בלאט 8 פון 9

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
כמעט יעדע טעיפ - מאמר איבער ציוניזם והמסתעף האט ליגענטס אין זיך.
ברענג אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן, איינער פון די 'איז די חוב טאקע אזוי קדוש' ארטיקלען, און די וועסט זען אז ס'וועט קוים פארבלייבן עפעס כזיתים פון זיין לחם עוני וואס ער פארקויפט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:37 pm
דורך גאנצל
די תגובה ווייזט א שוואכקייט

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:39 pm
דורך הבא ללמד
[tag]אדנירם[/tag] גראדע בין איך איינשטימיג מיט דיר אז דער טעללער האט אגענדע און וועט דרייען מיט דע היסטאריע ווי אזוי זיין ציהל טרייבט אים, אבער איך האלט אז דער איטשע מאיר איז גארנישט ווייניגער געוווען ווי אים און דיעם פרט.
איך מיין נישט דוקא איטשע מאיר נאר כמעט יעדער עסקן אין בעל דרשן ווי אזוי די וועסט אים ריפען טיען דע זעלבע זאך, פארדיעם קען איך נישט טראסטען דע אלע אזוי גרעפינע טיערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:40 pm
דורך [NAMELESS]
על טעם וריח...

ואעפ"כ, הסבר דבריך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:43 pm
דורך [NAMELESS]
הבא ללמד האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] גראדע בין איך איינשטימיג מיט דיר אז דער טעללער האט אגענדע און וועט דרייען מיט דע היסטאריע ווי אזוי זיין ציהל טרייבט אים, אבער איך האלט אז דער איטשע מאיר איז גארנישט ווייניגער געוווען ווי אים און דיעם פרט.
איך מיין נישט דוקא איטשע מאיר נאר כמעט יעדער עסקן אין בעל דרשן ווי אזוי די וועסט אים ריפען טיען דע זעלבע זאך, פארדיעם קען איך נישט טראסטען דע אלע אזוי גרעפינע טיערס

מצטרף לדבריך, כ'בין נאר מסייג אז צווישן די עסקנים וכו' איז ער נאך געווען די מערסטע מיושב'דיגע און חשובע פערזענליכקייטן, און האט אויפגעטון פאר אידישקייט מער פון אלע וואס האבן אים ארונטערגעריסן, וכנ"ל חוק השבת, חזיר, גיטין וקידושין, ועוד. ער האט למעשה אוועקגעשטעלט אידישקייט אויף אן אבנארמאלן פארנעם.

דאס מיינט נישט אז ער האט נישט געהאט אינטערעסן. דאס מיינט נאר אז אלעס דארף זיין חלק פונעם בילד, און די טענות פארפארציאנאל צו זיינע אויפטוען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:אנגעהויבן האט מען מיט א אשכול אויף א פריוואטער מגיד און שרייבער פון די קנאים, עס האלט שוין ביים פארשטיינערן אלע גדולי ליטא...... דער באן פארט דא א מחי'

מ'פארשטיינערט דא נישט אלע גדולי ליטא. מ'איז נאר נושא ונותן איבער איין פערזענליכקייט וועלכער איז געווען דער אפגאט אין די ליטווישע וועלט. און ער האטזיך געריסן מיט א יעדן איינעם אין עולם הישיבות און מיט די הויפט פיהרערס פון די חסיד'ישע וועלט. לויט ווי זיין אגענדא און פערזענליכער פרעסטיזש האט געשפיעלט בשעת מעשה. סאטמאר'ע רב, ר' יואל'יש האט קיינמאל פערזענליך נישט געזאגט אזעלכע געמיינע זאכן אויף דעם ערגסטן פון זיינע קעגנערס ווי הרב ש"ך האט געזאגט אויף גאנץ חסידות בכלל און חסידות חב"ד, בפרט. און ספעציעל זיין פרובירן מבטל זיין די גדלות בתורה ובמסי"נ פון הרב לאנדא זצ"ל...און צאפן דאס בלוט פון נאך אנדערע גדולים וטובים אין עולם הישיבות. וואס זענען מיר שולדיג אז זיינע פראפאגאנדע מענטשן האבן איהם געמאכט כחד מקמאי...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:00 pm
דורך הבא ללמד
אדנירם האט געשריבן:
הבא ללמד האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] גראדע בין איך איינשטימיג מיט דיר אז דער טעללער האט אגענדע און וועט דרייען מיט דע היסטאריע ווי אזוי זיין ציהל טרייבט אים, אבער איך האלט אז דער איטשע מאיר איז גארנישט ווייניגער געוווען ווי אים און דיעם פרט.
איך מיין נישט דוקא איטשע מאיר נאר כמעט יעדער עסקן אין בעל דרשן ווי אזוי די וועסט אים ריפען טיען דע זעלבע זאך, פארדיעם קען איך נישט טראסטען דע אלע אזוי גרעפינע טיערס

