בלאט 73 פון 164
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:48 am
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
נעבעך נעבעך. די באבובער גרינפעלד האט אים מאלעסטעד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:49 am
דורך [NAMELESS]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zqX7WauEDlw[/youtube]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:51 am
דורך נולד מאוחר
Hynes also said his office would seek to have Weberman sentenced on the top count and may ask Judge John Ingram to order the sentences to run consecutively instead of concurrently.
פון די נ.י.פאוסט וואס ראשקאל האט געלינקט .
וואס מיינט קאנסעקיטיוולי און קאנקארנטלי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:52 am
דורך [NAMELESS]
קאנקארענטלי מיינט אין די זעלבע צייט און קאזעקאטעוולי מיינט איינס נאכן צווייטען
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:54 am
דורך הדד בן בדד
boxcover האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איינע פון די
קאמענטס אויף די דעילי ניוס:
Jared_Aurbach2 hours ago
In the spirit of coming forward! Here's my story!
I'm a 33 year old ex hassid, I haven't been back to NY and my family for over 10 years now. The Wbberman case really intrigued me and I hope he will rot in prison really soon.
When I was 10 years old, I was sent to a summer camp where Rabbi Horowitz served as the head counselor. I had a pretty good time, until one day I stayed in my room instead of going to the pool, one of my counselors came into my room, long story short, he started fondling me but it ended there and I promised him not to tell anyone and he promised it won't happen again, unless I liked it.
A few hours later, while I was still all confused about what happened, didn't know if I should call my parents, talk to another counselor, my Rabbi or anyone else. But I took the courage and went to my head counselor Rabbi Y Horowitz.
I told him my story, and he told me these words "Mach dir nisht meshiga es iz goor nisht geshehn" and later went on to tell me "Ich vil nisht heren derfin nuch a mool". He warned me not to talk to anyone in the world about this!
I didn't, I didn't have the courage again to talk to anyone about it! But that counselor, came back three days later and went on to rape me, I was forced to go meet him in the woods, where he would rape me for an hour, nonstop, about three times a week.
YANKY I DON'T KNOW HOW YOU HAVE THE GUTS TO CALL YOURSELF A VICTIMS ADVOCATE!
I know that I can't arrest you, nor can I do you any harm. But I know this, doesn't matter if this comment will be allowed on your site, my story and the story of at least three others, (including a hasidic father of nine) will be very well documented and known to all in the next few months.
I don't have the courage and power, yet, to have kids of my own, but for those of you who are lucky enough to have a family, KEEP YOUR KIDS SAFE!
Low blow
זאג נאר, ווען ער וואלט דאס געשריבן קעגן וועבערמאן וואלסטו דאס אויך געזאגט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:28 am
דורך הדד בן בדד
איך האב היינט נאכט געצינדן חנוכה לעכט גאר שפעט, איך שעם מיך צו זאגן ווען, ווייל איך בין פלעין געווען שוידערליך צובראכן, איך קען נישט קומען צו מיר.
יעצט גייט צוריק זייט מוחל צום אנהייב אשכול וועט איר זעהן אז איך בין געווען דער ערשטער צו שרייען אז דער גאנצער מהלך פון וויזוי זיין קאונסלינג איז צוגעגאנגען איז פעלערהאפטיג און טאר נישט איבערגע'חזר'ט ווערן, איך האב נאך דעמאלס געהאלטן אז עפעס איז נישט גלאטיג דא, אבער דאך האט דאס מיך זייער צובראכן. איך קען נישט וועבערמאן, און איך ווייס נאך יעצט נישט צו ער איז שולדיג אדער נישט. איך בין אבער כמעט זיכער אז די מעשה וואס זי האט דערציילט אין קאורט איז נישט אמת.
