בלאט 72 פון 164
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:35 pm
דורך געוואלד געשריגן
איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'סומאטאכע'?
בין איך דער איינציגסטער גולם וואס ווייסט נישט?
סאונד ווי א יאפאנעזישער ווארט.
now that you mention it it's starting to make me very nervous! lol
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלד געשריגן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'סומאטאכע'?
בין איך דער איינציגסטער גולם וואס ווייסט נישט?
סאונד ווי א יאפאנעזישער ווארט.
now that you mention it it's starting to make me very nervous! lol
איך קען נישט זאגן פאר זיכער, און בכלל ציטער איך אריינצורעדן אין די וועבערמאן אשכול, ווייל מען וועט מיר פארשעלטן מיט די גאנצע פרשת תוכחה, אבער איך מיין אז סומאטאכע איז אזא פיש זאפט, נאך די שטאפל פון קאטשיניו, ווען עס איז שוין אביסעלע אויפגעלאזט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:45 pm
דורך אוהב דעת
פארוואס גייען יעצט ארום די ליבאוויטשע אין די ווילאמסבורגע גאסען זונגען זייערע נגונים, זיי ווילען אונז מאכען פריילעך???
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:48 pm
דורך גימפל
שרגא האט געשריבן:פונדעסטוועגן, וויבאלד איך בין נישט קיין זעלבסט-האסנדער חסיד, וואלט מער געשמעקט אויב עס וואלט געקענט צוגיין אויף אן אנדערן אופן, אויף א וועג וואס זאל נישט ברענגען קיין חילול השם, אבער אויב איז אזוי געשען, זאל עס כאטש דינען אלס א גוטער למען ישמעו ויראו. עס זאל דערמאנען די געוויסע פראצענט פון "קראנקע מענטשן", אזוי ווי עס איז דא אין יעדע געזעלשאפט, אז אית דין ואית דיין, אפילו אויף דער וועלט. און עס זאל אויך דינען אלס לעקציע און דערמאנונג פאר איינעם וואס וויל אמאל טראכטן צו פארדעקן חטאים און שטופן אונטער'ן קארפעט אז עס לוינט ענדערש צו נעמען ערנסטע שריט, ווייל צום סוף קען עס קאסטן א טייערערן פרייז.
הלוואי ביזסטו גערעכט, אבער דערווייל איז די לעקציע אז צווישען 'אונז' עקזסטירט אפילו נישט קיין אביוז, ס'איז אלץ בלבולים, והא ראי, קיינער קומט דאך נישט פארווערד, איי די וואס קומען יא פארווערד, נו זיי זענען דאך פון די אפפאל וואס זוכען סתם נקמה, איז מפטירן כדאתמול.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:49 pm
דורך נולד מאוחר
אוהב דעת האט געשריבן:פארוואס גייען יעצט ארום די ליבאוויטשע אין די ווילאמסבורגע גאסען זונגען זייערע נגונים, זיי ווילען אונז מאכען פריילעך???
מיר האבן א דיעל מיר העלפן זיי מיט רובשקין, זיי העלפן אונז מיט וו''ב.
די חילוק איז ביי אונז העלפן מיינט גרינע דאלארן. ביי זיי מיינט עס זינגען און טאנצן און זאגן לחיים אויף אביסעל וואדקע.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:53 pm
דורך אוהב דעת
נולד מאוחר האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:פארוואס גייען יעצט ארום די ליבאוויטשע אין די ווילאמסבורגע גאסען זונגען זייערע נגונים, זיי ווילען אונז מאכען פריילעך???
מיר האבן א דיעל מיר העלפן זיי מיט רובשקן זיי העלפן אונדז מיט וו''ב.
די חילוק איז ביי העלפן מיינט גרינע דאלארן.ביי זיי מיינט עס זינגען און טאנצען און זאגן לחיים אויף אביסעל וואדקע.