מצטרף לדבריך, כ'בין נאר מסייג אז צווישן די עסקנים וכו' איז ער נאך געווען די מערסטע מיושב'דיגע און חשובע פערזענליכקייטן, און האט אויפגעטון פאר אידישקייט מער פון אלע וואס האבן אים ארונטערגעריסן, וכנ"ל חוק השבת, חזיר, גיטין וקידושין, ועוד. ער האט למעשה אוועקגעשטעלט אידישקייט אויף אן אבנארמאלן פארנעם.

דאס מיינט נישט אז ער האט נישט געהאט אינטערעסן. דאס מיינט נאר אז אלעס דארף זיין חלק פונעם בילד, און די טענות פארפארציאנאל צו זיינע אויפטוען.


בקיצור און אנדערע ווערטער אז ש"ש טעלער וואלט געבוירען אין גער וואלט ער סאך ערגערע זאכען געטיען פאר דע פארטייאישע אינטערעסען ווי איטשע מאיר

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:48 pm
דורך קפה נמס
@גאנצל
איינער וואס רוב דבריו איז געשטעלט צו פארהוילן און פארדרייען די אמת, פעלט נישט אויס צו ברענגען איינציגע משלים.

ווען דו וואלסט געקענט די מציאות פון דער נאנט, און וואלסט געהערט ווי ער שילדערט פאר די בחורים מוצ"ש ווער רב שטיינמן איז וואלסטו געבראכן פאר עקל.

ער שטייגט איבער לדעתי אלע מזייפים, ווייל לויט די מאס ידיעות וואס ער האט, מוז זיין אז ער ווייסט דעם אמת, און איז במזיד מסלף.

נעם א משל די אויבנדערמאנטע מאמר ווי ער טרעפט אויס אז אלע גדולים זענען געווען עטוואס איינשטימיג מיט'ן רבי'ן. ווי ער לאזט אויס אלע קלארע עדות'ן פון אלע וואס האבן זיך טעגליך געדרייט פאר יארן לאנג ארום די גדולים און ער כאפט זיך ארויף אויף צוויפלהאפטיגע מימרות מיט שוואכע מקורות. דארפסט מער פון דעם ??

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:41 pm
דורך איך אויך
ווי איך האב שוין געשריבן ,קען מען שרייבן טעג און וואכן איז נישט ענדיגן מיט דעם יונגאטש צובראכענעם טעלער'ל זיופים אבער גאנצל-לעפל איך וועל ענק שפארן די ארבייט ווייל עס וועט אייך לייכטער זיין צו טרעפן די געציילטע אמת'ע ווערטער אין זיינע שרייבונגען/טעיפס ווי נאכגיין זיין אומצאליגע ליגענטס און זיופים כחול הים.

ווי איינער האט שוון אנגעמערקט ,וואלט מען נאך אסאך פון דעם געקענט מסביר זיין לויט די קראנקע ראציאנאל פון א סאטמארע אבער דער אופן ווי דער בזוי האט אראפגעלייגט דעם גאון וצדיק (לעפעלע איך מעג?) דער טשעבינער רב זצ''ל כאחד הריקים א פאלנער מזרחיסט ביז דער רבי ז''ל האט עם איבערגעצייגט לחזור למוטב... האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם אפילו פון א ס''ח פערספעקטיוו. אבער דער סיבה פארוואס ער האט דאס געטוהן איז ידוע לכל ואין צורך לטחון מים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:55 pm
דורך איש את רעהו
קאך_לעפל האט געשריבן:לדעתי איז דאס די מערסט שאנד-פולע אשכול וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטובל, ווי מאנכע ראץ-פעסער האבן גענומען א יונגערמאן א תלמוד חכם מבהק, א בעל מידות, א ידען נפלא, אן היסטראריקער, און אים אראפגעריסען מיט האס כאחד הריקים, בלויז ווייל ער פארקויפט נישט פארן ציבור איטשע מאיר לעווינס תורות לאקשאן.

