בלאט 71 פון 179

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 1:28 pm
דורך שבת אחים
אברך כהאב געמיינט אז דו האסט א זשאב? נעכטן האסטו געשריבן אזא קאנדעסענדינג תגובה אז דו ביסט ממש די איינציגסטער וואס האט א העקטיק לייפסטייל און איז חס וחלילה קיינמאל נישט פארנומען מיט קיין נערישקייטן, און איך בין גאר דער שטאלצער?, ווייל איך שעם מיך נישט צוזאגן דעם אמת אז איך בין אט״ד און איך גלייב נישט, כ׳פארשטיי, לויט דיר וואלטן אלע מענשטען וואס האלטן אנדערש פון דיר און דיין upbringing זיך געדארפט באהאלטן אין א לעכל פאר בושה.
יעדער וואס איז נישט ווי דיר איז ממש א רחמנות.


אברך משי האט געשריבן
אנטשולדיגט מיר אז כהאב א דזשאב און איך קען נישט זיין דא א גאנצן טאג אין ק"ש הגם כהאב עס זייער ליב, און כקען זיך נישט באנעמען מיט אלע טענות באזינדער. בפרט הרב שבת אחים וואס האט א ספעציעלע געשמאק און שטאלץ צו זאגן אז ער איז אליין א שטיקל אט"ד פון עולם החסידות, חן חן לו על דרכו ועל בחירתו, כבודו במקומו מונח.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 2:12 pm
דורך אברך משי
אנטשולדיגט רבי שבת אחים, בערני, אט"ד חסיד, המהולל והמפואר
איך האב בכלל נישט געמיינט צו גיין פערסענאל. איך גלייך אייך זייער שטארק ב"ה און אסאך מאל אייערע טיפזיניגע רייד אויך.
אבער אפילו איך האב א זשאב מעג איך אמאל גיין אין טוילעט אינמיטן טאג אויך.
און יא! סאיז א א היכי תימצי אז א מענטש זאל זיך קענען מכין זיין אין א קאווע שטיבל.
און יעצט העמיר טאקע גיין זאגן אשר יצר מיט כוונה. אבער אייך האב איך זיכער נישט געמיינט צו באקאקן ח"ו ח"ו.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 2:23 pm
דורך שבת אחים
אברך משי האט געשריבן:אנטשולדיגט רבי שבת אחים, בערני, אט"ד חסיד, המהולל והמפואר
איך האב בכלל נישט געמיינט צו גיין פערסענאל. איך גלייך אייך זייער שטארק ב"ה און אסאך מאל אייערע טיפזיניגע רייד אויך.
אבער אפילו איך האב א זשאב מעג איך אמאל גיין אין טוילעט אינמיטן טאג אויך.
און יא! סאיז א א היכי תימצי אז א מענטש זאל זיך קענען מכין זיין אין א קאווע שטיבל.
און יעצט העמיר טאקע גיין זאגן אשר יצר מיט כוונה. אבער אייך האב איך זיכער נישט געמיינט צו באקאקן ח"ו ח"ו.


:lol:
ווען דו וואלסט געארבעט פאר טראמפ וואלט ער דיך שוין לאנג געפייערט פארן שרייבן ביי ריסעס אויף ק״ש נאך א מזל דו ארבעטס ערגעץ ווי מ׳לאט דיך מאכן אן אשר יצר מיט כוונה.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 2:28 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אן אלטע פרוי גייט אריין אין א געשעפט און פרעגט...

וויפיהל קאסט א פונט פוטער?

זאגט ער... $1.00

און וויפיהל איז א האלבע פונט?

זאגט ער... 0.50 סענט

און וויפהל איז א פערטל פונט?

זאגט ער 0.25 סענט

און וויפהל איז...

רופט זיך אן דער געשעפט מאן... אנטשולדיגטס מיר מרת. ברענגט אהער אייער שטיקל ברויט און איך וועל ארויפשמירן פוטער אויף דעם.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 6:52 pm
דורך איך אויך
וויפיל קאסט א שמיר?

