בלאט 8 פון 14
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 7:06 pm
דורך משה געציל
-
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:33 pm
דורך נייגעריגער
לעמיל האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס האט מסיים געוועין מס' שבת?
יא! מיטן באשעפערס הילף האב'ך עס מסיים געווען בשעטומ"צ
יעצט לאזט מען זיך ארויס ווייטער מיטן באן קיין עירובין!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:42 am
דורך טעפל
נייגעריגער האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס האט מסיים געוועין מס' שבת?
יא! מיטן באשעפערס הילף האב'ך עס מסיים געווען בשעטומ"צ
יעצט לאזט מען זיך ארויס ווייטער מיטן באן קיין עירובין!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:02 am
דורך לעמיל
נייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:03 am
דורך קאווע טרינקער
איידער מ'הייבט אן מס' עירובין איז כדאי א תפילה צו טאהן, אז מ'זאל חלילה נישט קאלט ווערען אין די מערכת השבת.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:14 am
דורך נייגעריגער
לעמיל האט געשריבן:נייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
די פעטש איז נישט קיין פראבלעם, קענסט עס מיר געבן ווען די טרעפסט מיר נעקסטע מאל וואס איך קום באזוכן אין דיין "פארם", אבער די שטיקל קוגל איז טאקע א "מעוות שאינו יכול ליתקן" ווייל ווי סאך קוגל וועסט נאר עסן היינט אדער נעקסטע שבת וואלסטו אייביג געקענט עסן נאך איינס פאריגע וואך שבת וחבל על דאבדין...
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:18 pm
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:נייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
אוי ערעב לעמיל כ'האב מורא געהאט דו גייסט מיר אנשפייען, דך היונה..
עירובין ג' ע"ב
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:41 pm
דורך ברסלבער
הללו שוחקות והללו עצבות
פארוואס רופט מען ברייטע אמות שוחקות, און מצומצמ'דיגע אמות עצבות?
בפשטות ווייל ווען א מענטש איז פרייליך האט ער א ברייטערע מח, און ווען ער איז טרויעריג איז זיין מח מער מצומצם.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:45 pm
דורך גוטע פינטעלך
ברסלבר דיין פשט איז נישט קיין פשטות, איך מיין עס שטימט בכלל נישט, ווייל חז"ל רעדן פון א דבר הניכר א מח מצומצם אדער מח מורחב זעט מען נישט במציאות.
נאר וואס דען, די פשוט פשט איז: וויל ווען א מענשט שמייכל'ט איז סיין מויל אביסל אפען, מען זעט די ציין וכדומה, [באמת זענען אלע אברים צושפרייט כמ"ש "בשורה טובה תדשן עצם", אבער דאס דערקענט מען נישט], משא"כ ווען ער איז בעצבות איז אלעס שטארק צוזאמגעצויגען און די מויל איז פארמאכט שטארק.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:42 pm
דורך אביגדור
יא.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 7:57 pm
דורך מאטי
נו וואס איז דער תירוץ?
אגב האב איך א שאלה מיט א twist
אנהויב עירובין פרעגט די גמרא פארוואס דא שטייט ימעט און ביי סוכה שטייט פסולה, וואס איז די קשיא ,אז דא זאל שטיין פסולה אדער אין סוכה ימעט?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
רב החובל האט געשריבן:יא
אגב, כ'האב א חידה:
וועלעכע דין אין הלכות שבת - פון די עיקרים - ווערט בכלל נישט דערמאנט אין מסכת שבת, נאר אין מסכת ביצה?
אפשר מיינט איר מלאכת מחשבת? ביצה י"ג ב'
דף ב' עמוד א'
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:00 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פארשטיי נישט וואס די גמרא וויל מיט די ראיה פון די הלכה פון שלמים ששחטו לפני פתיחת ההיכל, אויב די גאנצע כוונה איז סייווי נאר צוצוקומען אז משכן איקרי מקדש.
דף ג' עמוד א'
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:25 pm
דורך קאווע טרינקער
וטבעותיו בידו הוא טמא מיד.
קען זיין א רמז, אז איינער (א מאן'ס פערזאן) גייט א רינגל, איז ער טמא. רח"ל.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:59 pm
דורך אביגדור
מאראנצןזאפט,
געוואלדיג!!!! מלאכת מחשבת אסרה תורה ווערט נישט דערמאנט אין שבת, נאר אין ביצה! איר האט גוט צוגעטראפן. איין שאלה נאר, וויאזוי האט איר דאס באמערקט?
קאווע,
די גמרא זוכט פשוט צו טייטשען דאס ביבל'ישע ווארט "פתח", כדי צו apply'ען די ביבל'ישע מאס פון א פתח צו א צורת הפתח פון עירובין.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:11 pm
דורך אביגדור
מאטי,
"פסולה" מיינט אז אזוי איז עס - א דין פסוקה, און כ'געב דיך נישט קיין עצות וויאזוי עס מתקן צו זיין.