אונזער געלט האט דא נישט געהאלפען אפשר גיימער אדאפטען זייער מהלך לאמער גיין טרינקען און טאנצען און דינען גאט מיט שמחה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:14 am
דורך הדד בן בדד
יאנקל האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:זייער א טרויעריגע טאג. א משפחה האט פארלוירן א טאטע (זיי זענען לכולו עלמא נישט שולדיג), א פרוי ווערט געלייקנעט איר פיין, א קהלה איז נישט וויליג צו דיעלן מיט אירע פראבלעמען אין א אפענע וועג. ס'איז נישט דא וואס צו יובלן, ס'איז נישט דא וואס צו שאלן. ס'איז ביטער ווי א זית.
זייער גוט געזאגט. א ווייטאג, א ווייטאג. כאטש די סברא זאגט אז ס'איז רגלים לדבר אז וועבערמאן האט געטון מעשים אשר לא יעשו, איז אבער דאך א דורכפאל פון יוסטיץ אז אויף גאנץ שוואכע באווייזן זאל מען קענען אריינזעצן א מענטש אויף אזויפיל יארן אין טורמע, און נאך פאראומגליקליכן אזויפיל מענטשן ארום.
וועבערמאן האט נישט געטארט באקומען אפילו איין מינוט מער תפיסה צוליב דעם וואס מ'וויל "שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי", אבער אז ס'איז שוין ליידער אזוי ארויסגעקומען, זאל עס כאטש דינען ווי א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי אז:
א) מאלעסטן קינדער איז אן עון בלתי יכופר
ב) פראבלעמען קענען מער נישט אריינגעשטופט ווערן אונטער דעם קארפעט
ג) יוסטיץ איז נישט פונקטליך, אבער עס דערגרייכט געווענליך די זינדיגע
ד) א "קלוגער יונגערמאן" איז נישט קיין "טעראפיסט"
ה) בעטן $150 דאלאר א שעה פאר "קאונסלינג" איז א רשעות
קיינער פון אונז איז מחולק מיט דיינע לעצטע פונקטן. מירהאלטן אבער אז ר' נחמיה איז אומשולדיק און איז א קרבם ציבור פון די שפלים ונבזים. היינט איז געווען קיין יוסטיץ די מידיע באריכטן די לעצטע טעג און דער היינטיקער פסק דארף אויפטרייסלען יעדן איד אז מיר זענען אין אן עקזיסטענציאלע סכנה דא אין אמעריקע.
דאס איז אמת אז די טאבלאידן, הויפטזעכליך דער "ניו יארק פאוסט", זענען געווען איינזייטיג אויף א שרעקליכן פארנעם. אבער די באריכטן פון פרעסטיזשפולע נייעס-קוועלער, ווי "ניו יארק טיימס", זענען געווען פיל מער באלאנצירט.
אפילו אזא איינער ווי דו וואס האלט אז וועבערמאן איז גענצליך אומשולדיג דארף נישט ארויסנעמען פון דעם יעצטיגן פסק אז מיר זענען אין אן "עקזיסטענציאלע סכנה דא אין אמעריקע." דער פסק איז יסודות'דיג דורכגעפוילט צוליב א פעלערהאפטיגן יוסטיץ-סיסטעם וואס לאזט מענטשן איבערגענומען ווערן פון די בכיות פון א שיין מיידל, און אויף דעם ארויף באזירן א פסק.
יאנקל, איך האב נישט געליינט אלע דיינע תגובות ביז אהער, אבער פון די וואס איך האב יא געליינט, איז דאס דאס ערשטע וואס איך בין מסכים מיט דיר אויף הונדערט פראצענט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:18 am
דורך הדד בן בדד
געוואלד געשריגן האט געשריבן:איינער פון זיי זאגט אז ס׳איז ממש א נס חנוכה
רבים ביד מעטים
A comment on VIN
יענער איז א היפאקריט, ער גלייבט דאך ניטאמאל אין דעם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:20 am
דורך הדד בן בדד
שמעקעדיג האט געשריבן:די ערגסטע פון אלעם איז נאך צו ליינען די גרוילהאפטיגע קאמענטס פון 'וואס איז נייעס'.
איך ווער צושאסן פון דעם.
