בלאט 8 פון 17

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:39 am
דורך ווארט זאגער
געפילטע פיש האט געשריבן:


וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.[/quote]

פארוואס האט מען געהרגעט זמרי בן סלוא? פארוואס זענען ער ואונן ודור המבול געשטארבן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:39 am
דורך געפילטע פיש
ווארט זאגער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:


וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.


פארוואס האט מען געהרגעט זמרי בן סלוא? פארוואס זענען ער ואונן ודור המבול געשטארבן?


וַיֵּשֶׁב יִשְׂרָאֵל בַּשִּׁטִּים וַיָּחֶל הָעָם לִזְנוֹת אֶל בְּנוֹת מוֹאָב. ב וַתִּקְרֶאןָ לָעָם לְזִבְחֵי אֱלֹהֵיהֶן וַיֹּאכַל הָעָם וַיִּשְׁתַּחֲוּוּ לֵאלֹהֵיהֶן. ג וַיִּצָּמֶד יִשְׂרָאֵל לְבַעַל פְּעוֹר וַיִּחַר אַף יְהוָה בְּיִשְׂרָאֵל. ד וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה קַח אֶת כָּל רָאשֵׁי הָעָם וְהוֹקַע אוֹתָם לַיהוָה נֶגֶד הַשָּׁמֶשׁ וְיָשֹׁב חֲרוֹן אַף יְהוָה מִיִּשְׂרָאֵל. ה וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל שֹׁפְטֵי יִשְׂרָאֵל הִרְגוּ אִישׁ אֲנָשָׁיו הַנִּצְמָדִים לְבַעַל פְּעוֹר. ו וְהִנֵּה אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּא וַיַּקְרֵב אֶל אֶחָיו אֶת הַמִּדְיָנִית לְעֵינֵי מֹשֶׁה וּלְעֵינֵי כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְהֵמָּה בֹכִים פֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד. ז וַיַּרְא פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן וַיָּקָם מִתּוֹךְ הָעֵדָה וַיִּקַּח רֹמַח בְּיָדוֹ. ח וַיָּבֹא אַחַר אִישׁ יִשְׂרָאֵל אֶל הַקֻּבָּה וַיִּדְקֹר אֶת שְׁנֵיהֶם אֵת אִישׁ יִשְׂרָאֵל וְאֶת הָאִשָּׁה אֶל קֳבָתָהּ וַתֵּעָצַר הַמַּגֵּפָה מֵעַל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. ט וַיִּהְיוּ הַמֵּתִים בַּמַּגֵּפָה אַרְבָּעָה וְעֶשְׂרִים אָלֶף...

...

... טז וַיְדַבֵּר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. יז צָרוֹר אֶת הַמִּדְיָנִים וְהִכִּיתֶם אוֹתָם. יח כִּי צֹרְרִים הֵם לָכֶם בְּנִכְלֵיהֶם אֲשֶׁר נִכְּלוּ לָכֶם עַל דְּבַר פְּעוֹר וְעַל דְּבַר כָּזְבִּי בַת נְשִׂיא מִדְיָן אֲחֹתָם הַמֻּכָּה בְיוֹם הַמַּגֵּפָה עַל דְּבַר פְּעוֹר.

ער שטייט נישט וואס ער האט געטוהן, נאר רע בעיני ה', אונן שטייט כי וידע אונן כי לא לו יהיה הזרע והיה אם בא אל אשת אחיו ושחת ארצה לבלתי נתן זרע לאחיו י וירע בעיני ה'.

