בלאט 72 פון 179
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:08 am
דורך שלום על ישראל
עפעס אזוי האט געשריבן:איך מיין נישט צי קריטקירן, אבער אינדהיים האביך א בוק מיטן נאמן "דער בדחנס דיירי" (עפעס אזוי ספעלט מען עס) תכל'ס דיינע לעצטע פאר פיינע וויצן קוקן אויס ווארט ביי ווארט...

ווען עס איז ארויסגעקומען האט מען עס גערופן דער בדחן'ס דייעריע...
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:33 am
דורך געוואלדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:C/P
כ׳רוף אן מיין מאמע אז כהאב געבוירען א אינגעלע.
פרעגט זי מיר ״וואס האט דיין ווייב געטוען בשעת מעשה?״
וויאזוי איז עס c/p מיט דיינע ספעלינג מיסטעיקס?

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 6:06 pm
דורך היסטאריקער
וויאזוי זאגט מען
א טעללער אין די באנק אויף לה"ק?
יפל מצדך אלף ורבבה מימינך אליך לא יגש רק בעיניך תביט ושלמת רשעים תראה
וויאזוי זאגט מען "ביז פערצען טאג" אויף לה"ק?
עד שיפוח היום
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 7:50 pm
דורך ווייל אזוי
משה איז געווען אביסל א אינטערעסאנטע בחור אין די ישיבה.
די בחורים פלעגן איהם אייביג זאגן אז ער איז משוגע איין טאג רופט ער זיך אן אז ער האט א ראי' אז ער איז נישט משוגע ווייל איינער וואס איז עכט משוגע זאגט מען עס נישט איהם אין פנים.
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 5:35 am
דורך עפעס אזוי
ביי אונז אין ישיבה פלעגט זיין א בחור, וואס מען האט געזאגט אז ער ווערט קיינמאל נישט חתונה האבן, צום סוף האט ער חתונה געהאט די מערסטע מאל.
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 1:44 pm
דורך אברך משי
היסטאריקער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "ביז פערצען טאג" אויף לה"ק?
עד שיפוח היום
ולפי זה, "דער פערציגסטער טאג" איז "יום הנפיחה הגדולה ביותר" ודו"ק
און ביטע געבן א לייק אויב איר האט געשמייכעלט פון מיין חידוש!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 11:19 pm
דורך 65th
א גאליציאנא איד איז א מאהל גיקומען צי גאסט בא א בעקאנטן צי ניצין דעהם בית הכבוד
זהעדיג דארט ״קלינעקס טישוס״
האט עהר זיך זעהר גיווינדערט
אויב זיי ניצין דאס פאר פנים של מטה ווער ווייסט וואס זיי ניצן פאר פנים של מעלה....
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:08 am
דורך קאמענטירער
מען דערציילט אויף א גאליציאנער עושר וואס סהאט זיך געמאכט אז ער איז געבליבען שטעקן ביין באן שטאציאן נישט קענעדיג אהיימגיין צוליב די שלאקס רעגן
האבען אים זיינע חברים געפרעגט:
ר' משה פארוואס קויפט איר נישט א שירעם בייןם פעדלער איר זאלט קענען אהיימגיין?
ענטפערט דער קמצן:
וואס הייסט איך האב דאך שוין א שירעם אינדערהיים, פארוואס עפעס זאל איך יעצט קויפען נאך איינס...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 11:37 am
דורך קל וחומר
ווען נחום זאגט איך בין 'אוט אוו טאון פאר א מקוה' זאגט ער נישט קיין ליגנט ודו"ק..
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 11:41 am
דורך יעלה ויבא
ליטוואק לחסיד: למה מביאים לאדמו"ר צלחת מלאה בפערפעל, כשהוא אוכל רק 3 כפיות?
חסיד לליטוואק: מאותו סיבה שהראש ישיבה שלך נכנס להיכל עם בבא בתרא עבה, כשהוא לומד רק 3 דפים במשך כל הזמן.
lead, follow, or get out of the way
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
זייט די עולם איז אין די קאנטרי'ס מיטשעט זיך דער לאשאנצער יעדער נאכט מיט מנין פאר מנחה מעריב. בקושי קראצט ער צאם קארגע פיר.
היינט האט ער ארויס געפאקט אויפן באלעמער א מענטשעלע פון 'פאוקימאן' ביז א מינוט האט ער געהאט אן אווער'לאדעט שוהל...