א איד זאל שרייבן אז דאס איז א "נס חנוכה", און "פון די בעסטע טעג אין אונזער לעבן" איז א שאנדע און הארצרייסענד.
איך וויל נישט ארויסשרייבן וואס איך וואונטש די שונאי ישראל.
וואס איז נייעס איז א פלעינע אנטיסעמיטישע סייט. פינטל. איך וואלט ענדערש געליינט דעם אמסערדאם ניוס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:21 am
דורך יאיר
שרגא האט געשריבן:נאר למעשה, וואס זאל איך טון אז ליידער בין איך סייווי געווען איבערצייגט אין זיין שולד. און נאך איידער די דזשורי האט אנגעהויבן דן זיין דערויף. ממילא בין איך צופרידן פון דעם חלק אז א מענטש, וואס חוץ די עצם נידריגע מעשים האט ער פארראטן זיין פראפעסיאנאלע אויפגאבע און צומאל גאר מער קאליע געמאכט, גייט מער נישט זיין קיין טעראפיסט פאר קיין מענער אדער פרויען.
אויב מען מעג פרעגן, וואס האט דיר איבערצייגט, סתם סברות, אדער עפעס אינערליכע אינפארמאציע וואס איז פארהוילן פונ'ם פאבליק?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:22 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
petergrifin האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס מיינט 'סומאטאכע'?
בין איך דער איינציגסטער גולם וואס ווייסט נישט?
נײן איך בין דער צװײטער גולם
סומאטאכע- stir, uproar מהומה. מבוכה. confusion, [מקור, אוצר מילים של אלכסנדר הארקאווי].
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:01 am
דורך [NAMELESS]
מארגען אויף זייט A1 פון נא יארק טיימס
Abuse Verdict Topples a Hasidic Wall of Secrecyhttp://www.nytimes.com/2012/12/11/nyreg ... abuse.html
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:08 am
דורך kliger
i dont understand!!!!!!!!!
people answer that maybe its true
even its true why does anybody understand that its allowed al pi torah to give a punishment that america made ???
is that a torahdiga oinesh????
this is still msirah!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:08 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:19 am
דורך וויליאמסבורגער
צוויי אינטערסאנטע פרטים וואס כ'געזעהן אין ראשעקאל'ס לינקס:
1) נחמיה זיצט יעצט אין רייקערס איילינד
2) א פראסעקיאטער האט געזאגט פאר וואל סטריט זשורנאל אז מ'ארבייט אז נאך א קרבן פון וועבערמאן זאל ארויסקומען. (איך האלט נישט די אטעם)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:24 am
דורך איינער
פון דא
http://daattorah.blogspot.ca/2012/12/ho ... ty-as.htmlI don't understand the rules in the courtroom but for some reason when she responded to a question "Oh, you mean when he burned me?" the defense was all up in arms and the judge instructed her never to mention it again on the stand. Yes he even mutilated her young delicate body! A monster is not the word! This is only what he did to her. It just shows that all the others never got real professional help who would have been mandated reporters and then he might have been stopped earlier.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:29 am
דורך רואיק
שרגא האט געשריבן:אין די לעצטע 20 יאר זענען דא טויזנטער אנגעקלאגטע, אריינגערעכנט הונדערטער "רעיפיסט", וואס זענען דערקלערט געווארן שולדיג לויט דעם זעלבן יוסטיץ סיסטעם, אבער פינף,צען אדער צוואנציג יאר שפעטער האט DNA איבערצייגט קלאר אז זיי זענען אומשולדיג און זיי זענען ארויס פון תפיסה.