דור המבול מיין איך ביזט גערעכט, ס'איז געשען וועגן אידן האבן חתונה געהאט מיט גוים... סיריעסלי! א בפירושע פסוק, כי מלאה הארץ חמס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:08 pm
דורך שבת אחים
אפּגעליינט די גאנצע אשכול און איך בין געקומען צו די מסקנה

איינער וואס גלייבט וועט זיך אָנהענגן מיטן רמב״ם און די כוזרי און ער וועט שרייען משה אמת אפילו ס׳איז דא טויזענטער קשיות און סתירות ,

איינער וואס גלייבט נישט וועט נישט העלפן קיין שום פּעשעטלעך און ראשונים וואס די וואַרפסט דא צוזאַם נאר אויב דו וועסט ווירקליך ברענגען פּראָוף און אימפּיריקל עווידענס , און ס׳איז א שאָד די צייט ווייל דערווייל ברענגסטו אראפּ גאָר שוואכע ראיות פאר אמיתות התורה אז א נישט גלייבער זאל זיך צו טוהן מאכן פון דיינע ראיות

איין זייטיגע קשיא האב איך וואס האט מיך נאך געבאַדערט אלץ קינד, אויב זאגסטו אז אונז דארפן אָנעמען אז די תורה איז פון הימל ווייל מיליאנען מענטשען האבן עס געזעהן און ס׳איז מקובל איש מפּי איש וויאזוי קען זיין אז אפּאר טעג שפעטער ווען משה האט זיך נישט באוויזן אפּאר טעג זענען זיי געגאַנגען מאכן א עגל און געזאגט אלה אלוקי וכו׳ ??? ווען איך זעה ווען די אלע ניסים פון די מכות קריעת ים סוף און דערנאך מעמד הר סיני מיט די אלע קולות וואלט איך נישט געמאכט קיין עגל!!!, און נאך די אלע מעשיות וואס מ׳האט קלאר געזעהן אלע ניסים ווי למשל די ענני הכבוד מיט די מָן איז נאכגעקומען קורח ועדתו ????

און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:49 pm
דורך ווארט זאגער
שבת אחים האט געשריבן:איין זייטיגע קשיא האב איך וואס האט מיך נאך געבאַדערט אלץ קינד, אויב זאגסטו אז אונז דארפן אָנעמען אז די תורה איז פון הימל ווייל מיליאנען מענטשען האבן עס געזעהן און ס׳איז מקובל איש מפּי איש וויאזוי קען זיין אז אפּאר טעג שפעטער ווען משה האט זיך נישט באוויזן אפּאר טעג זענען זיי געגאַנגען מאכן א עגל און געזאגט אלה אלוקי וכו׳ ??? ווען איך זעה ווען די אלע ניסים פון די מכות קריעת ים סוף און דערנאך מעמד הר סיני מיט די אלע קולות וואלט איך נישט געמאכט קיין עגל!!!, און נאך די אלע מעשיות וואס מ׳האט קלאר געזעהן אלע ניסים ווי למשל די ענני הכבוד מיט די מָן איז נאכגעקומען קורח ועדתו ???
די ראשונים זענען מסביר אז די עגל איז געווען פאר אן אמצעי צווישען יודען און אייבערשטן אנשטאט משה רבינו.
און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??

ווען פונקטליך האבן זיך מענטשן אויסגעלערנט צו ליינען און שרייבן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:47 pm
דורך הוגה
[justify]די הוכחות וואס זענען געבויט אויף די יסודות פון מיליאנער עדות, און חזקה אין אדם מוריש שקר לבניו, איז זייער נישט מתקבל על הדעת פון רוב קלוגע מענטשן בימינו. מען זעהט היינט קלאר ווי מיטאס ווערן נתקבל און צואוואקסן זיך מיט שטארקע אימפעט און ביז גאר א קורצע צייט שווערן זיך מענטשן בדידי הוה עובדא.

מער ווי איינמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי א באקאנטע פארציילט א מעשה שהיה, א מופת חותך וואס זיי האבן אליינס מיטגעהאלטן. איך שטיי אויף די זייט און איך שטוין וויאזוי א מענטש קען אויפבאקן אזא מעשה בשעת וואס איך אליינס בין דארט געווען און איך ווייס אז לא היה ולא נברא. דער עולם גולם שטייט פארגאפט און קויפט אפ די מעשה, איינער אויף די זייט לייגט צו אז זיין פעטער איז אויך געשטאנען דערביי. שוין ע"פ שניים עדים יקום דבר. יעצט גייט דער עולם גולם און זיי פארציילן עס נאך, מאנכע אז זיי האבן עס געהערט פון צוויי יודען וואס זענען געווען דערביי. די אנדערע העלפט פארציילן איבער דער מעשה אזויפיל מאל ביז זיי אליינס גלייבן און פארציילן אז זיי זענען געווען דערביי.

בימי חורפי בין איך געווען א שטיקל אימפולסיוו ליגנער און איך האב אליינס געבאקען מעשיות. איך בין אויך געווען זייער פאפולער, און אז איך האב געזאגט אז איך האב עס געזעהן צוזאמען מיט יענקי, מוישי און זלמי האבן זיי באלד צוגעשאקלט מיט די קאפ. נאך דריי מאל שאקלן מיט די קאפ האבן זיי עס שוין אליינס געגלייבט. יעצט ווילסטו אז איך זאל גלייבן א unbelievable מעשה נאר אויף א סמך פון עדות?

נאך מיין זיידע איז אוועק האט א יעדע פון די קינדער און אייניקלעך אפגעשריבן זייערע זכרונות פון די זיידע און מ'האט ארויסגעגעבן א פראוועזארישע ביכל פאר די משפחה. איז געווען איין לעגענדע איבער די זיידע וואס האט זיך פאר לאנגע יארן געדרייט אין די משפחה. צוויי קינדער, איין שוועגערין און פיר אנדערע אייניקלעך האבן געשריבן ווי עס ליגט זיי אין די ביינער ווען יענע מעשה איז געשעהן און זיי זענען דארט געווען. לויט די זיבן גירסאות איז די מעשה געשעהן ערגעץ צווישן תשי"ט און תשמ"ט, אדער איז עס געווען אין א שניי שטורעם, אדער אין מיטן פון א געפערליכע heat wave, אדער גאר אין די טאג פון בדיקת חמץ. יש אומרים אז די זיידע האט דעמאלטס געדרייווט זיין אלטע ברוינע סטעישאן וואגאן, אדער זיין גרויע קאר אדער איז ער גאר געגאנגען צופיס. ס'מעגליך אז די זיידע האט ארויסגעוויזן דערביי זיין לא תגורו און ער האט געפלעקסט מוסקעלן, אדער קען זיין אז ער איז צוגעגאנגן צום ענין מיט זיין געווענטליכע מתינות והכנעה, ויש אומרים אז ער האט זיך בכלל אויסגעלאכט און זיך נישט ציטון געמאכט. און איך זאג, אילו ואילו דברי אלוהים חיים. דער עיקר איז אז ס'דא לעבעדיגע עדות און מ'פסקנט אז חזקה אין אדם מוריש שקר לבניו.

דאס איז ביי מעשה וואס האט נאר וואס פאסירט, און דו ווילסט רעדן פון א מעשה פון דריי טויזנט יאר צוריק? קאם אן!

ובנוגע דעם אין אדם מוריש שקר לבניו. ווער איז נישט מוריש שקר לבניהם? מ'נעמט די קינדער צום רבינ'ס הקפות ווייל מ'האלט אז עס איז גוט פאר קינדער צו טראכטן אז די רבי איז א צדיק. מ'נערט איין די קינדער אז מ'האט נישט קיין אינטערנעט, און אז מ'גנב'ט נישט פון דער רעגירונג. דארפסט נאך דוגמאות? עס איז א קלארע חזקה אז אדם מוריש שקר לבניו, ביג טיים!

יעצט זיי מסביר נאכאמאל די ראיות ברורות פון די כוזרי, ביטע.


.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
ר הוגה אפשר טיילט איר אונז מיט וואס האט אייך יא באוואויגן צי גלויבן אין תורה?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:01 pm
דורך מאטי
הוגה, בלויז אינעם קאנטעקסט פון דיין תגובה, ס'איז א שטיקל נפק''מ ווען מ'טראכט אויס א מעשה וואס האט נישט קיין אימפליקאציעס מיטן מציאות, ווי למשל א חלום, א ישועה, וכדומה, ווי אויפטראכטן א מעשה וואס די גאנצע וועלט האט מיט געהאלטן לייוו.

איך קען נישט איינרעדן טויזענטער מענטשן אז די ג'ורג וואשינגטאן בריק איז איינגעפאלן, אבער אז תהילים כולל האט פארשוואנגערט א צוקלאפטע בת ישראל, דאס יא.

וואס איז שייך דעם כוזרי; איך גלייב אז אין זיינע צייטן האבן אלע געגלייבט אין עפעס א רעליגיע, און דאס אז די אידישע האט מיליאנען עדות איז זיכער א פלוס קעגן די איבריגע רעליגיעס.

דער פראבלעם איז אבער, אז היינט מעסט זיך דאס נישט קעגן אנדערע רעליגיעס נאר קעגן אטעאיזם, אמפיריציזם וואס אויף דעם איז דעם כוזרי'ס הוכחות ווערטלאז.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:04 pm
דורך הוגה
מעכעלע, פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו גלייבסט אין שיטות אדער געוויסע מעשיות וואס דו גלייבסט.

מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:23 pm
דורך מאטי
איך ווייס אז טעארעטיש איז דא א וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן פאלשע היסטאריע, דאס איז אבער נישט מיין נקודה.

כ'וועל דיר געבן א משל; אויב דארף איך צוטרעפן וועלכע אינגל אין חדר האט געווינען דעם לעצטן געשלעג, וואלט איך געפיקט דאס אינגל וועלכע איז דער גרעסטע בעל כח. אבער אויב איז דא ספיקות אויב דאס געשלעג איז בכלל פארגעקומען, דאן איז די דעבאטע ווערטלאז.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
פון די אשכול האב איך ארויסגענימן א וויכטיגע נקודה וואס האט מיר געגעבן א קלארקייט אויף אסאך נידונים,
די וואס גלויבן צוליב מאטעמאטיש לאגישע הוכחות וואס זענען מוכיח פאר זיי אז השם אמת ותורתו אמת ביאנד עני ריעזענבל דאובט, ביי זיי איז די תורה איין שטיק אמת פאר זיך נישט קיין חילוק צו מען האט עס יא אדער נישט ליב, אלעס דארף מען בייגן צו די תורה די אייגענע געפילן מאראל וכו '
אבער די מענטשן וואס פאר זיי זענען די הוכחות נישט אזוי מאטעמעטיש פונקטליך אין עס שטעלט זיך נישט פאר זיי ווי אן אייזן וואנט, נאר זיי אנערקענען אין די תורה מחמת זייערע אינערליכע געפילן זייער 'אינטואישן', דהיינו די תורה איז אמת ווייל אזוי זאגט זייער שכל, די מענטשן האבן פראבלעמען מיט סתירות צווישן תורה און מאראל וכו', ווייל אויב די תורה איז נאר אמת ווייל מיין אינטואיציה זאגט אזוי, איז עס א פראבלעם ווען עס שטימט נישט מיט מיין אינטואיציה,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:59 pm
דורך געוואלדיג
שפתים ישק גערעכט 100 און פאר דעם אליינס פעלט זיך אויס צו מוכיח זיין אז תורה איז מן השמים און אז צוזאמען מיט דעם איז געגעבן געווארן תושבע"פ וואס אונז האבן במסורה.
איך ארבעט צו מאכן א עקסעטע אשכול אויף א) הוכחה למציאות הבורא, ב) תורה מן השמים, ג) תושבע"פ, ד) עפ"י המסורה בידינו, אי"ה בקרוב

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:05 pm
דורך מאטי
גראדעמעכעלע האט געשריבן:פון די אשכול האב איך ארויסגענימן א וויכטיגע נקודה וואס האט מיר געגעבן א קלארקייט אויף אסאך נידונים,
די וואס גלויבן צוליב מאטעמאטיש לאגישע הוכחות וואס זענען מוכיח פאר זיי אז השם אמת ותורתו אמת ביאנד עני ריעזענבל דאובט, ביי זיי איז די תורה איין שטיק אמת פאר זיך נישט קיין חילוק צו מען האט עס יא אדער נישט ליב, אלעס דארף מען בייגן צו די תורה די אייגענע געפילן מאראל וכו '
אבער די מענטשן וואס פאר זיי זענען די הוכחות נישט אזוי מאטעמעטיש פונקטליך אין עס שטעלט זיך נישט פאר זיי ווי אן אייזן וואנט, נאר זיי אנערקענען אין די תורה מחמת זייערע אינערליכע געפילן זייער 'אינטואישן', דהיינו די תורה איז אמת ווייל אזוי זאגט זייער שכל, די מענטשן האבן פראבלעמען מיט סתירות צווישן תורה און מאראל וכו', ווייל אויב די תורה איז נאר אמת ווייל מיין אינטואיציה זאגט אזוי, איז עס א פראבלעם ווען עס שטימט נישט מיט מיין אינטואיציה,

ס'איז מעגליך צו האבן אן אינטואיציה אז א געוויסע איידיע איז אמת הגם פארשידענע פרטים דערפון לייגט זיך נישט אויפן שכל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:09 pm
דורך מאטי
געוואלדיג האט געשריבן:שפתים ישק גערעכט 100 און פאר דעם אליינס פעלט זיך אויס צו מוכיח זיין אז תורה איז מן השמים און אז צוזאמען מיט דעם איז געגעבן געווארן תושבע"פ וואס אונז האבן במסורה.
איך ארבעט צו מאכן א עקסעטע אשכול אויף א) הוכחה למציאות הבורא, ב) תורה מן השמים, ג) תושבע"פ, ד) עפ"י המסורה בידינו, אי"ה בקרוב


דאס איז אמאהל זיכער 100%, אז אויב מ'איז מוכיח א זאך מיט אומקראנטע הוכחות, אז ס'ברענגט נישט קיין געוואונטשענע רעזולטאטן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:14 pm
דורך געוואלדיג
ריכטיג, אבער קראנט מיינט נישט אז מען קען מוכיח זיין פאר איינער וואס זיין מסקנא איז פון פארדעם אז מען קען דאס ניטש מוכיח זיין און פאר איינער וואס זיין שכל הישר ארבעט נישט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:16 pm
דורך מאטי
מיטן צווייטן פרעמיס בין איך מסכים, אבער פארוואס זאל דאס נישט ווירקן אויפן ערשטן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:05 pm
דורך ווארט זאגער
הוגה האט געשריבן:

מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

ביטע ביי יענע מעמד זיי אויך מסביר פארוואס איז נישט געווארען נאך אן עדותשאפט אין יענע פרימיטיווע צייטען חוץ פון מעמד הר סיני

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:פון די אשכול האב איך ארויסגענימן א וויכטיגע נקודה וואס האט מיר געגעבן א קלארקייט אויף אסאך נידונים,
די וואס גלויבן צוליב מאטעמאטיש לאגישע הוכחות וואס זענען מוכיח פאר זיי אז השם אמת ותורתו אמת ביאנד עני ריעזענבל דאובט, ביי זיי איז די תורה איין שטיק אמת פאר זיך נישט קיין חילוק צו מען האט עס יא אדער נישט ליב, אלעס דארף מען בייגן צו די תורה די אייגענע געפילן מאראל וכו '
אבער די מענטשן וואס פאר זיי זענען די הוכחות נישט אזוי מאטעמעטיש פונקטליך אין עס שטעלט זיך נישט פאר זיי ווי אן אייזן וואנט, נאר זיי אנערקענען אין די תורה מחמת זייערע אינערליכע געפילן זייער 'אינטואישן', דהיינו די תורה איז אמת ווייל אזוי זאגט זייער שכל, די מענטשן האבן פראבלעמען מיט סתירות צווישן תורה און מאראל וכו', ווייל אויב די תורה איז נאר אמת ווייל מיין אינטואיציה זאגט אזוי, איז עס א פראבלעם ווען עס שטימט נישט מיט מיין אינטואיציה,

ס'איז מעגליך צו האבן אן אינטואיציה אז א געוויסע איידיע איז אמת הגם פארשידענע פרטים דערפון לייגט זיך נישט אויפן שכל.