ק/פ
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 9:22 am
דורך א איד
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זייט די עולם איז אין די קאנטרי'ס מיטשעט זיך דער לאשאנצער יעדער נאכט מיט מנין פאר מנחה מעריב. בקושי קראצט ער צאם קארגע פיר.
היינט האט ער ארויס געפאקט אויפן באלעמער א מענטשעלע פון 'פאוקימאן' ביז א מינוט האט ער געהאט אן אווער'לאדעט שוהל...
ק/פ
עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 12:44 pm
דורך אברך משי
אנדערע וואלטן אבער בטעות געשאסן ר' דן סגל...
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 1:29 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
א איד האט געשריבן:עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.
כנראה האסט פארגעסען, כנוס כלל ישראל האט געהאט א באמבטסטישע עולם, אפי נאך א סטעדיום איז געווען אין באנוץ.
זיי דארפן נישט די פאקמען מענטשליך, אז לוי יצחק זילבער וועט שרייען סיטי פיעלד וועלען 40 טויזענט מענטשן שרייען קדוש
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 4:16 pm
דורך א איד
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:א איד האט געשריבן:עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.
כנראה האסט פארגעסען, כנוס כלל ישראל האט געהאט א באמבטסטישע עולם, אפי נאך א סטעדיום איז געווען אין באנוץ.
זיי דארפן נישט די פאקמען מענטשליך, אז לוי יצחק זילבער וועט שרייען סיטי פיעלד וועלען 40 טויזענט מענטשן שרייען קדוש
איר כאפט נישט קיין וויצן?
איך האב זיך גע'ישוב'ט צו איך זאל עס אריינלייגן אינעם
פאוקימאן אשכול? אדער דא?
קען זיין עס באלאנגט אהין? ווער ווייסט...
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 9:52 am
דורך [NAMELESS]
איך בין היינט געשטאנען אין ביהמ"ד און אויסגעטון רשי"ס תפילין, אינמיטן קומט אריין א אינגערמאן פון פאליש אנגעטון אין טו"ת קוקט אביסל אויפן עולם און גייט צו צום ארון הקודש און געט א עפען אויף! די שמש וואס איז פונקט דארט געווען געט א שריי אויף עם 'העי! האלאו.. ס'דינסטיג היינט... וואס טאטשטו די ארון קודש...? אבער יענער דרייט זיך אויס און ווייזט פארן שמש 'נו, אה, נא... פאקי...פפאקימאן... נו אה...
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 11:17 am
דורך שמעקעדיג
דער שמש האט אויך א טעות געהאט. מיטוואך שרייעט ער עס איז דינסטאג היינט?
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:51 am
דורך קאמענטירער
ענדערש צו שטיין שלעכט ווי גוט זיצען...
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 1:21 pm
דורך וואלווי
קאמענטירער האט געשריבן:ענדערש צו שטיין שלעכט ווי גוט זיצען...
ס'דא אסאך אנדערע משמעות און דעם.
ווי (אזוי) איך האב עס אפגעליינט וואלט איך אפשר געזאגט פארקערט...
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 7:33 pm
דורך סמבטיון
שאלו את הרבנים האם מותר להשתמש בווצאפ בי"ז בתמוז?
התשובה הייתה חיובית! מכיוון שמותר להתעסק אם כל מה שקשור לחורבן, והווצאפ הביא לחורבן הדור!
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 5:09 pm
דורך סמבטיון
כשאשתך אומרת לך : אני לא כועסת עליך ,
זה כמו שרופא השיניים אומר לך : זה לא ייכאב...
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 5:28 pm
דורך סמבטיון
ראיתי זקן באיצקוביץ בא למנחה בלי שלייקס שאלתי אותו אהרלה אתה לא מפחד שיפול לך המכנסים?
אהרלה ענה לי ר' חיים אמר בבני ברק לא יפול כלום....
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 8:29 pm
דורך דער דאס
א כולל יונגערמאן פרעגט זיין חבר, ביסטו טאקע מקיים צו זאגן א מילתא דבדיחותא פאר די גייסט לערנען?
אוודאי ענטפערט ער, יעדן טאג פאר איך גיי ארויס פון דערהיים, זאג איך פאר מיין ווייב, איך גיי לערנען...