בלאט 8 פון 49

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:46 am
דורך שבת אחים
אַלבערט איינשטיין, זיין סעקרעטאַר און זיין טאָכטער נעמען די שבועה פון אמעריקאנער בירגערשאַפט נאכן עמיגרירן פון דייטשלאנד צו די פאַרייניגטע שטאַטן
בילד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:48 am
דורך אפטעמיסט
די בילדער קומען נישט אריין אין דעם אשכול, צדיק.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:03 am
דורך בר דעת
שלמה המלך האט געשריבן:
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
5210-934x.jpg

איך זעה דעם בילד פארשטיי איך שוין פארוואס ברוך גאלדשטיין האט דארט אריינגעשאסען בעצם יום הפורים!
איך ווייס נישט ווען איך זעה ווען אזא בילד באשיינפערליך מיט א רעוואלווער אין די האנט צי איך וואלט מיך געקענט איינהאלטען :שפעט:

ביסט א גרויליגער מסוכן'דיגער מענטש די דארפסט זאפארט טוישן דיין לעבן צו באקומען א טראפ שכל און געפיל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:19 am
דורך פלאוויוס
כ'וואלט אים גע'עצה'ט זיך צו איסלאמיזירן... :?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:12 pm
דורך פרייוויליג
זייער א אינטערסאנטער אשכול, דער בילד פונעם אלטן איד עלי הדרך צו א נעפל, איז די בילד פונעם אשכול!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 7:19 pm
דורך ונבנתה העיר
“Free at last! Free at last! Thank God Almighty, we are free at last!”

בילד

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 12:26 am
דורך לעיקוואד
זאג נאר ונבנתה, ביזט טאקע א ליובאוויטשער, האסט דען נישט עפעס אפשר שיינע בילדער פון סאטמער רבי? אפשר פון באבובער רבי? נאר פון ליובאוויטשער איז דא בילדער העכער פון אותיות?

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:08 am
דורך יאיר
דא האסטו לעיקוואוד:
בילד
בילד

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 9:15 am
דורך הוגה
ונבנתה העיר האט געשריבן:“Free at last! Free at last! Thank God Almighty, we are free at last!”

בילד


Are we??? :shock:


.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 6:31 pm
דורך ונבנתה העיר
מען דארף זיך נאר לאזן וואקסן א פאר שנאצען און מען איז גרייט צו הרג'ענען מיליאנען.

בילד

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 6:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
זיי זענען גערעכט! אפילו אלץ בעבי האט מען אים צוגעדעקט די שדים פיס.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 6:40 pm
דורך אחד העם
WoW!
אפאר בחנ'טע אויגען, צארטע הענטלעך, גלאטע הויט, נאיווער געזיכט, פאזעטיווע קינדערישע מחשבות...
אפאר יאר שפעטער...
אפאר בייזער אויגען, בלוטיגע הענט, געמיינע הויט, כעס'יג געזיכט נעגעטיווע רשעות'דיגע מחשבות...
כי זה כל האדם... תן דעתך שלא תקלקל את עולמי האט שוין גאט געזאגט פאר אדם'ן... די בילד ברענגט ארויס טיפע הרהורים און די נושא פון בחירה.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 7:35 pm
דורך אפטעמיסט
ימח שמו

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 7:44 pm
דורך אחד העם
אנשטאט האקען מיט די פיס ימח שמו, וואס גייט סייווי נישט צופיל אויפטוהן, נעם ארויס די חלק המוסר פון דעם פיגור, די טויטע וועלן נישט ווערן לעבעדיג, די לעבעדיגע דייטשען וועלן נישט איינעמען א מיתה משונה לכבוד דיינע קללות, ענדערש איז כדי צו זעהן און לערנען די לקח וואס אזא פערזאן ווי היטלר האט געלערנט פאר די וועלט, כמש"כ, דרכי האנוש ובחירותיו.
שוין לאמיך נישט פארדרייען דעם אשכול.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 9:59 pm
דורך יאיר
אחד העם האט געשריבן:WoW!
אפאר בחנ'טע אויגען, צארטע הענטלעך, גלאטע הויט, נאיווער געזיכט, פאזעטיווע קינדערישע מחשבות...
אפאר יאר שפעטער...
אפאר בייזער אויגען, בלוטיגע הענט, געמיינע הויט, כעס'יג געזיכט נעגעטיווע רשעות'דיגע מחשבות...
כי זה כל האדם... תן דעתך שלא תקלקל את עולמי האט שוין גאט געזאגט פאר אדם'ן... די בילד ברענגט ארויס טיפע הרהורים און די נושא פון בחירה.

זע א לענגערע שמועס דערוועגן דורך דעם פסיכאלאג זשעסי בערינג דא.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 1:32 am
דורך קינד_אן_קייט
יאיר האט געשריבן:זע א לענגערע שמועס דערוועגן דורך דעם פסיכאלאג זשעסי בערינג דא.

כ׳האב געליינט אמאל אן ענליכער שטיקל, אבער דארטן איז דער צושויער געווען דער דאקטאר וועמען פרוי קלארא רופט צו היילן דאס פיצל אדאלף אין וועמענ׳ס קערפער ס׳האט אויסגעשלאגן א מסוכן׳דיגער פיבער.

ע״פ חז״ל איז דאס א קלאסישער ״באשר הוא שם״, און לגמרי נישט קיין בחינה פון א בן סורר ומורה שנידון על שם סופו.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 1:35 am
דורך אחד העם
יאיר, א דאנק פאר די לינק.
הגם מיט זיין מסקנה בין איך לכאורה מחולק.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 6:17 am
דורך לעיקוואד
.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 7:24 am
דורך שמערל
א פינטל וואס איז העכער פון ווערטער...

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 8:49 am
דורך נקודת החבדית
"והלכו גוים לאורך" (לייבער דיי)
בילד

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 10:54 am
דורך Kool man
אחד העם האט געשריבן:אנשטאט האקען מיט די פיס ימח שמו, וואס גייט סייווי נישט צופיל אויפטוהן, נעם ארויס די חלק המוסר פון דעם פיגור, די טויטע וועלן נישט ווערן לעבעדיג, די לעבעדיגע דייטשען וועלן נישט איינעמען א מיתה משונה לכבוד דיינע קללות, ענדערש איז כדי צו זעהן און לערנען די לקח וואס אזא פערזאן ווי היטלר האט געלערנט פאר די וועלט, כמש"כ, דרכי האנוש ובחירותיו.
שוין לאמיך נישט פארדרייען דעם אשכול.


כ'מיין אויב וואלט דער ש-ד גע'הרג'עט דיינע זיידעס וואלסטו אויך געשימפט. ;)

אוקיי, לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול..

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 2:46 pm
דורך יידל
***תיתי לי פאר די אחראים ומנהלים וועלכע האבן תוך כדי דיבור מסדר געווען הצריך סידור ותשח"ח להם***

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 6:35 pm
דורך ונבנתה העיר
א יאזידי מיידל נאכ'ן אנטלויפן פון אייסיס.

בילד