בלאט 8 פון 9

Re: דייעט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:09 am
דורך הערסטע
וויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:33 pm
דורך וואלווי
הערסטע האט געשריבן:וויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.


:D קראוטאנס.... דאס איז איין טריט אוועק פון פלעיווארד ברעד קראמס, ווען ס'איז כבר ספו ותמו מן השוק און די קלאסעטס הייבן אן לער צו ווערען...

דאס איין מאל א יאר וואס עפעס האלט צירוק פאר א פאר מינוט איז סוכות ווען מ'דארף נעמען די עסען אין סוכה אריין. אדערווייז העלפט נישט ליטוואקס עצות ווייל ביז ווי וואס ווען מ'מאכט א חשבון איז מען זיך שוין גאר שנעל מסדר

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:58 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.


אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!

פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!

נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2017 4:20 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.


אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!

פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!


האסט אוואדי munchies :) אז מרייכערט גרינע גראזן איז עס נאטורליך צו שפירן הונגער. אבער סאיז נישט קיין אמתע הונגער! סאיז א פאלשע בעל אין קאפ וואס זאגט הונגער...

די בעסטע עצה איז אפצושטופן די עסען אין קאפ. יא איך גיי גייען עסען אויב איך וועל באלד זיין הונגעריג. זאג נישט ״ניין״ איך בין אויף דייעט וכודומה, נאר פשוט שטופ עס אפ- מוועט זעהן באלד אויב איך בין נאכאלץ אזוי הונגעריג. ס׳ארבעט געוונטליך.


אדער האב איך פשוטערע עצה נעם דיך אינטער טעניתים- ווארף אוועק אלע Desires וועסטו קענען זוכה זיין אנצוקומען צי Nirvana- אמתע שמחת החיים קען מען נישט האבן ווילאנג מאיז עדיקטעט צו גשמיות, אז מ׳ווארפט אוועק אלע תענוגי עולם הזה- זאגט בודהא אז מ׳וועט אנקומען צו א שטאפל פון מנוחה ושמחה אור ליהודים. סאיז א פשוטע חשבון למעשה. אז מ׳גוואוינט זיך צו א לעבן מיט מינימיום דארף מען גארנישט צו זיין פרייליך, פארשטייט זיך מ׳דארף קודם איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז נישט קיין פיקניק פאר רוב בעלי חי׳. סאיז א שוערע ארבעט, אבער א גערעכטע חשבון איז עס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 1:41 am
דורך וואלווי
וואס רעדסטו, פאר די מאנטשיס אליינס איז ווערט א דשוינט!

Re: דייעט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:52 am
דורך פליקער
איך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 4:12 am
דורך וואלווי
וועגען דעם קוק איך טאקע נישט. ס'איז יום טוב!!!

אלע הוצאות קצובין לו מר"ה. אפילו די G&G ביל פון חודש חשון...

Re: דייעט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 3:55 am
דורך הערסטע
פליקער האט געשריבן:איך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד
אוי טאטער זיסער!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 12:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און וואס איז מיט מיר געווארען? וועל איך אייך דערציילען. איך מיין אז אסאך מענטשען ווייסען שוין אז אלול\תשרי צייט איז נישט די צייט צו מאכען אונטערנעמונגען אין אידישקייט. פארוואס? ווייל מ׳איז אין די אלול גוסטע, די תשובה צושטאנד, און מ׳ווייסט נישט ווי מ׳שטייט אויפ׳ן אמת. א פאר וואכען נאך סוכות איז מען אביסל מער אין טאטש מיט די מענטשהייט, און דעמאלס פארגעסט מען פון די אלע אונטערנעמונגען וואס זענען א וויסטע חלום, בכלל נישט צוגעפאסט צום מענטש.

יעצט האב איך געלערנט אז אין גשמיות איז אויך אזוי. וואס איז לייכט אלול און תשרי, ווען מ׳איז פארנומען מיט דערהויבענערע זאכען און זיך צוריק האלטען איז די מאדע פון טאג, איז גארנישט אזוי אין מיטען ווינטער, ווען זיך צוריק האלטען מיינט נאר איין סענדוויטש נאך נאכטמאל. מוצאי יוהכ"פ האב איך געשפירט דארער ווי חמשה עשר באב, אבער די ווינטער האט עס נישט ווייטער אנגעהאלטען. מ׳גייט פאראויס צוויי טריטען און מ׳גייט צוריק איינס.

