בלאט 8 פון 16

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט וואס איז א סקווערער שוחט א גרעסערע יר''ש ווי א צווייטען? ווייל ער טרוקענט זיך נישט אין מקוה? ווייל ער איז מער קרעציג ווי א צווייטען? ווען ער זעט אן עוולה ערגעץ איז ער מוחה נישט קוקענדיג אויף די תוצאות פאר זיך? צו ער פארמאכט זיין מויל ווייל אזוי האט דער רעבע געהעיסען?
ס'גייט ווייניגער אן דער חסידות פון סקווער ווי די פארדרייטע יוצרות. יר''ש מיינט קרעציגקייט. ת''ח מיינט ליקוטים. עבודת ה' מיינט פראגראמען. חסד מיינט ארגאניזאציעס. וכהנה שקרים על גבי שקרים וואס שפראצען טעגליך פונ'ם פארטייאישער וועלט.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:25 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט וואס איז א סקווערער שוחט א גרעסערע יר''ש ווי א צווייטען? ווייל ער טרוקענט זיך נישט אין מקוה? ווייל ער איז מער קרעציג ווי א צווייטען? ווען ער זעט אן עוולה ערגעץ איז ער מוחה נישט קוקענדיג אויף די תוצאות פאר זיך? צו ער פארמאכט זיין מויל ווייל אזוי האט דער רעבע געהעיסען?
ס'גייט ווייניגער אן דער חסידות פון סקווער ווי די פארדרייטע יוצרות. יר''ש מיינט קרעציגקייט. ת''ח מיינט ליקוטים. עבודת ה' מיינט פראגראמען. חסד מיינט ארגאניזאציעס. וכהנה שקרים על גבי שקרים וואס שפראצען טעגליך פונ'ם פארטייאישער וועלט.


העי העי

רואיג

צא ובדוק זיי זענען פשוטו כמשמעו מערער דחילי חטאין, כאפ א קוק

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זאל זיי פראבירען מיט אן עבירה? וויאזוי האסטו זיך איבערגעצייגט צו זייער יר''ש?

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און אז מ'רעדט שוין פון רואיגקייט.........

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:28 pm
דורך חאצקעל שניידער
כמיין סאיז ווייל זייער שווארצע פלעטיק גלעזער ווארפט אן א שרעק פאר ווער סקוקט זיי אן.

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיינסטו אז א צווייטער האט מורא פאר זיי, נישט וואס זיי האבען מורא פונ'ם אייביגען גאט?

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:48 pm
דורך חאצקעל שניידער
נו וראו כל עמי הארץ גו׳

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:20 am
דורך יאיר
חקרן, במח"כ קריכסטו סתם אויף גראדע ווענט. אויסער אויב דיין ציל איז פשוט צו געווינען א דעבאטע מיט מנשהן.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:29 am
דורך חקרן
חלילה. וואס האב איך פון געוואונען? - איך וויל באמת פארשטיין וואס סקווירא פארקויפט. איך מיין אז איך האב עס שוין ארויס, און דו וועסט באמערקן אז זינט מיין פאריגע תגובה האב איך זיך נישט אריינגעמישט. איך לאז די אלע חברה זיך אויסקריגן צווישן זיך.

פארשטייט זיך אז אויב וועט קומען איינער און אויפקלערן אז מיין מסקנה איז נישט ריכטיג, וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין דעם שמועס.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:53 am
דורך diff
גאלד האט געשריבן:גראדע ביינינז איז נעבעך דא א פארקערטע פראבלעם אז מאנכע ל"ע האלטן אז כדי צו זיין א סאטמארער חסיד מוז מען כופר זיין אין ר' אהרן והברך משה אנע דעם קען מען זיך נישט רופן קיין סאטמארע, זייער אסאך סאטמארע אידן זענען נעבעך געשלאגן מיט דעם איינרעדעניש

הייסט, די גוואלדטאטן ביי ענק קומט סתם פון שוואילטאג

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:32 am
דורך diff
ליטוואק דו זאגסט מעשה שהיה, אדער רשע היורד לחיים

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי ביטע מסביר. אויף וועלכע מעשה רעדסטו?

