בלאט 8 פון 9

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 7:53 pm
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:און נישט אויף א אלטע ביכל וואס מ׳ווייסט נישט פונקטליך ווער עס האט עס געשריבן ביזן היינטיגע טאג,


דו מיינסט מיט דעם די תורה?

Re: הפצת אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 10:02 pm
דורך ירא שמים
יא דאס מיינט ער !!!

Re: הפצת אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 10:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'קען טאקע זאגען פאר דער (אפ)פיצער די פירות פון זיין גאווה. אז איינער וויל גלייבען באבע מעשה'ס פונ'ם אמרי חיים, קען ער נאר מיט חוזק מאכען פון די תורה.

הפצת אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 10:09 pm
דורך ירא שמים
מוזט נישט גלייבן די מעשיות אויפן אמרי חיים אבער פארוואס פונקטליך האסטו מחליט געווען אז סאיז באבע מעשיות ?! האסט עם דען געקענט ?!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 10:10 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:און נישט אויף א אלטע ביכל וואס מ׳ווייסט נישט פונקטליך ווער עס האט עס געשריבן ביזן היינטיגע טאג,


דו מיינסט מיט דעם די תורה?


הרב[tag]געוואלדיג[/tag],
חס ושלום!, לאמיר זאגן אז מ׳רעדט דא פון די נייע טעסטעמענט און די קוראַן, אונזער תורה ווייסט דאך יעדער אז ס׳איז געגעבן געווארן קעגן מיליאנען עדי ראי׳ וואס האבן עס צוגעזעהן מיט זייער אייגענע אויגן, און וויאזוי קען איך אפילו רעדן אויף די תוה״ק אויף וואס מיינע עלטערן און אור עלטערן האבן געהיטן אזוי געטריי און אנגעהאלטן אזוי פעסט אזויפיל טויזענטער יאהרן אפילו אין די שווערסטע אומשטענדען.

און אז איך רעדט שוין יא מיט אייך וויל איך אייך פערזענליך באדאנקען פארן נושא בעול זיין און זיין אזא געטרייע גבאי נאמן בישראל עס איז באמת א כבוד צו האבן אזא חשובע ניק ווי אייך אלץ א גבאי אין קאווע שטיבל.

הערטס אויס איך האב עפעס א צווייטע ברירה כ׳מוז מיך חנפנ׳ן מיטן גבאי׳ן מ׳ווייזט דאך מיר שוין דעם טיהר דא... :) :D

זאג, נאך א זאך, יעצט איז נישט די גיטע צייט צו בעטן רשות אריינצוגיין אין מאחורי? אמת??? :lol: :lol: :lol:

זאל איך צוריק קומען נאך לאָנטש??? :קראץ: :געוואלד: :דמיונות: :געוואלד:

עני וועי א גרויסע ייש״כ הרב געוואלדיג, איר מאכט באמת א ״געוואלדיגע״ ארבעט און מיר האבן זייער הנאה פון אייך!!!! :like

מצוה גדולה ליהות בשמחה תמיד :lol: :) ספעציעל אין די געהויבענע צייטן פון חמשה עשר באב, נישט אזוי??? 8-)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:57 am
דורך בן חכמוני
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט קיין שום מעשיות . . . וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!
ביז דער דיין וועט דער פאסקענען אז יענער דארף דיר נישט אפגעבן די $10,000 דאלער ווייל ״איך האב עס [די מעשה הלואה] נישט געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן״.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:32 pm
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן: איך גלייב נישט קיין שום מעשיות... וואס איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן און האט נישט קיין שום מקור און וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!

זאג, דו האסט שוין געזען א פיש ווערן א פייגעל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:12 am
דורך שבת אחים
סייענטיסטן האבן געטראפן גענוג און נאך Transitional Fossils אריינגערעכענט Tiktaalik וואס איז א האלבע פיש און א האלבע ליזארד!
עס איז דא אין די Fossil Record און יעדער קען זיך איבערצייגן די ווארהייט דערפון!


נעם אין באטראכט אז 99.99999 פראצענט זאכן וואס האבן אמאל געלעבט ווערט נישט Fossilized און פראפעשעינאל Paleontology איז קוים 200 יאר אלט, ווען די טעאָריע פון עוועלאציע איז ארויס געקומען אין דארווינס צייטן זענען אלע לייקענער געוועהן פארנומען וועגן די missing links אין די fossil record, ס׳איז דא פול מיט אלטע ביכער וואס חוזקן אפ פון עוועלאציע און זאגן אז זיי וועלן קיינמאל נישט טרעפן די missing links! זייט דעמאלסט האלטן סייענטיסטן אין איין טרעפן די missing links, היינט רעדן זיי שוין נישט אזוי ווייל מ׳האט געטראפן גענוג און נאך!!!