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו, ער האט מיט זיין פאסקוצווע שטיקעס אריין געשלעפט די אגודה אין כנסת המינים, בלויז אז ער זאל קענן זיצן אין די קוליציע בן בן גוריון ימ''ש, און דינען אלס שר הדתות אין דער ממשלת הכופרים. (נטאמאל צולוב געלט ווייל בן גורין ימ''ש וחביריו זענען געווען אנטיסעמיטן, זיי האבן פיינט געהאט דתים, נאך מער ווי די נאציס האבן פיינט געהאט די אידן, זיי האבן נישט געגבן קיין פריטה פאר זאכן וואס עס האט צו טאן מיט אידישקייט, די רבנים זענען אים בלויז גוט געווען צו שיקן בריוו'ן פאר די ארגענטינא רעגירונג אז זיי זאלן נישט פארדרייען קיין קאפ מיטן ציריק בעטן אייכמאנען ימ'ש)

און ווייל הגאון הצדיק רבי שש'ט שליט''א דעקט דאס אויף, ריפט ער ארויס דער צארן פון די "וואנע בי ציונים" און מען רייסט אים אראפ כאחד הריקים...... סארא חרפה.....

!!!

!!!!


!!!

על קצה המזלג ברענגסטו ארויס אביסל דאס ווייטיג און פיין וואס די חברה דא ליידן ווען זיי הערן איימיצער איז מגלה דעם שקרדיגער שלייער פינעם ציונות מיט זייער פרומע בעקיטשע וואס די אגודה און מסרחי קליידעט איר אן

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:03 pm
דורך קאך_לעפל
אגב רבינו הקוה'ט זי''ע האט געהאט אן אומהויערע הערצה צום טשעבינער רב זי''ע, דער טשיבינער רב איז געווען דער מסדר קדישין ביי רבינו הקוה''ט זי''ע בזו''ש, די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין תרצ''ו, דער טשערבינער רב זי''ע איז געוען א גאון וצדיק וואס מען קען גאר נישט געפונען היינט, און אזוי איז אנגענומען אין סאטמאר. ער האט געלערענט בחברותא מיטן לוחם מלחמות השם רבי עמרם בלוי זי''ע, און זינט די פרשה פון די בחירות האט רבי עמרם נישט געוואלט מער איבערטרעטן דעם שוועל פון טעשרבינער רב'ס הויז, און דער הייליגער צדיק האט דאס פארשטאנען, ער האט אבער נישט געקענט ביישטיין דער טעראר פינעם רשע וזייפן איטשע מאיר שר''י.

איי די בחירות? די אלע וואס ווייסן וואס פאר א רשע און זייפן איטשע מאיר לעווין איז געווען האבן גארנישט קיין קשיה, איטשע מאיר וואלט געקענט ארויס שלעפן א תשובה פון טשעבינער רב זי''ע אז מען מעג עסן חזיר, אזא רשע איז ער געווען.

ווען רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען אין מארינבאד, אינאיינעם מיטן הייליגען אמרי אמת זי''ע, האט ער זיך גאר שטארק מתווכח געווען מיט אים בנוגע דער אגודה, דער אמרי אמת זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיינעם אז אין פוילן מיז מען זיך אנשליסען אין די אגידה, האט רבינו הקוה''ט זי''ע אים געזאגט אז אין אונגארן זענען אלע גדולי ישראל קעגן די אגידה, און מיט וואס פאר א רעכט האט די אגידה אריין צו קומען אין אונגארן? דער היליגער אמרי אמת האט זיך פאר וויילע פארטראכט, און ער האט געגבען גערעכט פארן רבי'ן זי''ע, אז אין אונגארן האט די אגידת ישראל גארנישט פארלוירן, האט דער רבי זי'ע געבעטן אז ער זאל אים עס געבן בכתב, דער הייליגער אמרי אמת האט טאקע מסכים געווען, און ער האט אפגעשריבען א בריוו אז די אגידה האט נישט קיין רעכט, אריין צושטעלן אירע פוס אין א שטעטל ווי דער מרא דאתרא איז דערגעגען.