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:42 am
דורך diff
דער שחיטה

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:45 am
דורך [NAMELESS]
חקרן@ ווי איך האב באטאנט פון אנהייב אז איך פלאן דייקא נישט אריין צורעדן אין דעם גאנצן נושא פון חסידות .דרך . מהלך . שיטה. התנהגות וכו.
איך האב בלויז אפגעשריבן אנטקעגן דאס וואס עס איז געשטאנען אז תורה פארנעמט נישט קיין מקום דארט ,

אלנפאלס חקרן "עט סאם פוינט" האב איך באקומען א משוגע'נע קראש ( רוף נישט נחום ווייל איך וועל איבער דרייען די מעשה ..! אינז גלייב מיר מער די קינדער ...!) אויף דיין אייז קאלטע ליצי ... איך האב מיר געווארפן פאר געלעכטער שוין פון די ערשטע תגובה אנגעהויבן ,

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געשריבען א מעשה? איך האב געפרעגט ווי האסטו געזען אויסנאמליכע יר''ש אויף סקווערער שוחטים מער ווי אנדערע שוחטים? מ'האט דער שאלה נאך נישט גע'ענטפערט און איך בין שטארק חושד אז ס'האט מיט זאכען וואס האבען גארנישט מיט יר''ש, ענדליך צו די 'חומרא' פון נאר גייען תפילין פון א סופר וואס גייט נישט צו יא אין בחירות.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:37 pm
דורך חקרן
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:חקרן@ ווי איך האב באטאנט פון אנהייב אז איך פלאן דייקא נישט אריין צורעדן אין דעם גאנצן נושא פון חסידות .דרך . מהלך . שיטה. התנהגות וכו.
איך האב בלויז אפגעשריבן אנטקעגן דאס וואס עס איז געשטאנען אז תורה פארנעמט נישט קיין מקום דארט ,

אלנפאלס חקרן "עט סאם פוינט" האב איך באקומען א משוגע'נע קראש ( רוף נישט נחום ווייל איך וועל איבער דרייען די מעשה ..! אינז גלייב מיר מער די קינדער ...!) אויף דיין אייז קאלטע ליצי ... איך האב מיר געווארפן פאר געלעכטער שוין פון די ערשטע תגובה אנגעהויבן ,


יישר כח פאר דיינע דברי עידוד והבהרה. אלס בשר ודם האב איך ליב א קאמפלעמענט. איך וועל דיר נאר וואונטשן א ברכה, זעענדיג ווי דו שרייבסט:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ואסיים בבקשה דכשם שזכיתי וישבתי בסוכה של קאווע שטיבעל בעולם הזה כך אזכה לישב לעולם הבא ,

זעה איך דערפון אז דיין וואונטש, האפענונג און שטרעבן איז, צו קענען זיצן אויבן אין הימל און פארברענגען אין קאווע שטיבל, דאס זאל זיין דיין גן-עדן. באמת וואונטש איך דיר אסאך מער פון דעם, אבער אז דו ווילסט אזוי שטארק, וועל איך דיר צואוואונטשן אז ווען דו וועסט ארויפקומען דארט נאך לאנגע געזונטע יארן, זאל דארט אויך זיין עקסעס צו קאווע שטיבל און זאלסט קענען פיין פארברענגען (מאחורי הפרגוד דארפסטו אויך דארט?).

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:50 pm
דורך moshav zekeinim
חסידות סקווירא היא החסידות הכי טהורה והכי קרובה לדרך הבעל שם טוב

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באשטעטיגט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
היינט איז פארגעקומען א 'לקדש שם שמים' מארטש, אין די הייליגע גאסן פונעם סקווערן שטעטל, וואס די הויכפונקט איז געווען ביים גרייכן צום שוהל און דארט האט דער דיין הגאון הצדיק הרב אייזנבערגער אנגעצינדן דעם הדלקה, צו די ריין הייליגע געזאנגן פון די תינוקות של בית רבן, וואס האבן דערביי געפייערט דעם אש של קדושה וטהרה בזכות אדונינו בר יוחאי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:33 pm
דורך געוואלדיג
וועלעכע יאר האט מען אנגעהיובן די מנהג?
ביי דער פאריגע סקווירא רבי זצ"ל האט מען אויך אזוי געעטוהן אדער נישט? (איך זאמל פשוט וויסנשאפט).
א דאנק

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
וועלכע מנהג? פון א קבלה טובה?
מ'איז מקיים דעם טיהר את עיר טברי'ה עשה אותה נקי'.

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 4:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וויאזוי האט מען מקדש שם שמים געווען? מיט באלעמוטשען קינדער? דאס איז נישט קיין קבלה טובה, נישט קיין מנהג אונזערע און נישט קיין טריט אין עבודת ה'. נאר גענומען גוטע האלץ און פארברענט צו אש, ותו לא.
אז מ'זוכט א קבלה טובה זאל מען דאווענען וותיקין אדער אין בין אדם לחבירו, מחזק זיין די מאלעסטעישע''ן וויקטימ''ס אין דער פנת יקרת

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:37 pm
דורך בונדל
אנטשולדיגט מיר, ליטוואק, אבער דער מנהג פון פראווענען הדלקות מיט די תשב"ר איז איינגעפירט אין יעדע חדר. סקווירא איז נישט די ערשטע אנצוהייבן מיט דעם. אויב האט איר א פראבלעם דערמיט, דארפט איר מעורר זיין יעדן און נישט אנהייבן מיט סקווירא