בעל מדות האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.
כולי האי ואולי.
די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.
[justify]מאכן פורים פון דער מענטשהייט האט אויך נישט קיין זין.
פארוואס זאל פאר [tag]אבטולמוס[/tag], שמעון, לוי, אדער יהודה, אנגיין אין וועלכע פראצעדור דער טריביון האלט, און ווי ער האלט מיטן דעקן דעם בודזשעט, און וויפיל שכר לימוד ער צאלט.
עס איז פאראן א מארקעט, מען קען נישט אריינלייגן קיין נאגל, אין א פלאץ ווי עס קומט צעמענט.
ער האט אוועקגעשטעלט זיין פאפירענעם טיגער אין א צייט וואס יעדער האט געזען ווי שווער עס איז אנצוגיין פאר גרעסערע און מער פראפעסיאנאלערע ווי אים, דער מצליח ע"ה איז קוים ערשינען א האלב יאר, זיך גראד פארמאכט, און דא ווידעראום דאס וואס מאנכע ווילן עס רופן 'זיין קאנקורענט' נעמליך "דער מאמענט" האט אויך - ווי מען שמועסט - נישט געלעקט קיין האניג.
איז ער, מיט שוואכערע סחורה ווי יעדעם, איבערגעדרוקטע לופט וואס איז שוין געווען אין דער בליץ, (דער בליץ אליין איז אויך נישט דער בעסטער אויסוואל וואס עס איז דא, נאר כאטש איז ער עקסקלוסיוו און ארגינעל) שרייבט וועגן טאפיקס וואס נערווירן פונקט ווי די תהלים כולל עדס, א גארנישט מיט א נישט, א אינטעלעקטואל ברעכט סארדינס ווען ער עפנט זיין סרוכעריי, א טומל פון ברוינע אפגעוועטשטע מאטריאל, נישט פראפעסיאנאל, נישט געשמאק, איבעראל רעדט מען זיך אפ אויף זיין קוואליטעט, ענדיגט ארטיקלען אינמיטן ווייל עס איז בעסער פארן אויסלייג און שפארט פאפיר, טוט נארישע מאנעוורעס, באשרייבט היידפארק טעמעס צוליב זיין גלוסט מען זאל אים אנקוקן.
נו, דארף דאס דאך האבן א ניגון. דער ניגון איז געגאנגען "טוט א טובה, נעמט אייך אהיים איינס אומזיסט", אויפן דעקל האט מען זיך דערקלערט דער מערסט פארשפרייטער אויסגאבע, פרעג מיך אפ, אויף טוויטער שרייבט ער אז ער פארקויפט 50 טויזנט שטיק, א נפיחה, און דערצו איז מיטגעקומען די הארמאני אז מען "מוז עס נישט אהיימנעמען".
מיט די צייט אנהויבן ארויפגיין מיט בעטן געלט, פארענטפערן מיט דריידלעך, איז א אקט וואס עטליסט פארשטיי ווען איינער האט דערויף טענות.
נישט זיין א אויסגאבע ווי די אנגענומענע שריפטן, ווי סובסקריבשן פלענער און אזוי ווייטער, זיך ביליג מאכן מיטן ארומגיסן זיין פי-די-עף אויף יעדע מעגליכע קוואל, קאפי-פעיסטן ארטיקלען פון ענגלישע מאגאזינען אן די מינימאלסטע אנשטרענגונג עס צו מאכן פליסיג איז א צארן, טוה א טובה פארקויף ענדערש טונא סענדוויטשעס און מאך נישט שאדן פאר די מארקעט וואס איז אזוי צוגרונד.
איך זיך מיט ליכט די גאטס וואס דער פארוואלטונג האט, און איך האב נישט קיין דעםם פראבלעם ווען ער זאל נעמען א אנדערע דירעקציע, פארשטיי אבער פארוואס ער ברענגט זיך אליין שונאים.
איך בין זיכער אז סיי ווער עס גלייכט אידיש און קויפט אויסגאבעס האט זיך זיין אייגענע שטעלונג איבער דער טריביון, און וועט מסכים זיין מיט מיינע ווערטער האבנדיג זייער אייגענע טוץ מיט רעאקציעס אויף ביטערע אנטוישונגען און דערנערווירונגען וואס דער קליין בינטל פאפירן האט זיי באוויזן צו ברענגען.
אזוי איז עס, א חורבן, ער קלאפט אראפ קוואליטעט, זאל אים עמיצער גוט דערוועקן און זאגן אז היינט צוטאגס באשטייט אידיש פון אסאך וועקערס און זיינע פרענקס יעדע וואך ווערן נישט טאלערירט אינגאנצן.
וויפיל האבן מיר דא געשפיגן בלוט אויף די מצב מיט אידיש ביז אזא טיכטיגער מאן ווי שש, און זיין חבר פיקאסא האבן אנגעצינדן דעם פאקל ארויסגעבנדיג דעם וועקער דזשורנאל?!
פליצום ווייסן מאנכע נישט וואס מען וויל, א שאד זאלסט זיך דא קריגן איבער די אינגאנג, און אויסגאנג מיט די טריביון'ס אינקאם, ווען אין די זעלבע צייט קען מען לערנען דער וועקער, אדער הנאה האבן פון בעסערע זאכן.
[tag]קל וחומר[/tag] אויב האסטו שוין יא אזא געפיל צום טריביון, ווייסטו וואס דו האסט צוטון, זיי האבן א לאנגע וועג צו גיין, געב איבער וואס זייערע ליינער האבן אויף זיי צו זאגן, אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד, דאן רעד נישט אריין אין א טעמע ווי ביסט נישט אויסגעקאכט.[/justify]