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:54 am
דורך שמעקעדיג
C/P

ווי אזוי זאגט מען א SUNSHOWER אין לשה"ק?
"נץ החמה", די זון האט באנעצט

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 12:57 pm
דורך שבת אחים
וויאזוי זאגט מען אין אידיש איינער וואס איז נישט קיין איד-א גוי.

וויאזוי זאגט מען אין אידיש איינער וואס איז נישט פרום - א גוי גמור

לויט דעם, ווען מ׳רופט איינעם א גוי גמור זאלסטו וויסן אז ער איז א- היימישע איד :)

(קרעדיט שטריימל-בלאוגער ע״ה)

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:18 pm
דורך וואלווי
אברך משי האט געשריבן:נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?
:lol: :lol: :lol:


why is a rosheshiva like an ambulance? because there's door in front and a door in back and a sick man inside

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:22 pm
דורך וואלווי
שבת,

איך וואלט אייך געלייקט אפי' נאר פאר אייער ever changing טעגליכע חתימה מיט די קארלניער quotes.

שקויעך. קיפ איט אפ.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי האט געשריבן:
אברך משי האט געשריבן:נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?
[emoji38][emoji38] :lol:


why is a rosheshiva like an ambulance? because there's door in front and a door in back and a sick man inside

Why is a frock like an ambulance? Because it opens up from behind and it is screaming for attention.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:34 pm
דורך ביליג
הא לן והא להו, מר כדאית ליה ומר כדאית ליה

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:47 am
דורך נאסע ליילעך
"Waking up is the second hardest thing in the morning"...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:52 am
דורך קל וחומר
ס'קומט אין מאחורי...

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:17 pm
דורך קל וחומר
א גורע חסיד האט צום ערשטן מאל באגעגנט זיין פרוי ביי זיין אייגענע חופה
מיט שאק דרייט ער זיך אויס צו זיין פאטער און זאגט , "טאטע כ'זעה אז זי האט נאר איין אויג
לאזט אים דער טאטע אראפ א קלינגענדיגע פראסק און זאגט אים , "פון ווי ווייסטו אז פרויען קומען מיט צוויי אויגן ???"

ק/פ

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:24 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אברך משי האט געשריבן:נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?



די קשיא איז פארוואס האט א פראק אזא גרויסע שפאלט פון אונט'ן?

אז דער ראש ישיבה זאהל עס נישט דארפען אויסטוהן ווען ער גייט ארויס [אויף הכנות]

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 10:11 pm
דורך וואלווי
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:די קשיא איז פארוואס האט א פראק אזא גרויסע שפאלט פון אונט'ן?

אז דער ראש ישיבה זאהל עס נישט דארפען אויסטוהן ווען ער גייט ארויס [אויף הכנות]


היינו טעמא פארוואס די רבנישע געקליידטע אראבערס גייען מיט skirts ווייל אז מ'זאגט זיי צי שיבעים... וואס דארף מען זיך ארויף ציען און אראפציען אגאנצע טאג ס'איז פראקטישער אזוי

credit: jackie mason

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 12:53 am
דורך שמעון וואלף
ק/פ
וויזוי לערנט א אראבער אויס זיין זוהן אנצוטוהן הויזן?

קינד מיינס די געלע זייט איז אייביג פון פארנט און די ברוינע זייט איז אייביג פון אונטן

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:38 am
דורך דריידל
אפס

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 1:05 pm
דורך אברך משי
שמעקעדיג האט געשריבן:C/P

ווי אזוי זאגט מען א SUNSHOWER אין לשה"ק?
"נץ החמה", די זון האט באנעצט


אדער אולי "שֶׁמש קטן" ודו"ק

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 4:37 pm
דורך קאמענטירער
א אינגער רב האט זיך געפענט א נייע שטיבעל, און ער האט נישט אזוי מצליח געווען צו שאפען מתפללים און נייע מעמבערס פאר זיין שול'כל,