יעצט, נאך פורים, האב איך זיך פראבירט מיט די Slow carb diet. ביזדערווייל בין איך צוויי וואכען דערויף און איך קען זאגען די יעצטיגע איינדרוקען מיינער אויף דער דייעט.

די יסוד קומט פון א בוך, אשר בשמו יכונה The 4 hour body. דער וואס וויל עס אויף פי.די.ף. זאל זיך ווענדען אין אישי. די בעיסיק יסוד איז אז מ׳עסט נישט גארנישט ווייס, אדער וואס קען זיין ווייס, דהיינו מעהל, רייז, קארטאפעל וכו׳. מ׳עסט 30 גר. פון פראטין אין די ערשטע דרייסיג מינוט פון טאג נאכ׳ן אויפשטייען. מ׳עסט נישט קיין פרוכט, מילך צו צוקער. איין טאג א וואך רוקט מען אלסדינג אריין, כל המרבה הרי זה משובח.

די חכמה דערפון איז אז ביי אסאך דייעטס, זאגען מאנכע צייטונג פארשערס, ווערט די גוף צוגעוואוינט צו די הונגער צושטאנד, און עס טוט פראצעסירען די עסען שטאטער און מ׳הערט אויף צו פארלירען. דורך עסען פארטאגס און אריין רוקען איין מאל א וואך, ווערט דער גוף נישט איינגערעדט אז זי דארף שפארען אויף מארגען.

פאר מער חכמה, גוגל איז דיין חבר. אויף רעדדיט איז פארהאנען פיהל הילף ועוד מקומות.

מיין ערפארונג, אין די קורצע צייט איז אזוי. די ערשטע פאר טעג, האט מען א שטיקל קאפוויי. די גוף בענקט זיך נאך איהר צוקער, און עס קומט נישט. ביי מיר איז עס געווען א קליינע קאפוויי, נישט קיין גרויסע, און נאך א פאר טעג איז עס פארגאנגען.

מ׳עסט אסאך בעבעלעך, פון אלע סארטען. ארבעס זאל מען נאר עסען אביסל, לויט eslowcarbdiet.com אבער יענער סייט איז זייער מחמיר אין די עניינים. די חכמה איז צו פארזאמעלען פארשידענע ספייסעס מטעים צו זיין די בעבעלעך, פעם בכה ופעם בכה, אזוי ווערט מען נישט פארלאנגווייליגט פון די זעלבע עסען טעגליך.

למעשה איז עסען בעבעלעך א שטיקל ארבעט. מ׳דארף זיי ווייקען פאראויס וכו׳. דאס האט מיר געהאלפען אין א פסיכאלאגישע זינען. אין איינער פון די סאמע ערשטע טעג בין איך אריבער עפעס א פרעס געשעפט, און עס האט זיך געכאפט די תאווה זיך מוחל צו זיין עפעס גראב און פיהל מיט קארבס. נאר ווען איך האב מיר דערמאנט אז די ווייב מוטשעט זיך אין די טעג פאר פסח מיר אנצוגרייטען די בעבעלעך, האב איך געטראכט אז עס נישט שיין ארויס צו ווארפען איהר ארבעט אין מיסט אריין.

געווענדליך, א פאר שעה נאך פרישטיג, ווער איך הונגעריג. איך שלאג זיך דערמיט און איך גיי ווייטער און עס גייט אוועק. עס ווערט אבער שווער אביסל צו טראכטען און האלטען קאפ אין ארבעט צו אין לערנען. נאכ׳ן זיך אביסל אפגעוואוינען פון די קארבס אין די צוויי וואכען, פיהל איך אנדערש. אפילו מ׳ווערט הונגעריג, ווערט די קאפ נישט צושטערט. מ׳קען אנגיין מיט'ן לעבן אן זיך צו שלאגען מיט די הונגער. ווי אויך האב איך באמערקט אז די געפיהל פון הונגער איז נישט איינס מיט די רייץ צו עסען. מ'קען זיין הונגעריג און די עסן זאל זיך נישט רייצען אזויפיהל.

גרינס איז א געוואלדיגע זאך, אבער בעיקר מיט פראטין. אואקאדא זאל מען נאר עסען ווייניג, אבער א קען טונא מיט א סאלאט זעטיגט מורא׳דיג.