אבער לאמיך טרייען מיך מסדר צו זיין מייינע ווערטער. איך האב אפאר יאר צוריק גערעדט צו א גרויסן קרימינעל לויער זאגט ער מיר, אז אויב איך זאל היינט דארפן פארטיידיגן א מערדער, אדער איינער וואס האט געטרייט צו באשווינדלען א באנק, אדער נאך ערגער, די רעגירונג, וועל איך אננעמען דעם מערדער קעיס אסאך שנעלער ווי דעם שווינדל קעיס. און ער האט באטאנט אז מען רעדט נישט פון איינעם וואס האט פאקטיש אויסגעפירט דעם שווינדל, ער רעדט נאר פון איינעם וואס האט געטריייט.
און ער האט מיר אליינס געזאגט כהאי לישנא: א לאנד ווי א מארד איז א פיל קלענערער פאברעכן ווי טריייען צו שווינדלען, איז אין זייער א בעד שעיפ. דאס וווייזט אז געלט איז פיל ווויכטיגער ווי מענטשליכע לעבנס.
און דאס ווייזט אויף אונזער גאנצער (אומ)יוסטיץ סיסטעם ווי קארופטירט דאס איז.
מיינער א נאנטער מענטש איז אמאל געווען א עדות פאר די רעגירונג אין א טרייעל, און איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג ווי מען האט אים טרענירט גאנצעטע טעג מיט גאר געשולטע לויערס ווי אזוי צו רעדן אין קארט, ווואס צו זאגן, וויאזוי בייצושטיין א קראס עקזעמינעישאן, און צודעם האבן זיי אן קייין בושה צוגעלייגט צו די מעשה זאכן וועלכע זענען פאקטיש קיינמאל נישט געשעהן, און זיי האבן עס געווואוסט. און יענער איז נישט דירעקט א גרויסער חכם, און דאך האט ער געמאכט א גוטן דשאב, היינט ווען די מיידל קומט עדות זאגן, טוט זי דאס אויך נאר נאכדעם וואס זי איז דורכגעגאנגען גרונטליכע טרענירונגען, און זי איז דאכצעך מיר גאנץ א קלוגע מויד, דעריבער איז דאס וואס זי האט אזוי גוט גערעדט, קיין שום ראי' נישט.
בכלל דער געדאנק אז די רעגירונג קען אזוי שטארק צוגרייטן דעם עדות איז שוין א אנדייטונג אויף א פארפוילטער סיסטעם.
און נאך מער שוידערליך זענען די פארשריפטן. אמת, מען קען נישט ערווארטן אז עס זאלן זיין געהעריג עדים אויף יעדער רעיפ אדער מאלעסטעישאן קעיס, אבער מען דארף דאך דאס אליינס נעמען אין באטראכט און דעריבער טאקע דארף מען זיך רעכענען מיט דעם, און נישט קענען אוועקלייגן מענטש אויפן לעבן אויף אזעלכע סארט ראיות. ווי יאנקל האט שוין אויבן געזאגט, אז אזא סיסטעים וועלכע ערלויבן צו פאר'משפט'ן א מענטש אויפן לעבן, אויפן סמך פון דאס עקטן פון א שיין מיידל, איז דורכגעפוילט ביזן גרונד.
און מען קען מיינען אז די מענטשן דא באדערט טאקע אזוי שטארק שמוץ. אין אמעריקא איז דאך יעדע סארט שמוץ מותר. מותר? וואס רעד איך? עס איז גאר לויבנסווערד. און וואס מער אומווערדיגע דער מעשה איז, אלס מער לויבנסווערד איז עס. איי מיט וואס זענען זיי נאך מאראליש, מיט וואס פילן זיי זיך מער ווי די מאלפעס אין די דשאנגלען? מיט דעם וואס זיי באהאנדלען גאר גאר שטרענג מאלעסטערסס.
