בלאט 8 פון 214

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:23 am
דורך I'm back
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:כ'פלעג צו האבן א ניק דא, געווען פון די ערשטע ניק'ס אויף ק"ש. כ'האב געמוסט פארלאזן דעמאלטס מחמת סיבות שונית.
שוין נישט געווען אויפן סייט קנאפע א יאר, כ'וויל זיך צירוק באקאנט מאכן מיט מיינע אלטע חברים


פארוואס קומסטו נישט צוריק מיט די אלטע ניק?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:33 am
דורך שמעקעדיג
ער האט אויך געוואלט נעמען I'M BACK, אבער ס'שוין געווען פארנומען...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:03 pm
דורך כגוונא דיליה
איך בין א יינגעמאנטשיק אין די הויכע 20 יאר׳ן איך ליין אסאך קאווע שטיבל שוין קרוב צו א יאר, סאיז א גיוואלדיגע מקום וואס קלינגט מסוף העולם ועד סופו ושמעו הולך בכל המדינות, סאיז חודש אלול א צייט פון תשובה האב איך אריינגקלערט אלץ הכרת הטוב איך זאל אויך שרייבען דא דארט מיינע צוויי גראשען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:27 pm
דורך שמעקעדיג
Wow
עס קלינגט מסוף העולם ועד סופו... ושמעו הולך בכל המדינות.... פשיהא, אריין אין אשכול פון זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:45 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:Wow
עס קלינגט מסוף העולם ועד סופו... ושמעו הולך בכל המדינות.... פשיהא, אריין אין אשכול פון זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט....

האסט געמיינט אז דארט איז די גראז גרין און ס'נישט דא אויף וואס צו קוועטשען?....

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:11 pm
דורך בן זכאי
א געווענליכע מנחה-מעריב יונגערמאן, איך גלייך די מענטשהייט אבער געב זיך אכטונג צו האלטן אביסל א שטרענג פנים נישט צו ווערן קהל'ס נער, פון די אנדערע זייט בין איך דער לאכעדיגע פעטער און די אויפגעקלערטע שוואגער, דער וואס איר וואלט אויסגעוועלט צוצוגיין אין בית מדרש פרעגן ווען די נעקסטע מנין איז אדער בארגן א גארטל.
מיין מצב, טאלאנטן, אינטרעסן, יארגאנג, פלענער, און חסידות, זענען דינאמיש, עס טוישט זיך פון תקופה צו תקופה, טיילמאל פלאן איך צו ווערן א תלמיד חכם, און טייל מאל פלאן איך צו באגיין זעלבסמארד, עס זעהט אויס אז ביידע וועלן נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת.
וואס איך וויל מיטטיילן מיט חברים? איך האב נישט קיין סך צו אפערן, גאנץ ווייניג חכמה, און א קליין ביסל לעבנ'ס ערפארונג, איך וויל מיך דרייען אין שטיבל, קאמענטירן, נערווירן, לאכן, און אונטערוועגנס געוואויר ווערן אפאר נייע זאכ'ן וואס וועלן מיר אפשר קלוגער מאכן אין די אויגן פון מיין ווייב.
און יא איך ווייס וועלכע פרוכט מען נוצט פאר ד' מינים...

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
זכאי וועלקאם! שרייבסט אזוי גוט אז איך פיל איך קען דיך שוין אפאר יאר, ארויף אויף מיין וועטשערען ליסטע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:41 pm
דורך מנחם
איך מיז זאגן אז דאס אז מען מיז שרייבן א פערעגראפ צוויי ביים זיך איינשרייבן איז א געוואלדיגע זאך, ווען נישט וואלט נאך מיין ניק געווען לכאורה אומבאנוצט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 3:31 pm
דורך באלעבאס
דאס ביסל וואס איך פארמאג איז רועגקייט
דאס ביסל וואס איך שטרעב נאך איז לייטישקייט