עס גייט אריבער א פאר וואכן אין רבינו הקוה''ט זי''ע ערהאלט א בריוו פינעם שקרן וזייפן איטשע מאיר, אז היות ער האט ארויסדערווישט א בריוו פינעם שווער דעם הייליגען אמרי אמת זי''ע בנוגע די אגידה, זאל ער שוין ציריק שיקן דעם בריוו, דער רבי זי''ע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט... רבי פייוויש דער גבאי האט געבעטן דעם רבי'ן זי''ע אז ער זאל זיך כאטש וויסענדיג מאכן, ווייל דער זייפן און שייגאץ איטש מאיר איז געווען גאר א מאכטפולער פארשוין אין פוילן, אבער דער רבי זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט, און בשו''א נישט געוואלט אפי' ציריק שרייבען קיין איין ווארט, דער רבי זי''ע האט געטענה'עט, אז אויב דער רשע איטשע מאיר זאל נאר האבן זיין לעדערהעד, וועט ער שוין צולייגען זאכן מדעת עצמו... און ער האט בשאו''א נישט געוואלט אז דער רשע זאל האבן דער געלעגענהייט. עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא.... ווען ער האט געזאגט אז עס איז נאכט האבן צוויי כשרע עדות געמיזט ארויסגיין קוקן צו עס איז טאקע נאכט.... ער האט געקענט מיט זיין פויליש טרייפע פיסק מטהר זיין א שרץ מיט ק''ן טעמים. ער האט איינגעפאקט קוק'ן אלף פעמים.... אזא זייפן און שקרן איז נישט געווען זינט שבתי צבי ימ''ש.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:09 pm
דורך איך אויך
שוין ווייטער גייסטו אין טעלער'ס וועגן און דו שרייבסט דריי ווערטער אמת און צוגעבויט א זייפן-בלאז געביידע פון הוידל בוידל. אפשר ווייסטו פארוואס דער בעלזער רב ז''ל האט עס גערופען איטשע מאיר'ס אגודה? פאר מער ליין דורך דעם ספר פאר משה (אורטנער).

אדנירם האט געשריבן:כ'האף אז דו פארטרעטסט נישט סאטמאר אין קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:10 pm
דורך קאך_לעפל
איך אויך האט געשריבן:שוין ווייטער גייסטו אין טעלער'ס וועגן און דו שרייבסט דריי ווערטער אמת און צוגעבויט א זייפן-בלאז געביידע פון הוידל בוידל. אפשר ווייסטו פארוואס דער בעלזער רב ז''ל האט עס גערופען איטשע מאיר'ס אגודה? פאר מער ליין דורך דעם ספר פאר משה (אורטנער).


איך האב געליינט במחיצתם פון ח''כ אברהם ראוויץ איז דאס גענוג פאר דיר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:11 pm
דורך איש את רעהו
נעעעע אן אגודיסט א זייפן ?? חלילה נאר די קנאים מעג מען באשמוצען

מען האט דען איינגענארט די בעלזע רב און נאך גרויסע?? עעע סקעניש זיין

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:16 pm
דורך קאך_לעפל
די גרעסטע לוחמים קעגן די אגידה זענען געווען די בעלזא חסידים, סאטמר האט זיך נישט געוואגט צו ארויסגיין אזוי שארף קעגן די אגודה ווי בעלזא, אבער דער כיטרער רשע איטשע מאיר האט באוויזען צו לייגן זיין טמאנעם האנט אויפן הייליגן בעלזער רב זי''ע דער קדוש ישראל, וואס האט פארטינקעלט דער זון מיט זיין גרויס קדישה וצדקות.... ועל זה דוה לבינו........ ווי דער הייליגער בעלזער חסידות איז אריין געפאלן אינעם שמאלץ טאפ פין מינות ואפיקורסות רח''ל אלעס א דאנק דעם פוילישען זייפן איטשע מאיר ........

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:19 pm
דורך איש את רעהו
אן אמתער חסיד פינעם מלאך אלוקים און קדוש ד' די צדיק פון בעלז דארף באוויינען וואס די אגודה האט נעבעך געמאכט פאר דעם איש קדוש

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:28 pm
דורך איך אויך
נעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:32 pm
דורך קאך_לעפל
איך אויך האט געשריבן:נעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.


אמן, ואמן והמתברך יתברך בכפלי כפליים, וכל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר נענה תחילה, וליל טוב. ויה''ר שנזכה לקבל את התורה באהבה וביראה, בחדוותא עילאה, אמן ואמן

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
דער שטירמער-קאך לעפל האט געשריבן:אגב רבינו הקוה'ט זי''ע האט געהאט אן אומהויערע הערצה צום טשעבינער רב זי''ע, דער טשיבינער רב איז געווען דער מסדר קדישין ביי רבינו הקוה''ט זי''ע בזו''ש, די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין תרצ''ו, דער טשערבינער רב זי''ע איז געוען א גאון וצדיק וואס מען קען גאר נישט געפונען היינט, און אזוי איז אנגענומען אין סאטמאר. ער האט געלערענט בחברותא מיטן לוחם מלחמות השם רבי עמרם בלוי זי''ע, און זינט די פרשה פון די בחירות האט רבי עמרם נישט געוואלט מער איבערטרעטן דעם שוועל פון טעשרבינער רב'ס הויז, און דער הייליגער צדיק האט דאס פארשטאנען, ער האט אבער נישט געקענט ביישטיין דער טעראר פינעם רשע וזייפן איטשע מאיר שר''י.