אבער נאך די גאנצע מעשה איז דאס גרעסטע וווייטאג אויף שמו הגדול המחולל בגוים. איך וויייס ניישט וואס צו זאגן, עס דערנענטערט זיך דעם טאג וואס עס וועט פשוט זיין א בושה צו גיין אנגעטוהן מיטן חסידישן לבוש, און די פאר וואס וועלן גיין אזוי, וועלן די בארי דיייטש'ס און ראביי האראוויץ'ס פון די וועלט אים באשרייען און באזינגען "מאלעסטער". אבער איך גלייב אז צום סוף וועט דער רבונו של עולם זיך אננעמען פאר זיין כבוד.
און צום לעצט. יא, איך בין גאר גאר דערשראקן, עס קוקט מיר אויס מער און מער אז א חסיד'ישער איד קען אין אמעריקא נישט האבן קיין פעיר טריייעל. דער קאנסטיטוציע וועלכע טוט גאראנטירן פאר יעדן בירגער א פעיר טרייעל גילט נישט ווען די רעדע איז פון א חסיד'ישן איד. און די פראקורארן ווייסן דאס, און זיי וועלן אנהייבן אפערן שווערערע און שווערערע פלי בארגענס און מען וועט נישט האבן קיין ברירה, ווייל אזוי וועט דאך נאך זיין נאך ארגער. און איר קענט זאגן וואס איר ווילט, אבער ווען דער פאוסט זאל ווען שרייבן אויף די שווארצע געמיינדע האלב פון וואס ער האט לעצטענס געשריבן אויף די חסיד'ישע געמיינדע, וואלט עס שוין געווען פארמאכט און צענדליגער לאו סוטס וואלטן זיך געהאלטן אינמיטן וועבן קעגן אירע בעלי בתים און שרייבער. אבער וווען עס איז אידן, איז אלעס מותר. יא, עס איז נוסח שטירמער, און עס איז פלעין און פשוט שרעקעדיג.
אידן, צו וועלכן לאנד קען מען זיך אריבערקלייבן. אבער ערנסט גערעדט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:37 am
דורך יואליש
הדד בן בדד האט געשריבן:און מען קען מיינען אז די מענטשן דא באדערט טאקע אזוי שטארק שמוץ. אין אמעריקא איז דאך יעדע סארט שמוץ מותר. מותר? וואס רעד איך? עס איז גאר לויבנסווערד. און וואס מער אומווערדיגע דער מעשה איז, אלס מער לויבנסווערד איז עס. איי מיט וואס זענען זיי נאך מאראליש, מיט וואס פילן זיי זיך מער ווי די מאלפעס אין די דשאנגלען? מיט דעם וואס זיי באהאנדלען גאר גאר שטרענג מאלעסטערסס.
ר' איד, איר האט בארירט איינע פון די יסודות פוון די פראבלעם ביי אונז: איגנאראנץ איבער די אמת'ע חורבנות פון מאלעסטעשאן. די פראבלעם פון מאלעסטעשאן האט גארנישט מיט קדושה אדער מאראל. זעראו.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:51 am
דורך וואלד רויבער
זייער שיין געשריבן, אויב די פילסט אז אמעריקע איז שוין אזוי ווי שפאניע וכו' ווי א איד קען נישט האבן די מינימאלע רעכטן, דאן קענסטו זיך אריבער ציען אויף 'קרית יואל...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:00 am
דורך zurich
וואלד רויבער האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, אויב די פילסט אז אמעריקע איז שוין אזוי ווי שפאניע וכו' ווי א איד קען נישט האבן די מינימאלע רעכטן, דאן קענסטו זיך אריבער ציען אויף 'קרית יואל...
אדער אין מאנסי..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:21 am
דורך וואלד רויבער
נא,נישט גוט.. מאנסי האט נישט קיין אייגענע 'פאבליק סעיפטי '....
ווי פלעגט ר' יואל לעבאוויטש זאגן, ..."אינטערנעשענל אפילו ביז קרית יואל..."