א בארא פארקער בעלעבאס מיט א געשמאקע דארשט פאר וויסנשאפט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:35 am
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]אלץ ווייזער[/tag], [tag]ואימא איפכא[/tag], [tag]כגוונא דיליה[/tag], [tag]באלעבאס[/tag], [tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag], [tag]בן זכאי[/tag]!!
מאכטס ענק באקוועם!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:20 pm
דורך אדמו״ר
שלום וברכה. כ׳גלייך זייער א היימישע סביבה ווי מ׳קען זיך אביסל אויסשמיסען ענינים העומדים ברומו של עולם. כ׳האף אז כ׳וועל דא טרעפן את שאהבה נפשי. הצלחה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:21 pm
דורך נייעסטיקער
פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע.
טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:46 pm
דורך simple jew
showing the real truth to people who think they they are on the correct path and telling everybody that they are perfectly right

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:46 pm
דורך דלפון
איך האב שטארק ליב אידישע היסטאריע ווי אויך תולדות פון צדיקים און איך האב ליב צו דערגיין אלטע זאכן וואס איז נישט באקאנט א גרויסן דאנק

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'זאגט אז דלפון'ס זענען קלוגער ווי מענטשען. נא, ווייז אונז ס'איז אמת.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:41 pm
דורך איך אויך
און דער גבאי האט געמיינט ער איז א פרישער דא.

איך בעט אייך חברה פליז טריטס אונז נישט ווי כעלעמע חכמים ,ווילסט עפענען 6 ניקס פאר די איין באבאוו קאמפיין ,5 ניקס פאר די פייערדיגע אלעכסאנדר מחלוקת ,4 פאר מאכנאפקע איז די עכטע רבי און 3 פאר די ספליט אין בעלעד? (ק)נאק יורסעלף אוט אבער ביטע טוהט עס מיט א טראפקעלע פון יענע אינגרידיענט דמתקריא שכל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:54 pm
דורך עמעזאן
וואס איז די ראי' איך האלט גראדע אז @דלפון איז א פרישע ניק, פאר א תלמיד אלכסנדר איז נארמאלע נישט צו וועלן האבן א ניק דא אפי' קיינער ווייסט נישט עס איז פשוט א נחות דרגא פאר זיך אליין, אבער מחמת הכרח האט ער נישט קיין ברירה... לאמור האפן מיר וועלן הנאה האבן פון עם אין אנדערע אשכולות אויך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 5:03 pm
דורך איך אויך
זאגסטו אז נאר באצופאל האט דער רבי געעפנט צוויי ניקס איינס נאכן צווייטן, קעי עס איז מיר נישט איינגעפאלן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
נייעסטיקער האט געשריבן:פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע.
טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס

שלו' עליכם, ווי אזוי רופט מען אייך? נייעס-טיקער? אדער נייע-סטיקער?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:30 pm
דורך איך אויך
אדער נייע עסטי קער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:19 pm
דורך אויסגערוט
נאכן ליינען די פארומס דא פאר א לענגערע צייט פיל איך אז איך קען אסאך צולייגען דא צו די דיווערסיטי און דעות פון די אקטיווע שרייבערס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:20 pm
דורך ואפילו בהסתרה
איך האב אויסגעקליבן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, ווייל עס זענען דא חברה וואס רעדן דברים של טעם, און אסאך מאל פעלט זיך אויס א קליינע הערה אדער תגובה וואס קען צוהעלפן ארויסצוברענגן דעם קלארן פאקט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:21 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
איך בין א געווענלעכער שטילער מענטש וואס נוצט די אויגען מער וי דאס מויל, גאמאכט פון הויט אין ביין בשר ודגים בלע״ז, א צוזאמשטעל פון א גוף מיט א נשמה וואס קלאפען זיך איינער דעם אנדערען, איינער מיז בלייבען צוקלאפט אין דאס בין איך א צוקלאפטע הושענא אויסגעפליקט אין אנגעזעצט כדבעי,

איך בין שטיל איך שטיי אין זייט
וי דער הושענא אויסגעקלאפט
ימים ידברו סוועט נאך קומען א צייט
ווען אלעס וועט פארען גרינג אין גלאט

איך בין גאנץ גיט באקאנט מיט אייער סיסטעם דא, אלץ א גאסט וואס ציזט שעות אויף שיינע ארטיקלען, אריינגערעכענט די אינערליכע פאליטיקס וואס שוועבט דא ארום צוישען די ווענט אין די טונט וואס גיסט זיך פון די פענס אין חשובע שרייבער, סאיז דא אסאך וואס צו מוסיף זיין איך האף צו מאכען צייט אין שרייבען וישמחו בי חברי ואשמח בהם