פאר פסח וועל איך זע׳ען נאר צו עסען איין כביצה יעדער סעודה (מ'דארף זיך דאך וואשן, און וואספארא טעם האט עס אן א ברכה?) ותו לא. לאזען די קניידלעך מיט די מצה האקען פאר די קינדער.

עסען אינדערפרי איז נישט לייכט. איך נעם צוויי אדער דריי געקאכטע אייער, מיט א האלבע קען בעבעלעך. איך האב געפרעגט א ת"ח וואס האט געזאגט אז די איסור פון עסען פאר'ן דאווענען איז אלס דרך גאווה, און דרך רפואה איז נישט קיין איסור (להוציא פון די צד אז רפואה איז היתר פאר א חולה, וואס דאס איז שוין א שווערערע גדר וואס איז נאר גראב)

פאר די וואס לעבן אויף א בודזשעט, איז די מהלך טאקע טייערער, מ'קען דאס נישט לייקענען. וועדזשטעבעלס זענען נישט ביליג, בפרט די וואס זענען מוחזק בתולעים און מ׳דארף קויפען ספעשל אידישע. א טעלער רייז איז ביליגער ווי בעבלעך, און מער פראטין ווי פיש און פלייש איז טאקע טייערער. איך האלט אינמיטן זוכען עצות דערפאר. א קען טונא איז דאך ביליגער ווי פרישע פיש און פלייש, וועלען מיר זעהן אויף ווייטער.

למעשה דענק איך, אז די מהלך איז בעיקר אויף א זעלבסט באגרעניצונג אין די מאס עסען. ווען מ׳קען נאר עסען געוויסע מאכלים, ממילא עסט מען ווייניגער, ולזה אנו מקוים. איך האף טאקע דערמיט נישט נאר צו פארלירן וואג, נאר אויך זיך צוגעוואוינען צום הונגער געפיהל.

איך האף ענק צו קענען באגריסען מיט גוטע נייעס בקרוב. ביז דערווייל רוקט זיך די וואגשאל פאמעלעך. איך האף אז דאס וועט זיך בעסער אנהאלטען אין די צוקונפט.

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 2:33 pm
דורך יין שרף
If someone doesn't get along with chickpeas,is there any other substitute?

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 3:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער סארט לעגו"ם. עס איז דא צענדליגע סארט בעבעלעך, יעדער מיט איהר טעם.
Black beans
Pinto beans
Black eye beans
Lima beans
Butter beans
Kidney beans
ועוד ועוד

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:06 am
דורך [NAMELESS]
אין די וועלט איז אנגענומען אז מען איז מער מיקל לגבי טרונקען פארן דאווענען, אלזא קענסטו נעמען א פארעווע פראטין שעיק. דער פראבלעם איז נאר, אז בלויז די מיליכיגע זענען גוט, די פארעווע איז נישט אין מויל צו נעמען.

פארוואס איז די דייעט אנטקעגן מילך? די מילך צוקער איז אזא פראבלעם? אויב ביסטו נישט מקפיד אויף חלב ישראל קענסטו אפשר נוצן לעקטאוס פרי מילך מיט פראטין פאודער.

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא חלב ישראל לעקטאוס פרי מילך.

פראטין פאודער איז נישט גענוג, מ'דארף עסן די פראטין. די תכלית איז אז די מעטאבאליזם זאל אנהייבן ארבעטן ווי אמשנעלסטן, און מיט די פאודער פאסירט עס נישט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען א דייעט פאדערט עסן ווייניגער, איז מען טעגליך און מינוטליך אין די הענט פון דער יצר הרע. אז מ׳וויל עסן נאר א דריטעל טעלער לאקשען, זאל עס זיין האול וויט ארגעניק, ווייסט מען אז דארט וועט זיך עס נישט אפשטעלן. מיט בעבעלעך הערט זיך עס אויף פיהל שנעלער. די עצם עסען איז ווייניגער.