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:51 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
ווער ס'קען זיין משפחה ווייסט אז ער איז אביסל גערעכט אבער איך ווייס נישט וויפיל מ'קען איהם גלייבען..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:02 am
דורך gehlungen
טעפל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
ווער ס'קען זיין משפחה ווייסט אז ער איז אביסל גערעכט אבער איך ווייס נישט וויפיל מ'קען איהם גלייבען..
Not every child that's so called mollested goes off the derech. Not every child that goes off the derech was mollested. But there is for sure a connection between 1 & the other VD"L
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:03 am
דורך איינער
איך זע אז דער עולם האט נישט גענומען די צייט
דאס צו ליינען, קאפי איך עס דא. אז מען זאל וויסן אז מען רעדט דא פון א מעגליכע מאנסטער. און די מעשה וואס יואליש האט גערעדט האב איך שוין אויכט געהערט פון איינעם וואס עס געהערט פון דעם בעל מעשה אליין..
סאטמאר איז קארפעט באמבד
און די לעצטע פאר װאכן זעמער אונז אלע געװארן אראפגעלײגט אין די מעין סטריעם מידיע װי "אומהײלבארע מטורפים", "ערגער װי די מאפיא", װאס נעמט זיך אן פאר שלעכטע מענטשן און אטאקירן אושולדיגע קרבנות, אונזערע שונאים מבית ומבחוץ האבן זיך געהױבן די קעפ, אונזערע פנימער פלאמען פאר בושה
רעאקציע
טייל פון הײמישע אקטיװיסטן װאס האבן א גרױסע מאנגע ליסטע פון נאכפאלגערס אױף טװיטער, אזױװי מײנע גוטע פרײנד יג, שר, יל און נאך, האבן גענומען אױף זיך צו עפענען א קאונטער אפענסיװע אפצושרײען די אטאקעס, רופנדיג די אנטי-דת שרײבערס נאציס, דער ני פאוסט דער שטירמער אא”װ
מאנכע אנדערע עסקנים אזױװי רא”פ האבן אױסגעקליבן דעם שתיקה יפה, נישט װעלנדיג מאכן דעם אײנדרוק אז אונז גײמער מלחמה מיט די רעגירונג לטובת א אנגעבליכער פארברעכער
די פסק פון די דזשורי
װי א דונער אינמיטן העלן טאג האט געטראפן דעם הײמישן עולם אין זיפ קאוד 11211 די פסק אז נ”װ איז שולדיג אױפן ערגסטן, דער הײמישער עולם ארױנים און זלױנים צוגלײך זענען צושאסן, סאיז מיר זײער גרינג צו פארשטײן די עגמת נפש, צער און אנגסט פונעם הײמישן עולם, פונקט מיט א װאך צוריק האב איך געהאט די זעלבע רעאקציע, כהאב נישט געקענט עסן, שלאפן, דאװענען, איך בין געװען אומשטאנד ארױסצוגײן און אײנעם צורײסן
נחמי' װעבערמאן איז א רוצח
סאיז געװען װען סאיז אנגעקומען צו מיר א טעלעפאן רוף פון א היימישער יונגערמאן פון קרית יואל װאס האט צוריסן מײן הארץ און געעפנט מײן גענעראטישע רחמנות, דער יוד האט דערצײלט װיאזױ נחמי' װעבערמאן האט טערטריזירט זײן טאכטער פאר א לאנגע צײט, זײ זענען א גרופע פון זעקס פאר עלטערן, סאיז דא נאך אסאך, װאס שרײען און װײנען צו אונז, נ”װ האט נישט סתם געטאטשט װימע טארניש, ער האט גענומען די מײדלעך און אנגערײצט קעגן זײערע עלטערן
נאכדעם האט ער גערופן די עלטערן און זײ אנגערעדט אנקעגן די קינדער, קלאסישע טשײלד מאלעסטער טאקטיק, װען דאס יונג מײדל האט געװאוסט אז זי האט נישט װי צו גײן אדער זיך װענדן האט ער זײ אנגעהױבן צו פאניגן, יא ער האט הנאה געהאט װי זײ װײנען פון צער, די קינדער זענען אהײמגעקומען מיט בריען אויף זײער גאנצע קערפער, נאכדעם האט ער געטון די זאכן בחורין ובסדקין (הרחק מן הכיעור), שרעקליכע רשעות, גלײבטס מיר נישט, רופטס אן די עלטערן, א חלק פון ענק װײסן װער זײ זענען
אבל אשמים אנחנו
און די לעטסטע צײטן האבן זיך די שקצים געהױבן די קאפ, מאנכע פון זײ זענען געװארן אױסגעשפיגן פון אונז פארן טשעפענען אונזערע קינדער, אבער כאן מצא בעל דין לפרוע את חובו,
װען װעלט װאלט געװען װעלט װאלטן די שקצים פראטעסטירט אויף איין זײט צוזאמען מיט נ”װ, און גאנץ כלל ישראל װאלט געשטאנען אױף די אנדערע זײט מיט סײנס מי לד’ אלי.