איי די בחירות? די אלע וואס ווייסן וואס פאר א רשע און זייפן איטשע מאיר לעווין איז געווען האבן גארנישט קיין קשיה, איטשע מאיר וואלט געקענט ארויס שלעפן א תשובה פון טשעבינער רב זי''ע אז מען מעג עסן חזיר, אזא רשע איז ער געווען.

ווען רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען אין מארינבאד, אינאיינעם מיטן הייליגען אמרי אמת זי''ע, האט ער זיך גאר שטארק מתווכח געווען מיט אים בנוגע דער אגודה, דער אמרי אמת זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיינעם אז אין פוילן מיז מען זיך אנשליסען אין די אגידה, האט רבינו הקוה''ט זי''ע אים געזאגט אז אין אונגארן זענען אלע גדולי ישראל קעגן די אגידה, און מיט וואס פאר א רעכט האט די אגידה אריין צו קומען אין אונגארן? דער היליגער אמרי אמת האט זיך פאר וויילע פארטראכט, און ער האט געגבען גערעכט פארן רבי'ן זי''ע, אז אין אונגארן האט די אגידת ישראל גארנישט פארלוירן, האט דער רבי זי'ע געבעטן אז ער זאל אים עס געבן בכתב, דער הייליגער אמרי אמת האט טאקע מסכים געווען, און ער האט אפגעשריבען א בריוו אז די אגידה האט נישט קיין רעכט, אריין צושטעלן אירע פוס אין א שטעטל ווי דער מרא דאתרא איז דערגעגען.

עס גייט אריבער א פאר וואכן אין רבינו הקוה''ט זי''ע ערהאלט א בריוו פינעם שקרן וזייפן איטשע מאיר, אז היות ער האט ארויסדערווישט א בריוו פינעם שווער דעם הייליגען אמרי אמת זי''ע בנוגע די אגידה, זאל ער שוין ציריק שיקן דעם בריוו, דער רבי זי''ע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט... רבי פייוויש דער גבאי האט געבעטן דעם רבי'ן זי''ע אז ער זאל זיך כאטש וויסענדיג מאכן, ווייל דער זייפן און שייגאץ איטש מאיר איז געווען גאר א מאכטפולער פארשוין אין פוילן, אבער דער רבי זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט, און בשו''א נישט געוואלט אפי' ציריק שרייבען קיין איין ווארט, דער רבי זי''ע האט געטענה'עט, אז אויב דער רשע איטשע מאיר זאל נאר האבן זיין לעדערהעד, וועט ער שוין צולייגען זאכן מדעת עצמו... און ער האט בשאו''א נישט געוואלט אז דער רשע זאל האבן דער געלעגענהייט. עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא.... ווען ער האט געזאגט אז עס איז נאכט האבן צוויי כשרע עדות געמיזט ארויסגיין קוקן צו עס איז טאקע נאכט.... ער האט געקענט מיט זיין פויליש טרייפע פיסק מטהר זיין א שרץ מיט ק''ן טעמים. ער האט איינגעפאקט קוק'ן אלף פעמים.... אזא זייפן און שקרן איז נישט געווען זינט שבתי צבי ימ''ש.....

=============
אויסצוג פון דער שטירמער יארע 2015.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:40 pm
דורך קאך_לעפל
ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!

ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געווען מיט אוממענטשן? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! מיט אומערצויגענע חיות וואס שרייבן שר"י אויף רי"מ לוין און הגה"צ אויף שש"ט, האב איך מיך נישט מתווכח געווען!


#שטירמער יארע 2015 אלערט.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:33 am
דורך קפה נמס
קאך_לעפל האט געשריבן:עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא......

דיין תגובה איז נישט ווערד קיין התייחסות. אבער די אויבנדערמאנטע מימרא פון בעלזער רב ז"ל איז א טיפיקעל דוגמא פון די סילופים וכזבים הנזכרים לעיל..

עס איז געווען צוויי רשימות וואס זענען געלאפן ביי די בחירות באותו זמן מיט די נאמען אגודת ישראל. בעלזער רב זצ"ל האט מראה מקום געווען אז מ'זאל וועלן פאר איטשע מאיר'ס אגודה, מען זאל זיך נישט טועה זיין מיט פועלי אגודת ישראל.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:53 am
דורך קאך_לעפל
נישטא ווער עס זאל לאכען.......