"ימעט" איז אן עצה, נישט א דין.
פרעגט די גמרא פארוואס דא אין עירובין זענען די חכמים געווארן עצה געבערס, אבער אין סוכה האלטן זיי זיך צו די ראמען פון פוסקים?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:20 pm
דורך מאראנצןזאפט
רב החובל האט געשריבן:מאראנצןזאפט, געוואלדיג!!!! מלאכת מחשבת אסרה תורה ווערט נישט דערמאנט אין שבת, נאר אין ביצה! איר האט גוט צוגעטראפן. איין שאלה נאר, וויאזוי האט איר דאס באמערקט?
וויאזוי פלעגט נאר אלעזר לאנדא פון סנעפ עהעד זאגן, אז מ'לערנט, קען מען!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:35 pm
דורך קאווע טרינקער
רב החובל האט געשריבן:קאווע,
די גמרא זוכט פשוט צו טייטשען דאס ביבל'ישע ווארט "פתח", כדי צו apply'ען די ביבל'ישע מאס פון א פתח צו א צורת הפתח פון עירובין.
זאל ער גלייך ברענגען א ראיה אז משכן און מקדש זענען איינס, רב יהודה מוז דאך אויך אנקומען דערצו.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:23 am
דורך מאטי
רב החובל האט געשריבן:קאווע,
די גמרא זוכט פשוט צו טייטשען דאס ביבל'ישע ווארט "פתח", כדי צו apply'ען די ביבל'ישע מאס פון א פתח צו א צורת הפתח פון עירובין.
אויב די מיינסט מלאכת מחשבת/מתעסק איז דא א גאנצער סוגיא אין כלל גדול עב עג וועגן נתכוון להגביה את התלוש וחתך את המחובר פטור לגבי שבת משא״כ בשאר מצוות תוס׳ ד״ה נתכוון זאגט די לשון מלאכת מחשבת רש״י זאגט אויך יודע שהוא שבת והמלאכה אסורה אבל אינו מתכוין
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:27 am
דורך מאטי
רב החובל האט געשריבן:מאטי,
"פסולה" מיינט אז אזוי איז עס - א דין פסוקה, און כ'געב דיך נישט קיין עצות וויאזוי עס מתקן צו זיין.
"ימעט" איז אן עצה, נישט א דין.
פרעגט די גמרא פארוואס דא אין עירובין זענען די חכמים געווארן עצה געבערס, אבער אין סוכה האלטן זיי זיך צו די ראמען פון פוסקים?
כ׳פארשטיי די גמרא׳ס קשיא....מיין שאלה איז וואס וויל דער מקשן,אז ביי ביידע זאל שטיין ימעט אדער ביי ביידע פסולה
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:41 am
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:רב החובל האט געשריבן:קאווע,
די גמרא זוכט פשוט צו טייטשען דאס ביבל'ישע ווארט "פתח", כדי צו apply'ען די ביבל'ישע מאס פון א פתח צו א צורת הפתח פון עירובין.
זאל ער גלייך ברענגען א ראיה אז משכן און מקדש זענען איינס, רב יהודה מוז דאך אויך אנקומען דערצו.
סתם פון פסוק וואלט איך געקענט זאגן אז דער משכן ווערט בעצם אנגערופן מקדש דאס הייסט סהאט 2 נעמען . אבער איך ווייס נאכנישט אז ווען דער פסוק רעדט פון משכן איז דער פסוק כולל דעם בית המקדש אויך.
אבער פון שמואל זעה איך אז ער לערנט ארויס א הלכה אויפן בית המקדש פון א פסוק וואס רעדט פון משכן דאס איז שוין יא א ראיה אז דער פסוק ווען ער זאגט משכן מיינט ער ביידע
דף ד' ע"א
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:05 am
דורך ברסלבער
מיסב ואוכל בליפתן
רש"י אין סוכה איז מסביר אז ווען מען עסט אנגעליינט נעמט עס שנעלער.
לויט דעם וואלט די סדר פסח ביינאכט געדארפט נעמען שנעלער ווייל מען עסט דאך אנגעליינט, און נאכדערצו די מענטשן וואס זענען מקפיד צו עסן די גאנצע סעודה אויך אנגעליינט, וואלט עס געדארפט נעמען גאר שנעל, און למעשה יאגט מען קוים אן צום עלות.
זעהט אויס אז ווען מען עסט ווען נישט אנגעליינט וואלט עס נאך לענגער גענומען.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:35 am
דורך מאטי
אויב ביסט סארקאסטיק דאן
אויב ווילסט טאקע וויסען אין יענע צייטן איז דער סדר געווען צו עסן אנגעלאנט איז דאס געווען די comfort zone נישט ווי היינט וואס אנגעלאנט אז אן אפקומעניש