בלאט 8 פון 8
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 12:22 am
דורך שאולדיספריםפאקער
קען איינער מסביר זיין פארוואס מען שפענדעוועט אוועק אזויפיל געלט צו ראטעווען די לעבן פון דעים דעיוויד סוויעט
מען האט אים געפירט מיט א טשאפער צו איינע פון די בעסטע טראומא סענטערס טייערסטע דאקטוירים טריטען אים
אויף וועמענס חשבון
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:05 am
דורך קאצקע ציקער
וואס ווילסטו פון עים ער האט זיך נעבעח צאמגעליטן די לעצטע פאר וואכן נישט עסן נישט טרינקן נישט שלאפן ... באלד שליידערט מען עים אריין נאכאמאל און א לאך פארגין עם עס

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:30 am
דורך רויטע וואנצעס
דעוויד סוועט איז נישט געווען באוואפענט, פארוואס האט מען אים געשאסן צוויי מאל אין בויך?
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:36 am
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דעוויד סוועט איז נישט געווען באוואפענט, פארוואס האט מען אים געשאסן צוויי מאל אין בויך?
די אפיציעלע ליניע פון די פאליציי איז ווייל ער האט אנגעפאנגען צו אנטלויפן, האט מען אים געדארפט שיסן,
אכ״פ די שאלה איז נישט פארוואס, די שאלה איז פארוואס אין בויך,
מען וואלט אים געקענט שיסן ביי די פוס ער זאל נישט קענען אנטלויפן.
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:41 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'פארשטיי ער איז א מטורף, אבער וויאזוי קען מען אים שיסן פון אינטען פאר'ן אנטלויפן?
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 12:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
Former prison escapee David Sweat is talking to authorities, a source close to the investigation tells CNN. Sweat, who was recaptured Sunday after three weeks on the run, has told authorities the original plan was for prison employee Joyce Mitchell to pick him and fellow inmate Richard Matt up and head to Mexico. According to the source, when Mitchell didn't show up, Sweat and Matt had to improvise. The two were together until five days ago, when Sweat decided to leave Matt because he was slowing him down, the source added.
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 12:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
צייטונג אין פלאטסבורג נ.י.

- CIqfMrqWIAEc3jk.jpg (133.85 KiB) געזען געווארן 2373 מאל
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 2:25 pm
דורך שמעון וואלף
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין פארוואס מען שפענדעוועט אוועק אזויפיל געלט צו ראטעווען די לעבן פון דעים דעיוויד סוויעט
מען האט אים געפירט מיט א טשאפער צו איינע פון די בעסטע טראומא סענטערס טייערסטע דאקטוירים טריטען אים
אויף וועמענס חשבון
מ'וויל באקומען פון אים אינפארמעישן ווער עס האט זיי געהאלפן
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 6:00 pm
דורך קאמענטירער
איך ווייס אז מגייט לאכען פון מיר אבער איך וועל עס דאך דערציילען: פארגאנגענע וואך מיטוואך בין איך געווען אויף די טרעין פון מאנהעטאן, געווענליך קוק איל נישט אויף די מיטרייזענדע איינס ווייל סברענגט נישט קיין יראת שמים, און אזוי אויך נערווירט עס זייער, אבער סאיז געווען אזוי האלב ליידיג, הייב איך אויף מיינע אויגען און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך דער פאברעכער דעוויד סיועט זיצט קעגנאיבער מיר מיט אזעלכע גרויסע העדפאונס
עה האלטס מיר נישט פאר אזא נער, אבער דאך כבין נישט פון די מענטשען וואס האלטען מיט די נייעסער מיט יעדע דעטאל, און כהאב געהערט פאברעכער, אנטלאפען פון א ניו יארקער תפיסה, מזוכט אים שוין פאר צוויי וואכען, און כהאב שוין א בליק געטאן אין די בילדער פון די ארעסטאנטען, און יענער האט אויסגעקוקט גאנץ ענליך צו די בילד פון די א.ד. דעוויד סיועט, האט זיך פארמירט אזא פאזעל אין מיין מידע האלב פארשלאפענע קאפ אז דער גוי דארט (קוק נישט אהין ער וועט דיר נאך חושד זיין אז דו ווייסט ווער ער איז) איז אונזער אנטלאפענער קרימענאל און ער מיינט אז מיטען אנשטעלן אזא רואיגער פנים וועט אים קיינער נישט באמערקען, און דערווייל איז די פאליציי נאך אים און מגייט אים קייטלען ביי די נעקסטע סטאנציע, און ער גייט זיך נישט לאזען, און ער וועט.... און איך דארף נאך אהיימקומען צו מיין ווייב פאר סאפער...
מיט א באכעדיגע הארץ האב איך קוים געווארט אז מזאל אנקומען צום קומענדיגע סטאנציע כהאב מיר מיט א רואיגקייט אויפגעשטעלט און ארויסגעגאנגען ווארטען אויפען קומענדיגע באן, און די דראמע האט זיך פארענדיגט ביי מיר,
כבין נאר נייגעריק: וואס וואלט איר געטון אין אזא פאהל אין איר האט א חשש אז יענער וועמען איר זעט איז א געזוכטער פאברעכער, וואלט איר גערופען די פאליציי מיטיילען אייערע חששות? כבין כמעט זיכער אז נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 6:05 pm
דורך ראש הישיבה
איך וואלט זיך אויפגעוועקט פון חלום!!

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 11:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'פארשטיי ער איז א מטורף, אבער וויאזוי קען מען אים שיסן פון אינטען פאר'ן אנטלויפן?
דא איז די תשובה:
http://www.vosizneias.com/207821/2015/0 ... d-escapee/
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 11:45 pm
דורך ירח בן יומו
עמער געדענקן צו דערמאנען פאר אמעריקא נעקסטע מאל אין ארץ ישראל שיסט מען אן אראבער "אז אויב מ'שיסט איינעם וואס קען זיין א סכנה פאר די ציבור איז דא ריכטיג".
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:41 pm
דורך וכדומה..
David sweat איז שוין אין א בעסערע צושטאנד, ער האט זיך גענומען רעדן אין גרויסן צו די אינוועסטיגעיטערס.
דערווייל זענען שוין 12 איינגעשטעלטע פונעם תפיסה צייטווייליג סוספענדירט.
http://www.nbcnews.com/storyline/new-yo ... pe-n384456
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:עמער געדענקן צו דערמאנען פאר אמעריקא נעקסטע מאל אין ארץ ישראל שיסט מען אן אראבער "אז אויב מ'שיסט איינעם וואס קען זיין א סכנה פאר די ציבור איז דא ריכטיג".
אבער ווען ס'געשעט אין מדינת ישראל ביי די טמא'נע ציונים, איז עס אויטאמאטיש התגרות באומות...!
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:06 pm
דורך berlbalaguleh
איך האף אז די סטעיט רעגירונג האט געשטעלט די ריכטיגע שמירה אין האספיטאל. ווייל ווען מר. סוועט וועט שוין אי"ה קומען צו די כוחות, קען ער נאכאמאל מאכן א ויברח...!
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 10:57 pm
דורך petergrifin
David Sweat איז צוריק אין תפיסה דאסמאל אין א טורמע 250 מײל פון װאנעט ער׳ז אנטלאפן. ער זיצט אין
א צעל 23 שעה א טאג און איז אויף סועסײד װאטש.
http://www.reuters.com/article/2015/07/ ... L120150705