איין איד וואס ער משכנע געווען ער זאל קומען דאווענען ביי אים -און יענער האט טאקע געדאווענט א שטיק צייט אין זיין ביהמ''ד- האט פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט צו קומען אין שול,
סגייט אריבער איין וואך נאך א וואך און מהערט גארנישט פון דער פרישער מתפלל, די דריטע וואך איז דער אידל צוריק געקומען,

אזוי ווי פאר דער רב האט עס זייער געארט אז יענער האט אים אזוי איבערגעלאזט געבט אים די רב א פרעג
''וואו ביזטו געווען אין די לעצטע צוויי וואכען?''
''איך בין זייער נישט געזונט געווען'' ענטפערט דער מתפלל
''דאנק גאט אז דו ביזט געווען קראנק -זאגט די רב- כהאב מיך שוין דעשראקען אז דו ביזט געגאנגען ערגעץ אנדערש דאווענען''...

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 6:58 pm
דורך קאמענטירער
און רוסלאנד האבען די טיכטיגע חברה אלץ געזען אז זיי זאלן פארמאגען עטליכע אינדיעטעטן, אז מזאל זיך נישט פארפלאנטערן אין צרות אין פאל וואס מען כאפט זיי,

אונזער ר' שמעון האט אויך זיכער געמאכט צו האבען ביי זיך אין באזיץ עטליכע קארטלעך, אזוי איז ער ארום געפארן מאמע רוסלאנד פראנק און פריי ,איינמאל האט אים די פאליציי אפגעשטעלט אויפן באן און מען פאנגט אים אן חוקר ודורש זיין פרעגט מען אים
''וויאזוי הייסטו?''
ר' שמעון איז געווען אביסעל צומישט פון אזויפיל פאלשע קארטלעך וואס ער האט געהאט האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען קיין איין פאלשע נאמען נאך א אנגעצויגענע מינוט געבט ער זיך א רוף אן
''כווייס נישט איין זאך איז זיכער אז שמעון הייס איך זיכער נישט...

אז מרעדגט פון רוסלאנד פלעגט מען זאגען אז אין רוסלאנד זענען פארהאן נאר דריי סארטען מענטשען
1. מענטשען וואס זענען געזיצען אין תפיסה
2. מענטשען וואס זיצען יעצט אין תפיסה
און 3. מענטשען וואס גייען זיצען אין תפיסה...

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 1:40 am
דורך שטילע אינגערמאן
C/P
כ׳רוף אן מיין מאמע אז כהאב געבוירען א אינגעלע.
פרעגט זי מיר ״וואס האט דיין ווייב געטוען בשעת מעשה?״

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:49 am
דורך עפעס אזוי
קאמענטירער האט געשריבן:א אינגער רב האט זיך געפענט א נייע שטיבעל, און ער האט נישט אזוי מצליח געווען צו שאפען מתפללים און נייע מעמבערס פאר זיין שול'כל,

איין איד וואס ער משכנע געווען ער זאל קומען דאווענען ביי אים -און יענער האט טאקע געדאווענט א שטיק צייט אין זיין ביהמ''ד- האט פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט צו קומען אין שול,
סגייט אריבער איין וואך נאך א וואך און מהערט גארנישט פון דער פרישער מתפלל, די דריטע וואך איז דער אידל צוריק געקומען,

אזוי ווי פאר דער רב האט עס זייער געארט אז יענער האט אים אזוי איבערגעלאזט געבט אים די רב א פרעג
''וואו ביזטו געווען אין די לעצטע צוויי וואכען?''
''איך בין זייער נישט געזונט געווען'' ענטפערט דער מתפלל
''דאנק גאט אז דו ביזט געווען קראנק -זאגט די רב- כהאב מיך שוין דעשראקען אז דו ביזט געגאנגען ערגעץ אנדערש דאווענען''...


איך מיין נישט צי קריטקירן, אבער אינדהיים האביך א בוק מיטן נאמן "דער בדחנס דיירי" (עפעס אזוי ספעלט מען עס) תכל'ס דיינע לעצטע פאר פיינע וויצן קוקן אויס ווארט ביי ווארט... :lol: