונה געמאכט א 16 יעריגע מיידעל מיט א 38 יעריגע גרוש, סאיז פשוט א לאנגע מעשה, עפן אויף אן השכול "הסטאריע פונעם לאנדנע היתר מאה רבנים" וועסטו קלוגער ווערן.

2) ער האט נישט אוועק גענומען א ווייב אין קינדער פין זיין אייגענע זוהן, ווייל ער האט נישט געוואלט לייגען זיין מאמע אין חרם, ער האט בכלל נישט "אוועקגענומען", וועלעכע "חרם", חרם וויס איך נאר פון דער פרשה פון יאסל וואלדמאן בשנת תשנ"ב-ג האט מען אים מחרים געווען. אויב איינער איז געגאנגען און געלזאט די פרוי און קינדער וואו זיי זענען געווען, דארף מען צובינדען די פרוי הענט און פיס און ווארפן אין ים... ווייל טאמער נישט איז דער וואלדמאן שטייט שוין מיטן ביקס.

3) ער האט נישט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם, דאס איז נעביך דמיונות, אגב דער "באשולדיגטער" איז דער "בכור שוטה" דארטן נישט אויף וועם דו גיסט דיין צארן, עפן אויף אן אשכול מרורות מיטן נאמען "תעתועי נחמן"...

4) וואלדמאן האט צוגעלייגט שכל פאר צענדליגע שולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות מיט קעפ, און גרויסע הערנער אויך...

5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך (געשטאנען מיט א גרויסע זאק, מיט שטעקענעס, צוגעכאפט פון די בעיבי וועגאלע, און געלאפן מיט זיי בחצות לילה דורך א גרויסע טונעל...).

6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך, און האט דערנאך מקיים פסק געווען און אריין געווארפן אין טייך מעשה שהיה... די פרוי האט געהייסן מאריא, די מאמע פון יאשקע, און מ'האט גענוצט איר בלוט פאר די מצות... איך לאך נישט.

7) וואלדמאן זאגט אז אידן זענען בהמות, און אז מסירה איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין רציחה, אן א טראפ בושה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט גארנישט לייקענען און ניטאמאל רויט ווערען,

8) אפשער פארציילסטו וואס וואלדמאן האט געטוהן מיט אורית, ס'דרייט זיך ארום גאר געמיינע שמועות, פרעג מנדל עקשטיין פין קרית יואל...

9) אין וואסי פשט פין די קללות ווען ענק עפענען די יוטיוב אין שעלטען מענטשען,

10) ועוד .. ועוד ... ועוד..., כל מיני שרעקליכע מעשים וואס דער שייגעץ יוסעל וואלדמאן האט אפגעטוהן אינטער די מאנטעל פין א פרומער, אויף דעם זאגט דער פסוק בגדיו יהי' פרימה, אין די שעמסט זיך נישט אין פרעגסט ווי א תם פארוואס ער איז א רוצח,

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:46 am
דורך ביליג
בילדבילדבילדבילד

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:48 am
דורך ביליג
אפילו קאשוי רב האט אים מכטיר געווען אלץ ההר"ג ... א פרישע טיטל ההרג אדער ההורג ? אבער נישט קיין תמ"ל !!

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 3:07 am
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן: איך מיין אז די טיים זאון אין גואטאמאלא איז אנדערש ווי דאהי, וואונדער איך זיך וויאזוי האסטו נעכטן געזאגט תיקון חצות ווען דא איז געווען חצות און נישט ווען אין גואטאמאלא איז געווען חצות

רבי שמואל, אונזער חבר [tag]געוואלדיג[/tag] פרעגט א געוואלדיגע קשיא, א שנעלע גוגל סורטש ווייזט אז דער זייגער איז אפגעריקט מיט אפאר שעה, נו פארוואס איז געווען חצות ביי ענק די זעלבע צייט ווי ביי אונז?


דאס האט שמואל ארויפגעלייגט נעכטן 11:48 אמעריקאנע זייגער
שמואל פרימו האט געשריבן:איך קען נישט צי לאנג שרייבן, אין צוואנציג מינוט איז חצות, איך דארף לויפן אין שוהל.
אויף די גוואטאמאלא זייגער האסטו נאך געהאט איבער דריי שעה צו חצות.
ביטע ענטפער.


(אגב אויב די האסט נישט וואס צו טאהן מיטן טאג, כ׳האב א נאנטע קרוב וואס זיין יארצייט איז היינט, ער ליגט דארט אין קרית יואל׳ע בית החיים, ממש לעבן דיין ישיבה, אפשר גיי צינד א ליכט? כ׳וועל דיר מכיר טובה זיין מיט א לייק)

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 3:50 am
דורך [NAMELESS]
ביליג האט געשריבן:און בדרך אגב פארוואס תמ"ל ? נישט מלקותיו מגן לנו ? אדער אפילו עפעס אן אנדערע מעלה וואס ער האט, וואס מען קען זעהן, נישט נאר דארפן גלייבן ?

טאקע פאר דעם, תמ"ל איז ר"ת ת'תן מ'לקות ל'נו.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 3:55 am
דורך [NAMELESS]
למעשה פארשטארקט זיך די השערה אז פרימו אז אן אלטער אומצעוויליזירטע בחור, חוץ וואס ער איז אמאל אויך געווען אביסל אומסטאביל אין זיינע דעות ביינונז אין שטיבל. כ'האב נישט אין פלאן אים צו נעמען אויפן צימבל לעת עתה, עס זעט אויס ווי דאס געבט אים חיות, כ"ש לפי מיין חשד אז ער וויל עווענטועל ארויסברענגען א נקודה אחרינא, וואס נאר לכבוד דעם שפילט ער יעצט 'לב טהורניק'. דערפאר רעד איך אויך נישט דירעקט צו אים, ווייל איך האלט נישט ביים זיין חלק פון זיין ליצנות.

דערווייל, וויפיל מער ער רעדט, שטעלט זיך ארויס א קלארערע בילד איבער פרימו'ס זיגזאג סטיל רעדעריי, און אויב שוין יא לב טהור - דאן די מהלך פון דעם כת הידוע לשמצה. ווען די פראפייל וועט זיין פארענדיגט, אפשר וועל איך אדורכגיין זיינע תגובות בבת אחת אויפצואווייזן די סתירות, שקרים, אפנארעריי, און לשונות של גנאי אויף איין ניק נאכן אנדערן, פון אט דעם משרת צום משיח החדש.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 5:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס מיינט 'אויסוואשען די נשמה'? ווי ווערט די זאך דערמאנט אין די תורה און פ"וו דארף מען וואוינען אין א פארמאכטען סאסייעטי דאס צו טוהן? וואס האט דאס מיט ווייבער גייען אנגעטוהן מאדנע, מיט אויפשטעלען א מנהיג אן ע"ה, מיט שטעלען קינדער אקעגען זייער עלטערען, מיט עסען ארגאניק פרוכט און גרינס, מיט אינגלעך טראגען מאדנע דאשיקע'ס, מיט נישט גייען ארבעטען געהעריג, מיט 'באקעמפען' ציונים מיט אן אנשיקעניש פון גראבע בלויע הויפענעס אנגעקאטשקעטע פאפיר, וכהנה וכהנה נערישקייטען?
מערקט'ס אז איך האב נישט דערמאנט קיין איין אך וואס איז נישט קלאר אויפצוווייזען פאר יעדער איינער.

דאס האב איך געפרעגט נעכטען. האסטו צוגעזאגט אז דו גייסט ענטפערען די זאכליכע שאלות.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 10:57 am
דורך בת קול
פארוואס אטראקט לב טהור נאר פארשוינען פון צובראכענע שטובער, בעלי תשובה, און נעבי מענטשן? און די פאר פון נארמאלע היימען, פארוואס זענען זיי נישט אויף ספיקינג טירמס מיט זייערע משפחות?
אוואו זענען די מענטשן וואו אדנירם, וואס דו קוקסט אזוי ארויף?

ווי אויך- פון וועם נעמט דיין רבי- א בעל תשובה זעלבסט- הדרכה?

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:02 am
דורך שמואל פרימו
בת קול, דו קענסט די מענטשן פון דארט? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט?

א קאמפלימענט

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:06 am
דורך גאנצל
שמואל א קאפלימענט קומט זיך דיר זיכער ........ דו מאכסט עס אייזן ....... אין א ערנסטע מינע דו האסט גאנץ א פיין פעדער

איין זאך זעי איך פילן פון דיין רבין האסטו שוין גענומען....... מלקות זעיט אויס האסטו נאך נישט אויפגעפיקט...... קום אהער לייג דיך איבער איך וועל דיר געבן ארבעים חסר אחת אבער געבן

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:27 am
דורך געוואלדיג
שמואל פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן די פשוטע פראגעס

געוואלדיג האט געשריבן: 2. איך מיין אז די טיים זאון אין גואטאמאלא איז אנדערש ווי דאהי, וואונדער איך זיך וויאזוי האסטו נעכטן געזאגט תיקון חצות ווען דא איז געווען חצות און נישט ווען אין גואטאמאלא איז געווען חצות. 3. עס זעהט אויס אז היינט זאגסטו נישט תיקון חצות, פארוואס?

??????????????????...


א שקרן דארף האבן א גוטע זכרון!!!!!

פרעג נאר שטילע,