בלאט 72 פון 110

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:04 pm
דורך ליפא
IMG-20150908-WA0090.jpg
IMG-20150908-WA0090.jpg (381.39 KiB) געזען געווארן 4359 מאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:26 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב אים נישט געקאנט, אבער ער האט א זיסע תמימות'דיגע חן אויף זיין פנים.
זאל ער רוען אין ליכטיגן גן עדן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:29 pm
דורך דריידל
א טיפיקעל פארצייטישע ל"ו צדיק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:07 pm
דורך בעל מדות
ליפא האט געשריבן:בארא פארק - בד״ה: חיים בראנד ז״ל, א עלטערע איינזאמע איד׳ל, א באקאנטער פנים אין שומרי שבת שוהל און אויף די דרייצענטע עוועניו.

שכנים וועלכע האבן אים נישט געזעהן פאר עטליכע טעג, האבן גערופן הצלה צו זיין דירה. אבער ליידער איז ער געפינען געווארן נישט בין החיים.

חסד של אמת געפינען זיך אויפן סצענע און פארזיכערן כבוד המת.
אויב איינער האט אינפארמאציע אויב ער האט משפחה זאל זיך ביטע פארבינדן מיט חסד של אמת

718-436-2121


יויש מיין הארץ צוגייט, איז נישט פאראן קיין שום פראגראם פאר אזאנע מענטשן וואס האבן קיינעם נישט?
מיט אביסל קעיר אין אנשטאלט אדער מיט א געהילף וואלט ער נאך געווען צווישן אינז און הנאה געהאט צו שיסן ברויט פאר די טויבעלעך...
איך האב א שרעקליכע געפיל צו אזאנע מענטשן, עלנדע, היימלאזע, און ענליך דערצו.

נעבעך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:47 am
דורך טהור עיניים
היינט איז נפטר געווארן גאר א טייערער איד. ר' הערשל שפייזער פון בארא פארק (ומלפנים ב'וויליאמסבורג). ר' הערשל איז געבוירן אין אמעריקא אבער איז געווארן מקושר אין הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא. ר' הערשל איז דאן אלס בחור אריין לערנען אין זיין ישיבה און האט זוכה געווען צו ווערן זיין הויז בחור און משמש בקודש.

ר' הערשל איז געווארן אזוי נאנט און מקושר צו זיין הייליגן רבי'ן, אז ווען דער רבי איז געווארן גאר שוואך האט ער דווקא געוואלט אויפגעבן דאס גבאות, ווייל ער האט מורא געהאט אז היות דער רבי איז נישט אזוי געזונט דארף מען דאך זיין גאר שטארק נזהר וויאזוי אים צו באדינען אז ער זאל אים חלילה נישט בטעות וויי טון מיט עפעס, און דעריבער האט ער מורא געהאט ווייטער צו באדינען דעם רבי'ן. אבער דער רבי האט נישט מסכים געווען און האט ניטש געלאזט, ער האט דוקא געוואלט און געבעטן אז דוקא ר' הערשל זאל אים באדינען ווייל ער ווייסט גוט וויאזוי אים צו מאכן שפירן גוט.

ר' הערשל איז געווען דער וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש און האט אוועק געגעבן פון דאס ביסן פון זיין מויל און געקויפט שיינע כלים פון זילבער פאר זיין רבי'ן ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז דער כבוד פון א רבי'ן. און זיין רבי האט אים טאקע זייער מחבב געווען.

ר' הערשל איז אריבער א שווער לעבן און זיך אסאך אנגעליטן אבער איז אלעמאל געוואן בצהלת פנים מיט א שמייכל און א גוט ווארט און אלעמאל נאר געזוכט דאס גוטס אין יעדן איינעם.

די לעצטע שטיק צייט האט ער זיך נישט געשפירט בקו הבריאות. ער האט נעבעך געליטן פון די ביטערע מעשה אויפן מח. און היינט האט ער צוריק געקערט זיין נשמה צום באשעפער, ווי זיין רבי ווארט אים זיכער אפ דארט אויבן בגן עדן העליון אז ער זאל אים דארט ווידער באדינען.

יהא זכרו ברוך.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:04 am
דורך [NAMELESS]
ווי אלט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:29 pm
דורך היסטאריקער
בד"ה הרה"ג רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:55 pm
דורך גאנצל
ר' ישעי' וואלף לעוו לאנגיעריגע סאטמארער ראש הקהל אין לאנדאן בכלל געווען א באוואוסטער פיגור אין לאנדאן

מהר"א'ס קהלה האט פארלוירן א שיינע פאר פרעזענליכקייטן לעצטע שטיק צייט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:57 pm
דורך סאדאם חוסעין
ווער נאך חוץ די צוויי?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:59 pm
דורך רחב רחב
ר' ישעי וואלף

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 3:18 pm
דורך גאנצל
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווער נאך חוץ די צוויי?


נישט לאנג צוריק פארלוירן הרה"ג ר' לייבוש ט"ב ז"ל הרה"ג ר' אלי' סימאן ז"ל און יעצט הרה"ג ר' מרדכי דוד ז"ל

די אלע דריי און ווי אויך ר' ישעי' וואלף זענען געווען סאטמאר רבי'ס יבדל לחיים פרעזענליכע ידידים וואס זענען געגאנגען אין פייער פאר אים

אגב די דריי הנ"ל זענען אלע געווען אויסערגעווענליכע מתמידים בתורה און תורה מתוך הדחק ממש גדולי תורה עובדי ד' ממש במסירות נפש און יעדער פאר זיך זיך געפירט דערהויבן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי' אבער דער ר' מרדכי דוד פעלט זיך אויס א עקסטערע באשרייבונג ער איז געווען ממש א צדיק אינגאנצן אפגעשיידט פון דער וועלט עוד חזון למועד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:06 am
דורך הדד בן בדד
ווי אלט איז געווען ר' מרדכי דוד קאהן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:09 am
דורך בעל מדות
הדד בן בדד האט געשריבן:ווי אלט איז געווען ר' מרדכי דוד קאהן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 8:51 am
דורך טהור עיניים
ראשעקאל האט געשריבן:ווי אלט?


