בלאט 8 פון 16
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:14 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:כהאב אויפגעטוישט דיין נאמען מיט קרעקער
נעקסטיים קוק איבער.
פריינדליך האט געשריבן:דאך אגב יידל'ס ענטפער איז זייער א גיטע עקזעמפעל פון א אן אד-האמינום ענטפער,
ריכטיג. אן אד-האמינום אויף אן אד-האמינום. פארגעס אבער נישט אז אין מיין פאל איז עס נישט קיין לאגישער שטרויכלונג, וויבאלד איך האב דיך נישט געוואלט אפפרעגן, נאר סתם געוואלט ארויסברענגן אז דו ביזט באגאנגען א שטרויכלונג. דעטס אלל.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:14 pm
דורך [NAMELESS]
איך, גענוי ווי טאמבל סאס וויל אויך נישט נעמען קיין צד, אבער איך וויל דאך ענטפערן:
אוי פריינטליך, ס'איז צייט צו זיין פריינטליך!
ריבניצער רבי איז געווען א צדיק און א מסירות נפש איד, און א טעריבל מוהל, ווי אויך גאר א שוואכער פלאמבער; וויזניצער רבי איז א צדיק ומנהיג ישראל און אין המזמרים וואלט ער געווען א דורכפאל, און דער חזון איש וואלט געווען גאר א גרויסער דורכפאל אלס בוטשער אין פאמאגראנעט.
כ'האב קלאר געשריבן אז לויטן כלל פון לא יאונה לצדיק כל אוון האט גארנישט פאסירט צו זיינע נימולים, און איך האב אויך געשריבן אז א פלאכער קנאי וואלט גענוצט ריבניצער רבי אלס א דוגמא אז נישט ריינע מוהלים קענען קיינמאל נישט זיין קיין סכנה פאר קינדער.
כ'זעה נאכנישט פארוואס מען דארף זעהן באליס אין מיין קאפ און דיין גאנצע פרשת תוכחה איז אביסל נישט אין פלאץ און איז נישט העכסט פריינטליך.
בדרך אגב, ריבניצער רבי איז געווען מיין מוהל, און אן אריינגיין אין פרטים בין איך ברוך השם קעניינעהארע...
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:15 pm
דורך יואליש
פריינדליך האט געשריבן:דאך אגב יידל'ס ענטפער איז זייער א גיטע עקזעמפעל פון א אן אד-האמינום ענטפער,
הייסט דו זיכסט עקזעמפלארן? המבלי אין קברים במצרים?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:17 pm
דורך איינער
פריינדליך האט געשריבן:איינער האט געשריבן:
פריינדליך, דו דארפסט וויכטיג און שנעל טוישן דיין ניק, איך מיין אז פון אלע קאווע שטיבל שרייבער ביזטו די ווייניגסטע ״פריינדליך״.
די שרייבער דא קומען נישט אין קאווע שטיבל
צו ״כאפן״ וואס (נישט)פריינדליך שרייבט, און אוודאי נישט אריינצולערנען פשט אין דיינע ווערטער אדער אננעמען דיינע טשאלענטזשעס אריינצולערנען פשט אין דריי גדולים וואס האבן נישט לאנג צוריק געלעבט כדי זיי זאלן שטימען מיט מנשה פילאפף.
וואס די דריי גדולים האבן געהאלטן איז קלאר און קיינער דארף נישט קיין הילף אריין צולערנען פשט אין זיי.
You need help withe any thing??
פרנסה איז דא?
א נערמאלע ווייב איז דא ב״ה? א דירה?
וואס פשט פון דאן וואזיניגע אויסבראך?
די ״כאפסט״ פשוט נישט פארוואס.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:24 pm
דורך פריינדליך
איינער האט געשריבן: ״כאפסט״ פשוט נישט פארוואס.
אנטשולדיגט, אבער איך בין נישט און די מוט יעצט ממשיך צו זיין א שמיעס פון א וואך צירוק, האסט געקענט דעמלאטס פרעגן וואס האסט געוואלט, ענד אף די סאבשעקט
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:00 am
דורך אוהב ספרים
די מעשה מיט סאטמאר רוב איז מן הסתם שקר, איך ווייס נישט צו עס איז דא מער ווי 2 אדער 3 ברית'ן וואס זיי זענען געווען בכלל צוזאם, אפשר דאס אויכעט נישט.
דער קדוש וטהור פון ריבניץ האט געמאלעט צענדליגער און אפשר הונדערטער קינדער און מען האט נישט געהערט פון קיין געשעדיקטע, פארדריי א דאשיק פאר א צווייטען
Re: מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 9:55 am
דורך איחוד פעלד
עפעס שטינקט דא אין גרויסען.
אויב סך הכל וויל די מעיאר מען זאל מיזען זיין סערטיפייד, וואס האסטו מורא?
אז פין דארט וועט שוין די ממשלה האבען א סיבה צו אסר'ן די גאנצע זאך.
גוט. אבער פארוואס וועלען זיי עס אסר'ן?
ווייל איינמאל זיי ווייסען וואס טוט זיך וועלען זיי זעהן אז מערערע קינדער באקומען הערפיס.
איז דאך פשט אז זיי זענען גערעכט!
און נישט נאר דאס. נאר די ווייסט דאס, און די האסט פשוט מורא פארן אמת.
איי איי.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 10:06 am
דורך פריינדליך
בן תמליון האט געשריבן:מאריה דאברהם איר מאכט ליצנות? מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות אבער די גוישע פאליטישאנס וועלן אויסגעפונען דעם עולם גייט גארנישט אן נאר עפעס אן אלטמאדישער פראצעדור פון בלוט זויגן באותו מקום. .
דאס גאנצע זאך פון מאכען א ברית אויף א אכט טאגיען קינד וואס קען זיך נישט קעגן שטעלן איז קעגן דעם מעיאר׳ס פארשטאנד.
מיט מציצה בפה האט דער מעיאר גאר א קליינער פראבלעם. ווייל הערפיס קען מען נאך היילען אבער א ברית קען מען נישט צירוק שטעלן,
ווער איז דא וואס קען מסביר זיין פארען מעיאר ווי אזוי מיר טיען אזא זאך פון שניידען א קליין קינד פון אכט טאג?
געוואלד ווי אזוי קיקען זיי דאס אן?! ווער קען מסביר זיין פאר אלע גוישע פאליטישענס אזא זאך?
דרך אגב. די שרייבסט:
מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות
יעצט ווייסען דאך נישט די פאליטישענס אז מיר פלאנען צו האבען מסי״נ דערפאר, פאר וואס האבן אונז נישט געהאלפן דערמיט די לעצטע 30 יאר?
בכלל, וואס האבן זיי אונז געטיען פאר די דיינע פראבלעמען ביז היינט אז דו האסט מורא אז דאס וואס זיי האבן געטיען גייט זיך אפשטעלען??
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 7:00 pm
דורך שרייבער
נעכטן ביי שלש סעודות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נאכאמאל גערעדט דערפון
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 7:09 pm
דורך יידל
שרייבער האט געשריבן:נעכטן ביי שלש סעודות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נאכאמאל גערעדט דערפון
עס פריידיגט צו הערן.
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:08 pm
דורך דבילה
נייע אנטוויקלונגען אין די נושא פון מציצה בפה:
http://online.wsj.com/article/SB1000087 ... 16510.htmlאויב איינער דא איז איינגעשריבן אין וואל סטריט ז'ורנאל, ווערט ער געבעטן אריין צו פעיסטן דא אהיר דעם ארטיקל. יאשער
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 10:19 pm
דורך קליינע רעבעלע
למעשה האבן דע רבנים שוין טאקע שטאדירט דע זאך אז עס ברענגט נישט קיין שום מחלה ח"ו
איך גלייב בימינו אלה קען מען עס זייער גרינג אויסגעפינען
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 1:55 am
דורך gehlungen
שיטה מקובצת האט געשריבן:קליינע רעבעלע האט געשריבן:למעשה האבן דע רבנים שוין טאקע שטאדירט דע זאך אז עס ברענגט נישט קיין שום מחלה ח"ו
איך גלייב בימינו אלה קען מען עס זייער גרינג אויסגעפינען
יא, זיכער האט מען עס שטודירט, און קלאר געזען אז ס'איז נישט קיין סכנה. דא האסטו פון די וואל סטירט זשורנעל:
“We are fully convinced that it presents no danger,” said Rabbi David Niederman, a spokesman for the Central Rabbinical Congress of the USA and Canada, a group based in Williamsburg, Brooklyn.
I don't understand. Its rabbi neiderman verses the medical inst ? That's pretty interesting !
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 2:09 am
דורך אברעמעל
Versus? זיי האבן שוין געוויזן פארקערט?