פוינט איז: א דזשורי איז נישט אייביג קיין "פרוף" אז יענער איז טאקע שולדיג, זיי קענען זיך אויך אמאל טועה זיין. איבערהויפט ביי די יעצטיגע קעיס ווען יענער "דעילי ניוס" זשורנאליסט האט קוים צוויי טעג צוריק נאכגעזאגט פון די "אלטערנעיט דזשורארס" אז עס איז "ספליט דאון די מידל" און איין דזשורי האט אים געזאגט נאכ'ן מיטהאלטן די גאנצע פראסעקיושען אז "עס איז נישטא קיין קלארע עווידענס". דעריבער קען איך פארשטיין אז איינער וואס איז פאר א געוויסע סיבה קלאר איבערצייגט אין זיין אומשולד, האלט זיך ווייטער ביי זיינעם און ווערט נישט געטוישט בלויז ווייל "די דזשורי האט אים פאראורטיילט". און עס לאזט זיך אויך ארגומענטירן אז מיט'ן זיין א חסידישער איד, איבערהויפט ווען די פראקורארן האבן אזוי סאך גערעדט דערפון און כסדר געלייגט א דגוש אויף דעם חלק און געוואלט פארבן אין שווארצע קאלירן די גאנצע קאמוניטי, האט ער סייווי געהאט שוואכע שאנסן אז די דזשורי זאל אים ריינוואשן.
נאר למעשה, וואס זאל איך טון אז ליידער בין איך סייווי געווען איבערצייגט אין זיין שולד. און נאך איידער די דזשורי האט אנגעהויבן דן זיין דערויף. ממילא בין איך צופרידן פון דעם חלק אז א מענטש, וואס חוץ די עצם נידריגע מעשים האט ער פארראטן זיין פראפעסיאנאלע אויפגאבע און צומאל גאר מער קאליע געמאכט, גייט מער נישט זיין קיין טעראפיסט פאר קיין מענער אדער פרויען.
פונדעסטוועגן, וויבאלד איך בין נישט קיין זעלבסט-האסנדער חסיד, וואלט מער געשמעקט אויב עס וואלט געקענט צוגיין אויף אן אנדערן אופן, אויף א וועג וואס זאל נישט ברענגען קיין חילול השם, אבער אויב איז אזוי געשען, זאל עס כאטש דינען אלס א גוטער למען ישמעו ויראו. עס זאל דערמאנען די געוויסע פראצענט פון "קראנקע מענטשן", אזוי ווי עס איז דא אין יעדע געזעלשאפט, אז אית דין ואית דיין, אפילו אויף דער וועלט. און עס זאל אויך דינען אלס לעקציע און דערמאנונג פאר איינעם וואס וויל אמאל טראכטן צו פארדעקן חטאים און שטופן אונטער'ן קארפעט אז עס לוינט ענדערש צו נעמען ערנסטע שריט, ווייל צום סוף קען עס קאסטן א טייערערן פרייז.
ביזט כשר גערעכט אז דער אמעריקאנער יוטיץ סיסטעם איז ווייט פון פערפעקט, איך וועל גיין נאך ווייטער און זאגן אז די פריזען סיסטעם איז קוראפטירט, און בפירוש אומליגאל (די קאנסטיטושן ערלויבט נישט "cruel and unusual punishment"), די רציחות און רעיפס וואס זענען מעשים בכל יום אין די תפיסות זענען לכל הדיעות cruel and unusual punishment. אבער יעצט אויף דער מינוט איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, מיר קענען דאך נישט לאזן מערדער און רעיפיסטס גיין פריי.
איך בין אבער מחולק מיט דיר אז דער קעיס איז עפעס מער פון א יחיד נחמיה וועבערמאן אויף טרייעל. מיר זענען די וואס האבן דאס געמאכט א טרייעל אקעגן סאטמאר/חסידים/חרידים מיט די שנאר אקציע, מיט די עדות אינטערדריקונג, מיטן זיך שטעלן אויפן צד פון וועבערמאן פאר די קעיס האט זיך אפילו אנגעהויבן. איי, איניסענט אנטיל פרואוון גילטי? דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף וועבערמאן, משא"כ די נפגעית איז כולו חייב זאל סיי וואס ארויסקומען ביים טרייעל. נישט נאר איז זי אפגעפרעגט, נאר איר פיר יעריגער נעפיו דארף ארויסגעווארפן ווערן פון חדר ווייל זיין מומע איז גילטי אנטיל פארעווער. נישט נאר גלייבט מען איר נישט, נאר מ'פראבירט איר און אירע קרובים מבזה צו זיין מיט ביליגע צונעמען, זונה, מופקרת וכדו'. אפשר וואלט מען געדארפט ווארטן ביזן טרייעל צו הערן וואס אירע טענות זענען, אפשר האט זי גאר באווייזן. בקיצור, מיר האבן זיך טיף אריינגעריקט אינעם פרשה און גענומען פעסט א צד, און מיר האבן זיך זעלבסט געלייגט אויף טרייעל.
