בלאט 8 פון 8

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 11:09 am
דורך לית דין בר נש
איך האב אין אלע דריי בתים געוואוט פאר איין געווינער און צוויי פארלירער
עס איז דא עפעס א Mathametic חשבון אויף דעם? ווי זענען די מבינים?

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 11:45 am
דורך אפטעמיסט
פישל'ע איז געווען גערעכט. מ'דארף ווען צעטיילן די פאעזיעס אין קאטאגאריעס. ס'מאכט נישט קיין סענס אז טיפזיניגע רייכע ארטיסטישע ווערק זאל ליגן בערבוביא מיט גראמען.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:00 pm
דורך יאיר
איך מיין עס פעלט נישט אויס נאך א רונדע וואוטס. מען קען נעמען די וואס האבן יעצט באקומען די מערסטע וואוטס און זיי נאמינירן אלס די געווינער..לויט דעם וועלן די געווינער זיין א טיי צווישן בית הכבוד און שאון השעון. דערנאך קומט לא נתקבל און א גוט ווארט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:05 pm
דורך לית דין בר נש
יאיר: א גוט ווארט איז א ט"יי מיט גיזעץ פון שילוש און שיר החסידים אלע דריי האבן 33

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:07 pm
דורך יאיר
גערעכט. מען דארף פארוואס? זאל אונז ארויסהעלפן מיט די מאטעמאטיק וויאזוי צו צוטיילן די פרייזעס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:13 pm
דורך יאיר
דעמאלט קען מען רעכענען לויט די פראצענט פון די וואלן. אזוי וועלן אויך מסתמא נישט זיין קיין טייס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:13 pm
דורך אפטעמיסט
יאיר, זיי נישט אזא אויבערחכם

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 2:03 pm
דורך יאיר
אויבער חכם אהער אויבער חכם אהין. לדעתי איז דאס דער ריכטיגער מהלך. אויב מען מאכט מען וואלן צווישן די געווינער איז דאס ארגער ווי מען מאכט פרישע וואלן. ווארום איינמאל מען האט צוטיילט די שטים בודקעס האט נישט קיין פשט צוריק זיי צוזאמצושטעלן. אויב גאט'ס שווייגעניש האט נישט באקומען די זכות זיך צו פארמעסטן מיט בית הכבוד, פארוואס זאל שיר החסידים יא באקומען דעם זכות?
דערפאר גייט ארויס דער פסק פון בית דיני הגדול אז די געווינער זענען ווי פאלגנד, פון אונטן ארויף:
שיר החסידים = 11.0%
לא נתקבל = 12.6%
שאון השעון = 13.3%
בית הכבוד = 13.5
און דער געווינער פון דעם אוונט איז... בית הכבוד!!!
דאס זענען גראדע גאנץ פיינע אויסוואלן, און עטליכע פון זיי האבן זאגאר זוכה געווען אין מיינע אייגענע שטימענישן. ממילא ווער עס זאגט אנדערש איז א זקן ממרא ודינו כאלו ואלו הנשרפין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:03 pm
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן:דערפאר גייט ארויס דער פסק פון בית דיני הגדול אז די געווינער זענען ווי פאלגנד, פון אונטן ארויף:
שיר החסידים = 11.0%
לא נתקבל = 12.6%
שאון השעון = 13.3%
בית הכבוד = 13.5

[tag]יאיר[/tag] האט צוגעטראפען צו די געווינערס, והקורא למפרע יצא...

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:52 pm
דורך כוכב
מיט'ן שושנים פון הינטערוויילעכטס, וויל איך שליסן דעם פארמעסט מיט א דאנק פאר די וואס האבן אזויפיל בייגעשטייערט פאר איר הצלחה.

בראש וראשון זענען עס די טייערע חברים וואס האבן זיך גענומען די מי צו צושטעלן די זעקס און דרייסיג פאעזיעס, א נומער וואס איך האב זיך נישט געחלומט און געוויס נישט פון אזא הויכן קוואליטעט.

והשנית קומט זיך א טיפן דאנק פאר'ן מנהל הרב קעלנער וועלכער איז ממש ארויס פון זיין וועג להצלחת הפארמעסט אין א בחינה פון יומם ולילה לא ישבותו. איך האב נאר געדארפט אריינשיקן א ריקוועסט און מיטן ריפרעשן די פעיזש איז שוין געווען אן ענטפער, דערצו האט ער צוגעשטעלט די ריווארדס וואס האט גארנישט געהאט מיט מיר, געוויס נישט מיין פופציגער... ניטאמאל ווייס איך ווער סהאט עס באצאלט.

די טרייב קראפט און גאזאלין פונעם פארמעסט איז געווען מעל כל ספק פישלע העררינג. אויסער וואס ער איז געווען א געטרייע מיטגליד אין די שושנים מערכת ונהנים ממנו עצה ותושי', איז ער ווירקליך געווען דער רוח החיים פונעם פארמעסט ארויסווייזנדיג אומגעהויערע קענטעניסן אין פעלד פון פאעזיע אויף א פארנעם וואס האט אלעמען איבערראשט דערצו האט ער אנגעפירט מיט די רעטינג סיסטעם וואס האט צוגעגעבן פראפעסיאנאליטעט צו דעם פארמעסט. א באזונדערן ישר כוח פאר די הערליכע פדף.

א ישר כוח פאר רויטע וואנצעס פאר'ן אלעמאל זיין גרייט מיט א פלייצע.

א הערצליכן דאנק פאר שמעקעדיג און אלע וואס האבן זיך גענומען די מי צו באדאנקען.

לעסט באט נאט ליסט, די איבער הונדערט חברים וואס האבן אנטיילגענומען אין די וואלן, א נומער וואס איך האב מיך קיינמאל פארגעשטעלט און איז געווען העכער די ערווארטונגען.

אויך דארף מען דערמאנען דעם חשובן ניק הרוצה בעילום שמו וואס האט זיכער געמאכט צו קריטיקירן, אכט געגעבן אויף די איפה והין עס זאל זיין ביושר, און אריינווארפן א פלאקן ווען אימער זיין הארץ האט באגערט. ווי נישט ווי האט עס צוגעגעבן קאליר צום פארמעסט און זאל ער אויך זיין געבענטשט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:50 pm
דורך איש את רעהו
כוכב האט אויך אנגעדרייט אין אייוועלט א פארמעסט אויף פאזיע'ס