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:53 am
דורך היסטאריקער
היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה
השתדלו והרבו תחנה
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:06 pm
דורך יידל
היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה
השתדלו והרבו תחנה
לאמיר נאר קלאר שטעלן וואס די מיטינג איז. עס איז נישט צו מ'זאל ערלויבן מציצה בפה אדער נישט. עס איז צו מ'זאל פארלאנגן עלטערן אונטערצושרייבן אז זיי ערלויבן דעם מוהל צו מאכן מציצה בפה.
השתדלו והרבו תחינה.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:49 pm
דורך gehlungen
יידל האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה
השתדלו והרבו תחנה
לאמיר נאר קלאר שטעלן וואס די מיטינג איז. עס איז נישט צו מ'זאל ערלויבן מציצה בפה אדער נישט. עס איז צו מ'זאל פארלאנגן עלטערן אונטערצושרייבן אז זיי ערלויבן דעם מוהל צו מאכן מציצה בפה.
השתדלו והרבו תחינה.
We just have to put down our feet to make sure that they(city,state,medical) can't mix into religion under no circumstances what so ever no matter if they are right or wrong
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:59 pm
דורך געפילטע פיש
Exactly! And they shouldn't mix in to any religion, whether it's Muslim honor killings, or Christians killing Jews in revenge for them killing Christ, or Greek slaughtering of the first born to Zues.
Government has no business mixing in to religious affairs, and that's what separation of church and state is all about.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 1:10 pm
דורך יידל
געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 2:36 pm
דורך gehlungen
יידל האט געשריבן:געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?
Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 2:44 pm
דורך גאלד
יידל האט געשריבן:געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?
עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 3:35 pm
דורך יידל
gehlungen האט געשריבן:Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין נקודה. כדי קלאר צו מאכן לאמיך דיך פרעגן: איז דא א שטאפל פון סכנה וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג מעג זיך אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי שטארק די סכנה איז טאר זיך די רעגירונג נישט אריינמישן ווייל עס איז רעליגיע?
גאלד האט געשריבן:עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,
ווען זיי זאגן ווען דיעות
וויאזוי צו שאקלן לולב וואלט טאקע געווען א וויי געשריי. אבער ווען זיי זאגן אז ווער עס וויל שאקלן לולב אויף א געוויסן אופן מוז אונטערשרייבן א צעטל, וואלט אויך געווען א וויי געשריי?
זיי זאגן אונז נישט וויאזוי צו מאכן מילה, זיי זאגן אונז: דו ווילסט עס מאכן אויף א געוויסע אופן? קיין פראבלעם. אבער בעפאר דו טוסט עס, שרייב ביטע אינטער אז דו נעמסט אחריות אויף די קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 3:52 pm
דורך גאלד
יידל האט געשריבן:gehlungen האט געשריבן:Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין נקודה. כדי קלאר צו מאכן לאמיך דיך פרעגן: איז דא א שטאפל פון סכנה וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג מעג זיך אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי שטארק די סכנה איז טאר זיך די רעגירונג נישט אריינמישן ווייל עס איז רעליגיע?
די ריכטיגע פראגע איז א צווייטע: איז דא א שטאפעל פון אידישקייט וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי ווייט עס רירט אן די יסודות פון אידישקייט מעג זיך די רעגירונג אריינמישן ווייל לויט זיי איז עס נישט אויסגעהאלטן.
יידל האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,
ווען זיי זאגן ווען דיעות
וויאזוי צו שאקלן לולב וואלט טאקע געווען א וויי געשריי. אבער ווען זיי זאגן אז ווער עס וויל שאקלן לולב אויף א געוויסן אופן מוז אונטערשרייבן א צעטל, וואלט אויך געווען א וויי געשריי?
זיי זאגן אונז נישט וויאזוי צו מאכן מילה, זיי זאגן אונז: דו ווילסט עס מאכן אויף א געוויסע אופן? קיין פראבלעם. אבער בעפאר דו טוסט עס, שרייב ביטע אינטער אז דו נעמסט אחריות אויף די קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.
אבער נאך ווי עס וואלט געווען א ווייגעשריי, אויב די רעגירונג קען מיר קומען זאגן אז לויט זיי איז דא קאנצעקווענצן צו פראקטיצירן א הייליגע רעליגיעזע פראקטיצירונג, ווי ווייט זעמיר עס צו פארבאטן אינגאנצן,