סתם אזוי, אפילו נישט לגבי די דייעט, נאר אלע דייעטס און לעבנסשטייגער טוישן. צופרי זענען רוב מענטשן מער אין די גוסטע זיך איינצוהאלטען פון תאוות. שחרית דאווענט זיך בעסער, און א געזונטע פרישטיג עסט זיך לייכטער. נאכמיטאג און ביינאכט איז די צייט פון די יצה"ר. אפשר איז עס אן עצה זיך צוצולייגען נאכמיטאג פאר א האלבע שעה, צו דערפרישען די גוסטע. איך ווייס אז נישט יעדער ארבעט אויף זיין אייגענע זייגער, און עס איז אפט נישט מעגליך, אבער טאמער מ'קען, קען עס זיין א שטיקל עצה.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 12:41 am
דורך רויטע וואנצעס
עשיתי הנ"ל יותר מ'מ ימים ונושעתי

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 12:59 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך טרונק אסאך מאל גלייך צופרי א גלאז ווארעם וואסער מיט א האלבע לעמאן און איך בין זאט פאר צוויי שעה און ביז איך ווער הונגעריג איז שוין נאך חצות. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט, אבער עובדה, ס'ארבעט. ס'דא מענטשן וואס זענען אלץ הונגעריג און די סיבה איז ווייל זייער מאגן מאכט נישט גענוג עסיד וואס דאס פארדייט די עסן, איך פלעג ליידן פון דעם פאר יארן ביז א דאקטער האט מיך עס געזאגט. איך פלעג עסן אגאנצן טאג, און אפילו ווען איך האב מיך אנגעשטאפט ביז צום ברעכן, בין איך דריי שעה שפעטער שוין געווען הונגעריג, אבער נישט סתם. איך האב אנגעהויבן צו טרינקען אביסל kombucha כמעט יעדן טאג, און ממש א וואונדער, זינט דעמאלטס קען איך מער נישט עסן, איך טרעף מיך צומאל זיבן שעה נאכן אויפשטיין וואס איך האב גארנישט געגעסן. איך האב געהערט זאגן אז apple cider vinegar קען אויפטון די זעלבע זאך.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 12:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עשיתי הנ"ל יותר מ'מ ימים ונושעתי

פרטים ביטע. האסט געטוהן די slow carb diet? מ׳דארף עס אנהאלטן א גאנץ לעבן? וויפיל האסטו פארלוירן?

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 1:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך רעדט פונעם נאכמיטאג דרימעל, עס האקט אפ די נאכמיטאג תאות.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 2:24 pm
דורך פליקער
מיין הייליגער ליטפאק

איך וואונשט דיר פיל הצלחה דו זאלסט פארלירן כאטש ווי איך, און ס'זאל אנהאלטן פאר אייביג.

דיין דייעט איז נישט קלאר פאר מיר פונקטלעך ווי אזוי עס ארבייט, אבער וואס איך זעי איז דיין שטארקע רצון צו פארלירן, און דיין שטארקע החלטה צו נעמען אחריות אויף דיין לייף, דאס וועט דיך קעגען קומען און דו וועסט דערפאר זוכה זיין צו אנקומען צים ציל.

חג כשר ושמח און איזי דייעטיג פסח.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 6:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די יסוד איז אז מ'דארף רייצען דער מעטאבאליזם צו טוהן זיינס. ווען מ'עסט סתם ווייניגער, ווערט דער מעטאבאליזם שטאטער און עס איז שווערער צו פארלירן נאך א שטיק צייט. אזוי נארט מען איהם אפ אז מ'פאסט נישט. מ'עסט גלייך ביים אויפשטיין און מ'עסט זיך אן איין טאג א וואך, און אזוי קלערט ער נישט אז דו גייסט הונגערן.

עכ"פ, לאמיר זעהן וואס גייט פאסירן.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 6:34 pm
דורך אישתישבי
די תורות ארבעטען נישט.

מען פארלירט וואג ווען מען עסט ווייניג.

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:די תורות ארבעטען נישט.

מען פארלירט וואג ווען מען עסט ווייניג.

אזוי זאגסטו.
אנדערע פראפעסיאנאלן זענען מחולק מיט דיר. זיי האלטן אז עס ווענדט זיך "וואס" מען עסט, נישט וויפיל.

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 4:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז נישט נאר 'וואס' מ'עסט. אסאך זאכן גייען אריין אין דעם, הן פיזיש הן פסיכאלאגיש. עס איז נישט לייכט, די אלע לייכטע עצות זענען שקר. אבער דאס אז עס איז א סוגיא איז ברייט אויפגעוויזען.