בלאט 72 פון 214

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:36 am
דורך אלגעמיין
שלום עליכם! קודם כל ישר ככחם פאר די פארוואלטער פונעם קאווע שטיבל! איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א לענגערע צייט און האב גאר הנאה פון מערערע אפטיילינגן. עס איז פארגענוגען זיך צו באקענען מיט אזויפיל טאלאטפולע שרייבער פונעם היימישן ציבור. די ידיעות נפלאות אין אלע הינזיכטן, אה, ממש א געשמאק!
אסאך טובות הנאה האב איך פון דעם פלאץ אסאך גוטע עצות אין לעבן קען מען דא באקומען.
פיל מאל האב איך געפילט אז איך "מוז" זיך אריינשרייבן צו קענען ענטפערן אדער קאמענטירן אויף געוויסע זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן דורך די יארן (אדער צו קענען "לייקן" אלס אות הכרת הטוב פאר מיך מהנה זיין!) אבער משום איזה סיבה איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון און איך בין געבליבן ביים לייענען ווי א זייטיגע צוקוקער.
למעשה יעצט איז עס געשען...
כ'האף צום אייבערשטען אז איך זאל קענען צוגיבן צו די שיינקייט פונעם שטיבל לויט מיינע מעגליכקייטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:38 am
דורך אחי ורעי
איף וויל שראבן זיך אויס צי געבן מיין הארץ אין פאר ברענגען מיט א פאר געניגען איך ווייס נישט וואס אן צי פילן פאר 40 ווערטער ביטע נעמט עס אן אזוי א גרויסן יישר כח פאר מערכת פען קאווע שטיבעל

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:39 am
דורך משה פנחס
כאטש וואס איך בין פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, נישט האבנדיג קיין סאך איבריג צייט צו זיין פארנומען מיט שרייבן און ליינען, איז אבער קאווע שטיבל געווען א געשמאק פלאץ פאר מיר צו פארברענגען און זיך אביסל אויסלופטערן. אבער פארוואס בלייבן א גאסט און נישט פרובירן אביסל צושטייער צו געבן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:39 am
דורך מאנסיער יוד
נייגעריג און אביסל א ידען קען חסידישע היסטאריע און קורענט איווענטס קען זיך אויס אין מאנסיער פאליטיקס אידישע נייעס און די וועלט אין די מידיא און ארץ ישראל פאליטיק וכדו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:40 am
דורך אחינו
דער נאמען קאווע שטיבל איז הולך וגדל עד כי גדל מאד און איז וועלן בארימט מיט איהר שם טוב אלץ אן ערליך ווינקל ווי חסידים ואנשי מעשה טרעפן זיך צוזאם איבערצושמועסן ענינים העומדים על הפרק.

עס איז מיר א גרויס כבוד צו ווערן א חלק דערפון.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:41 am
דורך זכרון משה שטיפער
קיין סאך וויל איך נישט פארציילן איבער מיר ברבים, ווייל איך האב די טבע פון עניוות, אבער אויב ווילט איר וויסן וועל אייך זאגן, איך בין א תורה דיגער אינגערמאן וואס דריידט זיך אסאך אין זכרון משה אין ירושלים, און האב שטארק הנאה צו היימישע שמועסן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:42 am
דורך חרוסת
Hi I’m 22 years old and I love reading and writing that’s why I chose kave shtibel a great place to place to take a minute of rest with high volume reading material

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:42 am
דורך אהבת ה'
יאך בין פיל מיט ידיעות ב"ה און איך וויל זיך בארייכערן, און פארשטייט זיך צו קענען משפיע זיין און שעפן פון די חברים אלעס וואס מקען קונה זיין. איך קוק שוין נאך קאווע שטיבל א לאנגע צייט און סגעפעלט מיך זייער וויאזוי יעדער איינער קען ארויסגעבן זיין דעה אויף זיין וועג מיט א ריכטיגע בליק און א קאפ אויפן פלייצעס, לכן פריי איך מיך זייער צו קענען זיין א חבר..

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:43 am
דורך טייערער לאווער
איך האב ליב צו פארברענגען רערן, דערציילן, שמעוסן, ליינען, דורכטוהן, כדי אזוי ארום ארויס האבן זאכן קלאר ווי די טאג, וכל כולם צו פארברענגען אין "ליבשאפט"!