81

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:06 am
דורך סאדאם חוסעין
אזוי זאגט מען אז ער איז געווען 81 אבער ער איז געבוירן ר"ח אלול תרצ"ה [מפי עצמו] סא לויט דעם איז ער נאר 80

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:20 pm
דורך [NAMELESS]
שבת קודש פארטאגס איז נפטר געווארן הרה"ח ר' יוסל ווייס ע"ה פון וויליאמסבורג, אין עלטער פון 90 יאר, ר' יוסל איז געווען א נאנטער קרוב מיט די ספינקע רביים לבית ווייס.

ר' יוסל איז געווען איין שטארקער בעל חסד און בעל טובה, גאר שטארק איז געווען ווען הרה"ק ר' יעקב יוסעלע זצ"ל, איז אוועק נאך שווערע הארץ עסענישן וואס דאס אויפשטעלן א קריה בישראל האט אים ממש צוגרינד געלייגט. וואס ווי פארשטענדליך איז געבליבן חובות העכער ווי הויך, האט ר' יוסל גענומען אויף זיינע פלייצעס אז ביז אויף די ערשטע יארצייט, איז ער געווען ביי יעדע בעל חוב, און אפגעצאלט ביזן לעצטע פרוטה, אז איינער האט מוחל געווען האט ער גענומען א חתימה פון יענעם, און אז יענער האט געוואלט זיין געלט האט ער געשאפט דאס געלט און אלטץ אפגעצאלט.

און מען רעדט נישט דא פון קליינע עטליכע הינדערט טויזענד דאלער, מען רעדט דא פון צענדליגער מיליאנען!
(ער האט מיר פארציילט, אז דער רבי איז אים געקומען אין חלום זיך באדאנקען, און אים צוגעלייגט נאך עפעס.)

דער היינטיגער רבי האט אים געוואלט באצאלן בתורת תשלים מיט א דירה, ער האט אבער נישט געוואלט נעמען קיין פרוטה אחת אלטץ תשלום.

יהא זכרו ברוך.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:21 am
דורך [NAMELESS]
@SimchesRayim: With Pain and Sorrow we have to announce The petira Of Hb' Shimshen Ben R' Burich Greenberger (16Yrs) A"h, Details of levieya will follow.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:03 pm
דורך סמבטיון
קען מען ביטע האבן אביסעל מער פרטים ווער דער בחור איז און וואס האט פאסירט מיט אים ר"ל?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:05 pm
דורך ליפא
געווען נישט געזונט מיט יענע מחלה א אינג וויזניץ בחור.
IMG-20151012-WA0009.jpg

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:15 pm
דורך chusid
ר' פנחס יהודא כ"ץ פון בארא פארק, טאטע פון הגאון ר' יששכר כץ שליט"א

פאוסט פון זיין זון ר' יששכר:Abba returned his beautiful soul to its Maker. He died this afternoon surrounded by family and loved ones.

צדיק תמים היה, את האלקים התהלך!
אלקי!
נשמה שנתת בו טהורה היתה. אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בו, ואתה שמרתה בקרבו,
ועתה החלטת ליטלה ממנו ולהחזירה לך.
על כל זמן שהנשמה היתה בקרבו מודה אני לפניך ה' אלקי.
ברוך אתה ה' דיין האמת
תהא נשמת אבי מורי, פנחס יהודה בן יוסף, צרורה בצרור החיים, בגן עדן תהא מנוחתה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:27 pm
דורך Kool man
חסיד, דאס איז א ערענסטע אשכול, ביטע ברענג נישט אריין ליצנות דא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ברוך דיין האמת!
רבי פנחס לייב כ"ץ איז מער נישטא!
ער איז געווען מיינס א קרוב, קרוב בדם וקרוב ברעות.

א טייערע געשמאקער איד געווען, שטענדיג מיט א שמייכל.
אפילו סוף ימיו אלס מדוכא ביסורים האט ער אלס פרובירט צו אנהאלטן זיין שמייכל.
א איד וואס לדעתי האט נישט געהאט קיין שום שונא.
א ריכטיגער אפטייטש פונעם אהוב לשמים ולבריות.

זיין זון, יששכר כ"ץ, האט אים גראדע נישט געברענגט קיין סאך נחת. ווייל די סארט נחת איז אים בכלל נישט געווען נאנט צום הארצן [און כ"ש די נעקסטע דור, וד"ל], און אעפ"כ האט ער אים מקרב געווען און ליב געהאט אן קיין אנגעצויגנקייטן בכלל. ווייל דאס איז געווען זיין נאטור, גוטסקייט צו יעדן איינעם. און מער פון דעם, ער האט באמת נאר געזוכט צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.

זיינע גוטע מידות, תורה ויר"ש, איידעלע מהות, און זיינע יסורים וואס האבן אים אויסגעלייטערט סוף ימיו, וועלן אים זיכער אריינבאגלייטן אין גן עדן.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.[/center]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 12:25 am
דורך [NAMELESS]
איינער האט א בילד פון ר' פנחס לייב @שש אלס קרוב אפשר,