גערעכט, מיין נקודה איז אז אויב עס איז געבויעט אויף אינטואיציה קומט אריין אין חשבון אנדערע זאכן אויף וואס מען האט א אינטואיציה,
כוונתי איז נישט געווען צו מכריע זיין צו איין זייט אדער די צווייטע, איך האב נאר געוואלט אראפגעבען מיין אבזערוואציע בענין,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:29 pm
דורך הוגה
ווארט זאגער האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:

מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

ביטע ביי יענע מעמד זיי אויך מסביר פארוואס איז נישט געווארען נאך אן עדותשאפט אין יענע פרימיטיווע צייטען חוץ פון מעמד הר סיני


מסכים. בעזר השם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:03 pm
דורך געוואלדיג
פליז פאר מיין נייע אשכול, איך וויל ענטפערן אויף אלעס אין די אשכול וואס ווערט יעצט געמאכט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:39 pm
דורך הוגה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 9:05 pm
דורך געוואלדיג
האסט אבער נישט געגעבן א דוגמה פון אזא מין עדותשאפט חוץ פון מתן תורה

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:35 pm
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??


דו גלחים האבן טאקע געוואלט האלטן די פויערן in the darkאין זיי האבן אויסגעניצט די איגנערענץ פין די באפעלקערונג

ווידער די נותן התורה מיטיגיט אין איז מצווה צי לערנען אין וויסן - ולמדתם אותם את בניכם וכו, כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים

תורה איז אייביג געווען מונחת בקרן זוית און אפען צי די מעסעס
פאר דעם זענען אידען דעם עם הספר

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 6:46 pm
דורך הוגה
[justify]ליינענדיג דעם שבת דער הפטרה פון אליהו בהר הכרמל און די מופת פון די פייער וואס איז אראפגעקומען פון הימל צו צייגן כלל ישראל דעם אמת איבער השי"ת און להבדיל בעל. איך גלייב אז דער הפטורה איז שטארקע באווייז אקעגן צוויי פון די א.ג. שטארקע יסודות באמונה.
1) די כוזרי'ס ראיה איבער די אומגעבראכענע מסורה קייט פון מעמד הר סיני.
2) די רמב"נ'ס געדאנק אין פרשת בא אז גאט טוט נישט באווייזן אותות און מופתים סתם אזוי, נאר אין מצרים און ביי יציאת מצרים איז עס געווען אן איינמאליגע זאך, און צוליב דעם מאכן מיר אזוי פיל זכר ליציאת מצרים.

אויב איז די כוזרי'ס מסורה אזוי שטארק (אזויווי מאנכע שרייבן אין דער אשכול) דאן פארוואס האט אליהו געדארפט מאכן די אלע שטיק מיט די פייער? פארוואס האט ער נישט געקענט אויפווייזען דעם אמת מיט די כוזרי? פארוואס האט ער נישט אויפגעהויבן א חומש אדער א ספר תורה, אויפגעמישט צו פרשת יתרו און זיי געצייגט דעם פסוק פון לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני, דאס האבן ענקערע זיידעס מקבל געווען פארנט פון מיליאנער אנדערע מענטשן ביים בארג סיני, און מיר ווייסן דאס ווייל זיי האבן עס פארציילט פאר זייערע קינדער, אא"וו ביז היינט? איז נישט דער באווייז פון מסורה און אב אינו משקר א ראיה מוכרחת? גיי פרעג ביי עני קירוב וואלונטיר וועט ער דיר עס זאגן. און דאס איז געווען ס"ה געציילטע דורות אפגערוקט פון די מעמד הר סיני.

און בנוגע די מופת פון די פייער, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט? איז נישט געווען גענוג סתם צו דערמאנען דעם עולם איבער די געוואלדיגע אותות ומופתים וואס גאט האט געטון פאר אונזערע זיידעס אין מצרים? זעהט אויס אז נישט. איז דאך דער רמב"ן לכאורה נישט גערעכט.

ק"פ


.[/justify]