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:44 am
דורך רבותינו
קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, און אזוי אויך אמאל איבער געבן פון מיין אייגענע עקספיריענס. און דאס איז א חוץ פון די אנדערע תוכן'דיגע זאכן וואס מ'קען דא טרעפן.
א גרויסען יישר כח

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:29 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
רבותינו האט געשריבן:קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, און אזוי אויך אמאל איבער געבן פון מיין אייגענע עקספיריענס. און דאס איז א חוץ פון די אנדערע תוכן'דיגע זאכן וואס מ'קען דא טרעפן.
א גרויסען יישר כח

איך גלייך דיין ניק אינטערעסאנט ס'נאך פאר קיינעם נישט בייגעפאלן

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:30 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, און אזוי אויך אמאל איבער געבן פון מיין אייגענע עקספיריענס. און דאס איז א חוץ פון די אנדערע תוכן'דיגע זאכן וואס מ'קען דא טרעפן.
א גרויסען יישר כח

איך גלייך דיין ניק אינטערעסאנט ס'נאך פאר קיינעם נישט בייגעפאלן

חוץ פון דעם זעסטו אויס שוין ווא אן עקספיריענסד שרייבער

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:34 am
דורך חסיד

יש מ'רבותינו' דורשים אז דער איז א היימישער שנתחדשו ניק'ותיו,

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:52 am
דורך בן אדם
ווי בין איך דא?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:18 pm
דורך דער דאס
אלגעמיין האט געשריבן:שלום עליכם! קודם כל ישר ככחם פאר די פארוואלטער פונעם קאווע שטיבל! איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א לענגערע צייט און האב גאר הנאה פון מערערע אפטיילינגן. עס איז פארגענוגען זיך צו באקענען מיט אזויפיל טאלאטפולע שרייבער פונעם היימישן ציבור. די ידיעות נפלאות אין אלע הינזיכטן, אה, ממש א געשמאק!
אסאך טובות הנאה האב איך פון דעם פלאץ אסאך גוטע עצות אין לעבן קען מען דא באקומען.
פיל מאל האב איך געפילט אז איך "מוז" זיך אריינשרייבן צו קענען ענטפערן אדער קאמענטירן אויף געוויסע זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן דורך די יארן (אדער צו קענען "לייקן" אלס אות הכרת הטוב פאר מיך מהנה זיין!) אבער משום איזה סיבה איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון און איך בין געבליבן ביים לייענען ווי א זייטיגע צוקוקער.
למעשה יעצט איז עס געשען...
כ'האף צום אייבערשטען אז איך זאל קענען צוגיבן צו די שיינקייט פונעם שטיבל לויט מיינע מעגליכקייטן.

שלום וברכה, כ'האף אז דו וועסט זיך גוט געפונען דא..

עפעס א גלעקל האט מיך אנגעהויבן קלינגען ווען כ'האב געליינט וואס דו שרייבסט, דא איז וואס איך האב געשריבן אין מיין ערשטע מעסעדזש, גאנץ אינטרעסאנט..

דער דאס האט געשריבן:שלום עליכם! קודם כל יישר כח קאווע שטיבל! איך לייען שוין קאווע שטיבל כמעט זינט איר גרינדונג ס'איז נישט דא עכט קיין ווערטער ארויס צוברענגען וואס קאווע שטיבל מיינט פאר מיר. אסאך געלאכט צימאל געהאט טרערן און איבער אלעם אנגעפאנגען טראכטן...
אסאך טובות הנאה האב איך פון דעם פלאץ אסאך גוטע עצות אין לעבן קען מען דא באקומען.
פיל מאל האב איך געפילט אז איך "מוז" זיך אריינשרייבן צו קענען ענטפערן אדער קאמענטירן אויף געוויסע זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן דורך די יארן (אדער צו קענען "לייקן" אלס אות הכרת הטוב פאר מיך מהנה זיין!) אבער משום איזה סיבה איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון און איך בין געבליבן ביים לייענען ווי א זייטיגע צוקוקער.
למעשה יעצט איז עס געשען...
כ'האף צום אייבערשטען אז איך זאל קענען צוגיבן צו די שיינקייט פונעם שטיבל לויט מיינע מעגליכקייטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:20 pm
דורך דער דאס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:22 am
דורך קל וחומר
אורים ותומים האט געשריבן:פון קינדווייז אן גענישטערט וואו אימער
געלעכצט געוואויר צו ווערן מער און מער
אדורכגעאקערט יעדן ספריה און צימער
געלעכצט און געפרעגט, מכדי - אמער.