נבלה נעששה בישראל
א הײמישער יונגערמאן זאגט מיר אז ער האט געהערט אז סאיז דא מעשות אויף נ”װ, אבער די מעשיות װאס די פרױ דערצײלט קען נישט זײן האט פאסירט. איך האב אים אנגעװיזן אױף א מעדיצינישער װארט סײקאפעט, סײקאפעטס זענען זײער קלוגע מענטשן, זיי קענען מאכן מענטשן פארקישעפט פאר זײ, זײ טױגן אויך צו מאניפולירן אנדערע, ספעציעל יונגע קינדער, און די מענטשן האבן ליב סאדיסטישע חזרײ, שלאגן און פײניגן זײערע קרבנות
לײדער זאגן אונז די עלטערן בדידי הוי עובדא
בושנו מכל עם
איבער שבת האט סי בי עס געהאט א בײסיגער שטיקל, װאס האט ארױסגענומען דעם עולם פון די כלים, זײ רופן אן סאטמאר מיט נעמען װאס װאלט געװען צו שארף פאר חיזבאלא, זײ ברענגען אראפ א בוך שרײבער װאס אומאײנזײטיגע צײטונגען האבן איר אנגערופן א ליגנער
דער שטיקל איז געװען דאס ארגסטע, און װעלעכע גױ סהאט עס געזען קוקט אונז אן פאר, יא, אומהײלבארע מטורפים, אבער נישט װעגן עפעס װאס ד”פ האט געזאגט, סאיז װעגן די פוטידזש װאס זײ האבן געװיזן װי דער באשולדיגטער װערט אױפגענומען מיט א שטײעדיגע קלאטשערײ און מיר באװארפן דעם רשע מיט געלט
הכזונה יעשה את אחותינו
װילאנג נאך װעלן מיר געבן פאר נ”ר שטאף אונז צו פארשעמען. סאיז נישט קײן בושה אז אונז האמיר שקצים און אונזערע ראנגען, די בושה איז אז אונז גײמער ארױס אױפן גאס און אונז מאכן מיצר לישראל פאר א ראש, לאמיר זיך צוזאמען אונטערנעמען צו טון װאס די הלכה איז בײ רודפים און זײ אױסשפײען פון אונזערע ראנגען און איבערגעבן פאר טשארלס הײנס צו קעיר נעמען פון זיי מיט די זעלבע ענערגיע װי אונז האמיר אים געגעבן לוי אראן.