ולא עוד, אמאל האט יעדער חדר יינגל געוואוסט אז צווישן זיך קען מען רעדן אפן אבער ווען ס'דא א פרעמדער מאכט מען א שיינעם פנים, מ'גיט א ווארעמער שלום עליכם פאר א האלבע גוי מיט א קוואדער קאפל און א קמץ בארד, און ווי נאר ער פוצט אפ לאכט מען אין די פויסטן. ווער ס'האט מיטגעהאלטן אויף טוויטער האט געזעהן אז אט דער אמאליגער מנהג איז גענצליך נשתכח געווארן. אפילו דער wannabe גרויסער פי.אר. קנאקער יוסי געשטעטנער מיט די דיפעדי-דא פיאות, וואס מ'וואלט געמיינט ער זאל פארשטיין בעסער און נישט טוויטן ברבים ראסיסטישע טוויטס, האט זיך צולאזט היתכן אן "עפריקען אמעריקען" וואגט זיך פראטעסטירן קעגן פארשטילן וויקטימס.
סוף פסוק, מיר האבן געעפנט א פענסטער אריין צו אונזער הויז און יעדער זעהט דעם באלאגאן. מיר וועלן נישט האבן קיין ברירה און מ'עמער מוזן מאכן א חשבון הנפש און תשובה טוהן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:35 am
דורך צוויבל מיט איי
איך זעה דא א קידוש השם. אז אפילו 12 פשוטע גוים האבן פארשטאנען אז מען מוז זיך אהנעמען פארן מיידל, טראץ דעם וואס זי שטאמט פון יידן. די שאלה יעצט איז נאר וויפיל בילדינגס די מוסדות וועלן מוזן פארקויפן אפצוצאלן דאס קינד אירע מיליאנען פארגיטיגונגס געלטער ביים צוקונפטיגן ציווילע משפט אורטייל. דער קאטוילישע קירכע אין באסטאן האט געסעטלט אזא
קעיס פאר 85 מיליאן דאלער, טיים וויל טעל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:40 am
דורך נולד מאוחר
וויליאמסבורגער האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע פרטים וואס כ'געזעהן אין ראשעקאל'ס לינקס:
1) נחמיה זיצט יעצט אין רייקערס איילינד
2) א פראסעקיאטער האט געזאגט פאר וואל סטריט זשורנאל אז מ'ארבייט אז נאך א קרבן פון וועבערמאן זאל ארויסקומען. (איך האלט נישט די אטעם)
פארוורס דארפן זיי יעצט נאכאיינעם, ער איז דאך שוין גילטי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:41 am
דורך הדד בן בדד
outspoken האט געשריבן:לייען זיינע TWITTER (וואס אסאך האט ער שוין אויסגעמעקט) וועסטו שוין פארשטיין בן תמליון
קיין HERO וועט ער שוין נישט זיין, ווייל ער האט זיך אויפגעפירט ווי א נידריגע גאסן אינג
ער האט זיך אויפגעפירט ווי א נידריגער גאסן יונג ווייל ער איז א נידריגער גאסן יונג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:42 am
דורך נולד מאוחר
פאר פיפצען יאר ציריק וואלט איר רעדער פון איר קאר געווען אויסגעשטאכן זי און שפיטאל ציקנאקט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:42 am
דורך [NAMELESS]
נ.י. פאוסט מיט זיין ווילדע העדליין
Hasidic molest monster guilty* Guilty of all 59 sex charges * ‘Happy tears’ for accuser * B’klyn Satmars rip verdict
http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... iCaSb8lUQK
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:46 am
דורך יאיר
א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.