בלאט 8 פון 14

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 9:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט מודה געווען? איך האב נאכגעזאגט יענעמ׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 5:12 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט מודה געווען? איך האב נאכגעזאגט יענעמ׳ס.

מבין ריסי עיניך ניכרים שכן דעתך, בבחינת וגם אני מצטרף..
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הגם אז איך פערזענליך האב נישט קיין געשמאק אין די סארט ספרים, אבער די יסוד זיינער איז א טיפערע.

אישתישבי האט געשריבן:דאס האט מיט חסידות אזוי ווי דער פראק מיט דער ליטווישער.

איך בין נישט שולדיג אז דו ווייסט נישט די יסודות פון חסידות, and what triggered די בעש"ט צו מאכן זיין רעוואלוציע.

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 6:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בעש"ט האט געלאזט יעדעם גרעפסען וואס ער וויל אריינצוטייטשען די כוונה זיינער. געשריבען האט ער גארנישט, און דעריבער קען מען מזייף זיין א חרסונער גניזה, בויען א שיטה אויף א חלום און גלויבען מארטין בובער צו דער ריי"ץ פון ליובאוויטש, יעדער לויט זיין שמעק.

דיר געפעלט עס אז דאס איז חסידות, בסדר. זאל דיר געפעלען, אדער אויף עברית ׳שיבושם לך׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:58 am
דורך Gimpel
בעש"ט לא עשה רעוואלאציע

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:21 am
דורך אישתישבי
דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

אפילו אויב עס איז אמת, זעה איך אויך נישט קיין שייכות מיט ליטוואק בשם לעבאוויטש, אז מען ברויך זיך נישט רעכענען מיט דער קעסטעל וואס מען האט דיר אריין געשטעלט, און לערנען ווי אזוי עס ארבעט פאר דיר דער בעסטער.

ועל הכלל כולו יצא, אונז לעבען מיר און א שטארקע סדום בעטל מענטאליטי (כוכב?) און עס איז ביי אלע ענינים אין לעבן, און וואס מען קען טוהן מצליח צו זיין דורך א אייגענע יוניק מהלך איז א יסוד צו הצלחה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:26 am
דורך רביה''ק זי''ע
Gimpel האט געשריבן:בעש"ט לא עשה רעוואלאציע

קענסט עס רופן וויאזוי דו ווילסט, די עיקר אז דו פארשטייסט פון וואס מ'רעדט.

דרך אגב, דאס וואס די בעש"ט האט געטון רופט מען אין די אידישע שפראך 'א רעוואלוציע'. אבער דאס איז נאר א זייטיגע נקודה, און ס'נישט נוגע צום עצם שמועס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:16 pm
דורך Gimpel
אדמו"ר יותר טוב?

Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:17 pm
דורך נאך א מיינונג
איינער קען ברענגען א מקור לדבריו? ווי דארפען די אלע זאכען שטייען אינעווייניג? פון די שמעתי ממוריס אין תולדות זעט מען דאס נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:35 pm
דורך Gimpel
גאנץ תולדות האקט ער אויף די לומדים מען זעט אלא צרות קומען פין די לומדים

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:36 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.


היינט צו טאג איז נישט דא מער קיין רבנים ווייל עס איז נישטא קיין שטעט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:53 pm
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.

נאך א פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט חסידות האט נאך מער אויסגעריסן די כח פון די יחיד. אמאל האט א יחיד כאטש געקענט וועלן פאר א רב, ראה"ק וכדומה אבער איינמאל די רבי'ס זענען אינטשארזש גייט אלץ נאר מיט רוח הקודש

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 12:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נישט אינגאנצן פארשטאנען וואס דו ווילסט, אבער כ'על ספינען ווייטער אויף דיין מהלך.

אמאל, ווען איינער האט געוואלט האבן א דעה האט ער געמוזט צוקומען אז קהל זאל איהם אויסוועלן פאר א רב ראה"ק וכדומה. אבער איינמאל די רביס זענען אינטשארדש, דארף ער נאר איינרעדן אפאר מענטשן אז ער האט רוח הקודש, און ער איז סעט טו גאו.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 12:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:היינט צו טאג איז נישט דא מער קיין רבנים ווייל עס איז נישטא קיין שטעט.

די אלע היינטיגע שטעט פון וואס דו רעדסט, זענען צושטאנד געקומען שוין נאדעם וואס ס'שוין דא די רביס און די פארטייען. פוק חזי, ירושלים, איינע פון די איינציגסטע שטעט וואס האבן געהאט א רב וואס גייט נאך אן עד היום הזה. ווען האט זיך אנגעהויבן די צוזאמפאל פון די רבנות? ווען די רבילעך האבן זיך אנגעהויבן אנצורוקן. אבער די ביזט גערעכט אז אין די היינטיגע אפענע וועלט ווערט די קאנטראל פון די רביס אויך ווייניגער און ווייניגער.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 2:44 am
דורך Gimpel
אין ירושלים האט קיינער קיינמאל ניט געהאט קאנטראל

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 3:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב פאר דיר גרויסע נייעס. בריסקער רב (מהרי"ל דיסקין) און ר' שמואל סאלאנט האבן פיין געהאט קאנטראל.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 5:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי האבען דען צוזאמען געארבעט? און די קאנטראל וואס הרב שמואל סאלאנט האט געהאט איז דייקא צוליעב דעם אז ער האט פארגינט יעדער וואס איז אנגעקומען און אוועק געגעבען פון זיין קאנטראל. פון דער תורת חסד ביז צום קאלישער רב ועוד ועוד. דאס איז נישט די קאנטראל פון וואס מענטשען חלום׳ן היינט.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 8:50 am
דורך Gimpel
מי שידוע המעשה של מיכל פינס יודע כמה שליטה היה לרבי שמואל

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 8:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט אויפהערן דיפפ'ן ביטע?

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 8:58 am
דורך Gimpel
מה זה דיפפן

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 9:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שרייבען האלבע זאצען וואס שטימען מעגליך אין דיין קאפ, אבער נישט אין די קעפ פון די ליינערס. זאג וואס דו ווילסט, גענוי. וואס איז געווען מיט מיכל פינס און וואס נעמסטו ארויס דערפון?

נקרא ע"ש דער ניק דיפף וואס פלעגט שרייבען אזוי.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 10:05 am
דורך Gimpel
המעשה של מיכל פינס שהקנאים גרשוהו מירושלים ארוכה מאד פלא שאינך יודעו

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 11:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען עס יא, און דיין מסקנות זענען אומריכטיג. נאר וויבאלד דו ברענגסט נישט די מעשה כתיקונו, קען איך נישט רעאגירען. עפען אן אשכול, שרייב ארויס וואס דו מיינסט, און דארט וועל איך דיר ענטפערען.

דיינע האלבע זאצען זענען נאר א קאפוויי.