פה אשב כי אויתיה, שלום לשמאל ולימין
תלמידי נח איש צדיק, מאמין ואינו מאמין
שחורה אני ונאוה -בהכרה תלויים המומים
עוד יאיר ויזוקק שבעתיים באורים ותומים.

יעצט באמערקט דעם רמז!
בריך רחמנא שלא הסיר חכמה מאתנו!

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 9:00 am
דורך איש את רעהו
רבותינו האט געשריבן:קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו,

קום נישט אריין אין מיין תחום..
איך בארעכטיג נישט קיין פרעמדן צו רעדן אין מיין נאמען....

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:27 pm
דורך יוני ברוקלינער
אני יוני הברוקלינער ,מיין אינטערדאקשען גייט אזוי:
אינטערטעינמינט (אויב איך האב עס גיט געספעלט) דאס ברענגט מיך אהער, אין 2017 לעכטץ איך נאך אביסל כשרע אינטערטענמינט, שטיפען מיין טייערע צייט דורך אביסעל קנאקן אויפן קיבורד מיטן פולן טעמפו , ווען מיין קליינע פיצי טראמפ פינגערס שטיפען זיך ארויף אויפן קיבורד אוי די תוצאות, יבאו האותיות וידברו.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:28 pm
דורך מיסטעריע
א גוטן טייערע חשובע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אחדשה"ט וכט"ס.

איך בין שוין א קאווע שטיבל ליינער מיום היווסדה, קיינמאל נאכנישט אזוי געפילט דער נחיצות צו אריין רעדן צווישן די גרויסע לייט, אבער ההכרח לא יגונה, דאס לעצטע וואכעדיגע עפיזאד אין לעיקוואוד, האט מיר אזוי צוטרייסלט, אזש איך האב געפילט איך מוז ווערן א "חבר בפועל" אין זעהן אז די נושא זאל נישט אראפ גיין פון טיש, דאס זאל ווערן דער געשפרעך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, ווייל עס איז נישט מעגליך צו לעבן לויט אונזער קאראפטירטער געזעלשאפט, און נאך אלס קענען אויסקומען דעם חודש, דער איינציגסטע עצה לדעתי, איז אראפנעמען די עול האדמורי"ם ורבנים מיט זייערע שווערע תקנות.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:29 pm
דורך ראש חודש איד
קאווע שטיבעל איז די בימה ווי יעדער האט א רעכט צו זאגען א דבר חכמה און א דעה און נישט ווערן אפגעפרעגט וועגן א נייע מין געדאנק וואס איז נישט געווען אזוי מקובל ביז היינט, דערפאר פיל איך גיט צו זיין א חבר און מיטטיילען ידיעות וכו' און מיינוגען וואס איך האלט און פארשטיי אז דאס איז כדי צו נעמען און באטראכט אפשר קען מען טראכטן ברייטער טיפער און מיט נייע געדאנקען און סנישטא נאך אזא פלאץ און די גאנצע אינטערנט וועלט ווי היימיש אידיש ווערט אויסגעשמיסט אביסעל ארויס פון די באקס

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:31 pm
דורך רביש‎ ‎קינד
i am a yungerman i wont to sraben of yidish val english is not my starke points ober bisderval hot my kipad nist kan hebrew option mane seifos is tsi dinen the basefer bemes afile segait swer ich bin chasidic in probir tsi hoben chavirim fin ale yidishe kraizen 

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:32 pm
דורך דער בארישיער
איך וויל זיין אין קאנטאקט מיט אנדערע היימישע אידיש ריידנדיקע אידן. מיינע אינטערעסן נעמען אריין לערנען, השקפה, אמעריקאנער אידישע מקובלים, אידן וועמען געפעלן שטוב חיות און דיא אידישע שפראך.