אויב ווילסטו דעבאטען עוועלאציע אפשר זאל מען אריבערגיין צו יענע אשכולות, זוך עס אויף ווייל איך האב ווייניג נערווען פאר דעם יעצט!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:16 am
דורך געוואלדיג
אין די לעצטע 6 טויזענט יאר, ווייסטו פון איין פאקט וואס עפעס האט זיך אנטוויקלט מער, ווי א פיש געווארן א פייגל וכדו' ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:42 am
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:אין די לעצטע 6 טויזענט יאר, ווייסטו פון איין פאקט וואס עפעס האט זיך אנטוויקלט מער, ווי א פיש געווארן א פייגל וכדו' ?


דעס ווייס איך נישט צו ס׳איז געשעהן אין די לעצטע זעקס טויזענט יאר, איך בין נאכנישט אזא גרויסער ת״ח און איך בין נישט קיין פראפעסאר אין ביאלאגיע!

אבער סיינעטיסטן קענען דיר ווייזן גענוג און נאך Species וואס האבן זיך געטוישט אין אונזער לייף טיים למשל מ׳האט גענומען ליזארדס פון איין אינזל און זיי ארויפגעלייגט אויף אנדערע אינזל אין די מעדיטערעינען אינזלען זיי האבן געגעסן אנדערע עסען און זיי האבן זיך אינגאנצן געטוישט אין אפאר דורות!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:54 am
דורך געוואלדיג
וואס מיינט אינגאנצן געטוישט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:37 am
דורך שבת אחים
זייער גאנצע אויסזעהן,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 2:43 am
דורך שבת אחים
בן חכמוני האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט קיין שום מעשיות . . . וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!
ביז דער דיין וועט דער פאסקענען אז יענער דארף דיר נישט אפגעבן די $10,000 דאלער ווייל ״איך האב עס [די מעשה הלואה] נישט געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן״.


ר׳ איד איך האב פארלוירן אסאך מעהר ווי צעהן טויזענט דאללער ביי דין תורה איך האב פארלוירן מיליאנען ביי דין תורה, איך האב פארלוירן צוויי בילדינגס אין זייער א גיטע געגענט אין ברוקלין און אסאך פּאָטענציעל, (אמת ויציב וועסט לייענען מיין בוך אויב איך וועל עס ארויסגעבן) און נישט ווייל ס'איז נישט געוועהן קיין עדות אדער א שטר, נאר ווייל ר' אברהם ברוך ראזענבערג איז א פארשלעפטע קרענק און מיר וועסטו אין לעבן מעהר נישט זעהן ביי א דיין אדער א דין תורה ווייל ס׳איז נישטא קיין גרעסערע רציחה ווי דעם!

און יא ר' אברהם ברוך האט נאר געוואלט וויסן צו איך בין א שומר שבת און וויפל מיידלעך איך האב ווען מ'האט גערעדט פון פשוט'ע דיני ממונות,

איך האב אלעס אויף טעיפ, איין טאג!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:23 am
דורך געוואלדיג
אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וויאזוי עס האט אויסגעזעהן פארדעם, און וויאזוי עס זעהט אויס נאכדעם?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עוואלוציע האט מיט וואס מען עסט? נישט לויט וואס איך האב געליינט.
עכ"פ פון דער פאסיל רעקאר"ד האסטו עפעס געזעהן? ניין, נאר געמאכט א חשבון. הייסט'ס דער חשבון געפעלט דיר יא און דער חשבון געפעלט דיר נישט. דאס האט גארנישט מיט 'אליינס זעהן' צו וואס, נאר מיט א דין תורה וואס דו האסט פארלוירען.
דו גיבסט געווער פאר די וואס זאגען אז אלע א.ט.ד. האט נישט מיט דעות און נישט מיט מענטשהייט, נאר פשוט'ער תאווה. דאס הסאטו געזאגט אז פאר'ן פארלירען א דין תורה ביסטו אוועק פון אידישקייט, עכ"פ דער חלק פון תורה ווי ס'שטייט 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:23 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק האסט געזאגט דו ווילסט נישט האנדלען מיט מיר? ס'איז מיר טאקע בעסער ווען דו האנדלסט נישט מיט מיר. בד"וו איך בין שוין געוועהן א אטד לאנג פאר די דין תורה,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:13 pm
דורך שבת אחים
שבת אחים האט געשריבן:
בן חכמוני האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט קיין שום מעשיות... וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!

ביז דער דיין וועט דיר פאסקענען אז יענער דארף דיר נישט אפגעבן די $10,000 דאלער ווייל ״איך האב עס [די מעשה הלואה] נישט געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן״.


ר׳ איד איך האב פארלוירן אסאך מעהר ווי צעהן טויזענט דאללער ביי דין תורה איך האב פארלוירן מיליאנען ביי דין תורה, איך האב פארלוירן צוויי בילדינגס אין זייער א גיטע געגענט אין ברוקלין און אסאך פּאָטענציעל, (אמת ויציב וועסט לייענען מיין בוך אויב איך וועל עס ארויסגעבן) און נישט ווייל ס׳איז נישט געוועהן קיין עדות אדער א שטר, נאר ווייל ר' אברהם ברוך ראזענבערג איז א פארשלעפטע קרענק און וועסטו מיר אין לעבן מעהר נישט זעהן ביי א דיין אדער א דין תורה ווייל ס׳איז נישטא קיין גרעסערע רציחה ווי דעם!

