בלאט 8 פון 16

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 9:25 pm
דורך מנחם
מאטי האט געשריבן:56 ווער ס'רירט דיך צו , איז ווי ער רירט צו מיין שווארץ אפעל.

זכריה

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 9:30 pm
דורך איך אויך
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:57. ויבן ''לו'' בית ,''ולמקנהו'' עשה סוכות.

ברך משה.

טאקע. פארצייל פאר דיין שכן מאטי פארוואס און ווען דער ב''מ האט עס געזאגט. ואגב כ'מיין עס איז פון זיינע בעסטע ווערטלעך.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 10:41 pm
דורך מאטי
עפעס חלומ'ט זיך מיר נו דערמאן מיר... אגב, 56 האט אויך דער ברך געזאגט ווען מ'האט געשלאגן משה גבאי'ן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 10:49 pm
דורך כוכב
58 פאר א זיסע זאך איז אלעמאל דא פלאץ.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 10:55 pm
דורך ונבנתה העיר
רווחא לבסומי שכיח.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:02 pm
דורך גימפל
שבת אחים האט געשריבן:54. באַוויין נישט די פאַרגאנגענהייט, חלום נישט פון די צוקונפט, אַנשטאָט קאָנצענטריר דער גייסט און דיין מוח אויף די פּרעזענט מאָמענט.

Do not dwell in the past, do not dream of the future, concentrate the mind on the present moment.

Buddha

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:18 am
דורך berlbalaguleh
גימפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:54. באַוויין נישט די פאַרגאנגענהייט, חלום נישט פון די צוקונפט, אַנשטאָט קאָנצענטריר דער גייסט און דיין מוח אויף די פּרעזענט מאָמענט.

Do not dwell in the past, do not dream of the future, concentrate the mind on the present moment.

Buddha

איך גלייך צו הערן און רעספעקטיר די מאמרים פון מער נארמאלע מענטשן ווי ווינסטאן טשוירטשיל, גענעראל מאנטגאמערי, וכו' ענדערש ווי די פון די גוי'אישע צדיקים ווי "בודהא", וועלכע זענען געווען היבש אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם, אדער אומסענסיטיוויטעט צו אידישע ליידן...!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:25 am
דורך נהורא נפישא
בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:27 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
גימפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:54. באַוויין נישט די פאַרגאנגענהייט, חלום נישט פון די צוקונפט, אַנשטאָט קאָנצענטריר דער גייסט און דיין מוח אויף די פּרעזענט מאָמענט.

Do not dwell in the past, do not dream of the future, concentrate the mind on the present moment.

Buddha

איך גלייך צו הערן און רעספעקטיר די מאמרים פון מער נארמאלע מענטשן ווי ווינסטאן טשוירטשיל, גענעראל מאנטגאמערי, וכו' ענדערש ווי די פון די גוי'אישע צדיקים ווי "בודהא", וועלכע זענען געווען היבש אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם, אדער אומסענסיטיוויטעט צו אידישע ליידן...!

נאר, (להבדיל אלף הבדלות) פון אבן עזרא, וועלכער איז געווען א סאך פריער ווי בודהא איז דא א מאמר ווי פאלגנד:
העבר אין...
העתיד עדיין...
וההווה כהרף עין...
א"כ דאגה מנין...!
בחדא מחתא...)מאכטע... :lol ) האמיר שוין יוצא געווען " שושנים פאעטרי אויך... :roll: :P

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:29 am
דורך נהורא נפישא
מיט וויפיל יאר איז די אבן עזרא געווען פריער ?

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:34 am
דורך גימפל
נהורא נפישא האט געשריבן:59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.


נייטרא רב ז"ל

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:34 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:37 am
דורך נהורא נפישא
גימפל האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.


נייטרא רב ז"ל

קען זיין, אבער מארק טוועין האט דאס אויך געזאגט.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:44 am
דורך למדן
60 An old saying which I just made up

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:07 am
דורך גימפל
@למדן אז מיט איין גוגל סיורטש קומט ארויף דער נאמען פון דעם מחבר, איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט ,שרייב עס איבער אין אידיש אדער און לשון קודש איז עס אינטערסאנט.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:24 am
דורך כוכב
61 דער רעגער האט פון זיך רעגן גארנישט נאר דאס רעגעריי זעלבסט.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:14 am
דורך הערשי
דאס ערשטע כלל אין העלפן איז מאך נישט קיין שאדן.
געקומען, געזען, איינגענומען.
דו אויך...?
דער אמת דארף מען זיך נישט איינחזרן.
אויב דו האלטס ווי רוב, טראכט זיך איבער.
לייג נישט אפ אויף מארגן דאס וואס מ'קען טון איבערמארגן.
אויב ווילסטו שיינען ווי די זון, ברען ווי די זון צום ערשט.
א געלונגענער דעבאטירער גרופירט צוויי סארט קעגנער אין איין קאטאגאריע.
^^קבל את האמת ממי שאמרו.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:57 am
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:61 דער רעגער האט פון זיך רעגן גארנישט נאר דאס רעגעריי זעלבסט.

רגזן לא עלתה לו אלא רגזנותיה. חז"ל.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
62/ דיין איינפלוס ציילט, נוץ עס!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:10 pm
דורך ונבנתה העיר
63. 'רעסעסיע' איז ווען דיין שכן פארלירט זיין דזשאב, 'דעפרעסיע' איז ווען דו פארלירסט דיין דזשאב, און 'ריקאווערי' איז ווען ... פארלירט זיין דזשאב.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:15 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:62/ דיין איינפלוס ציילט, נוץ עס!

באב גרענט, ז"ל. ראדיא פראגראם אנפיהרער, און שטארקער אוהב ישראל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:16 pm
דורך יין שרף
63- רבי הערי טרומען?

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:17 pm
דורך ונבנתה העיר
ניין, אבער נישט ווייט.