און יא ר' אברהם ברוך האט נאר געוואלט וויסן צו איך בין א שומר שבת און וויפל מיידלעך איך האב ווען מ׳האט גערעדט פון פשוטע דיני ממונות,

איך האב אלעס אויף טעיפ, איין טאג!



[tag]אסף המזכיר[/tag]
סתם פאר אינטערעסאנטקייט וואס איז אזוי וויכטיג צוצולייגן ״ר׳״ צו אברהם ברוך ראזענבערג , סה״כ א מארמארישע פויער וואס קען אביסל לערנען מיט גאנץ א גיטע (פארדרייטע) קאפ וואס שאַרט גאלד און מאכט א לעבן אויף אונזער חשבון (אבער נאך ווי! ווילסט נישט וויסן וויפל ער Charged) ער איז נישט קיין אפיציעלע רב/דיין/מו״ץ נאר דעס איז זיין פרנסה!!!, איז פארוואס א ערליכע מענטש וואס איז א פלומבער אדער טראק דרייווער דארף מען נישט שרייבן ר׳ אין קאווע שטיבל ??? ווייל ער איז נישט קיין גנב???

ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואסערע טיטלען דו געבסט אים פון מיין זייט שרייב אויף אים הרהגה״צ אין מיין ביכל בלייבט ער א רוימענער גנב!

מילא אויף די רויטע רבי פון בארא פארק וואס שטיצט אפען מעלעיסטעישאן ער האט כאטשיג פופציג לוזערס וואס לויפן אים נאך און ס׳קען זיי באַדערן אבער אויף דעם גראבעם יונג ווער וועט באדערן אז מ׳שרייבט נישט ר׳?

קענסט מיך אויסשפארן פון קאווע שטיבל אדער אויסמעקן. טוה וואס דו ווילסט,

Re: הפצת אמונה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 6:11 pm
דורך ירא שמים
פארוואס בוסטו בכלל געגאנגען צו דין תורה ?! האסט מורה געהאט פון א סירוב?! [emoji6]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 7:19 pm
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:[tag]אסף המזכיר[/tag]
סתם פאר אינטערעסאנטקייט וואס איז אזוי וויכטיג צוצולייגן ״ר׳״ צו אברהם ברוך ראזענבערג ,


איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר אויף די שאלה, אבער שוין,

admin האט געשריבן:יעדער מענטש וועלכער פאררופט זיך אלץ א רב אדער אדמו"ר זאל באקומען די צוגאבע "הרב" אדער "אדמו"ר" פאר זיין נאמען;

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:53 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:[tag]אסף המזכיר[/tag]
סתם פאר אינטערעסאנטקייט וואס איז אזוי וויכטיג צוצולייגן ״ר׳״ צו אברהם ברוך ראזענבערג ,


איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר אויף די שאלה, אבער שוין,

admin האט געשריבן:יעדער מענטש וועלכער פאררופט זיך אלץ א רב אדער אדמו"ר זאל באקומען די צוגאבע "הרב" אדער "אדמו"ר" פאר זיין נאמען;


ער פארופט זיך? זייט ווען? ער פארופט זיך גארנישט, איך קען אים גיט פון וויזניץ, ער איז ניטאמאל א דיין אין וויזניץ, עכ״פ נישט פון די אפיציעלע דיינים, דעס איז זיין פאך! פונקט ווי אנדערע מענטשען זענען קאנטראקטערס,

בד״וו איך פארוף מיך וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד פון היינט אן און ווייטער ווער ס׳שרייבט נישט ר׳ שבת אחים אחת דתו!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:55 pm
דורך געוואלדיג
wow מיין רוח הקודש, איך מיין איך האב דיר אלעמאל גערופן ר' שבת.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:57 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:03 pm
דורך moshav zekeinim
שבת, דו רעדסט כאילו א טיטול ביי אונז איז געוואנדן לויט די ערליכקייט. א טיטל ר' איז אזוי ווי דער ענגלישער "סיר". און טאמער האלסטו אז א שופך דם קומט זיך נישט דעם טיטל, דאן פארוואס פארלייגסטו זיך דוקא אויף דעם יעניגן, וואו זענען די אנדערע רבי'ס ורבנים ימ"ש וועלעכע זענען שופכי דם מרבים? פארוואס נעמסטו זיך נישט צו זיי?

איך בין נישט קיין א.ט.ד. (דערווייל) און פון דעסטוועגן ערלויב איך מיר צו שענדן און לעסטערן אזעלעכע רבנים טאמער זענען זיי נישט ראוי לאותה אצטלי כדבעי, ספעציעל אז זיי ניצן זייער מאכט אן אחריות און אביוזן עס צו טון שלעכטץ.