די קלאפטע װיל נאר נקמה
איך פערזענליך האלט אז די פרױ װיל נקמה נעמען און נ"װ, אבער נאך א מזל, קײנער פון די אנדערע באקאנטע און אומבאקאנטע קרבנות װאס האבן גערעדט צום די עי’ס אפיס האבן געװאלט עדות זאגן, זײ װאונטשן נישט קײן אראביש קינד װאס זײ האבן מיטגעמאכט, אבער זײ האפן צו האבן א מוסד פאר זײערע ליבע קינדער, און אנז האמיר זײ געגעבן אנצוהערן אז זײ דארפן זיך שעמען מיט עפעס, נ"װ האט דאס גוט געװאוסט אז ער האט זיך נישט צו זארגן פאר מוראה של מלכות
טײערע בת ישראל
מײן מעסעדזש צו די זעקס אידישע טעכטער װאס האבן זיך געעפענט דאס הארץ צו טעראפיסטן און צו אײערע געטרײע עלטערן, װיאויך צו די װאס האבן אפגעמאכט מיטצונעמען דו מעשה און קבר
רוב כלל ישראל איז מיט אײך, די אלע װאס האבן געקלאטשט יענע נאכט אין קאנטינענטאל האבן דאס געטון װעגן אומװיסנשאפט
איר קענט אױפהערן צו װײנען, דער רשע האט באקומען זײן פארדינטן שטראף, שעמט אײך נישט איר האט גארנישט געטון שלעכט, איר קענט רואיג אנרופן אײערע פרײנדינעס, רעדט אײך אױס. פראזעק און זענעקס װעט איר שוין אײביג נעמען מיט די פרימארגן קאװע און די שרעקעדיגע חלומות װעלן קײנמאל נישט אװעקגײן, אבער סװעט אײך װערן אסאך גרינגער אױפן הארצן, דאגה בלב איש ישחנה לאחרים
על נא אחי תרעו
צו מײנע פרײנט אין בײדע סאטמארע קהילות, ביטע נעמטס אײך נישט צו מײנע בײנער, כי אנשים אחים אנחנו, פאנגס אן צו מאכן אפאר פאון קאלס זיך צו איבערצײגן אז איך בין אױפריכטיג, יא די שקצים קענען לײנען יודיש, אבער המה כרעו ונפלו, לאמיר זיך אננעמען פאר די אומשולדיגע קינדער און פארטרײבן די אומגערופענע אפטרופוסן,
לאמיר טון למעשה, אז מיר זאלן קענען זאגן ידנו לא שפכו את הדם הזה, נישט נאר עיננו לא ראו, זאלן די קרבנות נישט טראכטן מדשתקו, שמע מינה דניחא ליה, און אפפארן פון אידישן װעג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:05 am
דורך איחוד פעלד
דער גרינפעלד וואס ער רעדט וועגען איז אנגעקלאגט געווארען דורך א צווייטער, פאר גאר מילדער קלאגעס. ער איז א מעגא חזיר.
איין זאך איז ער אפשר אביסעל בעסער אז ווי עס זעהט אויס איז ער מער א מפתה ווי א מאנס, און פארדעם וויל דער לאזער עד היום נאך נישט פרעסען קיין טשארדזעס קעגען אים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:08 am
דורך gehlungen
ראשעקאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
נעבעך נעבעך. די באבובער גרינפעלד האט אים מאלעסטעד
I just don't understand you. The victim L. T. Doesn't mention the name of his molester so why are you writing his name??
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:33 am
דורך געפילטע פיש
Why not?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:49 am
דורך איך אויך
gehlungen האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
נעבעך נעבעך. די באבובער גרינפעלד האט אים מאלעסטעד
I just don't understand you. The victim L. T. Doesn't mention the name of his molester so why are you writing his name??
נאכאמאל מיט די קראנקע צודרייטע לאגיק, דער וויקטים נעמט די קוראזש ארויסצוקומן אין פאבליק אין אנשטאט עם אויסהערן און מחזק זיין איז מען ביזי צו פראטעקטן דעם מאלעסטער, ביטע אויפהערן דערמיט עס מאכט מיר ברעכן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:17 am
דורך יואליש
איחוד פעלד האט געשריבן:דער גרינפעלד וואס ער רעדט וועגען איז אנגעקלאגט געווארען דורך א צווייטער, פאר גאר מילדער קלאגעס. ער איז א מעגא חזיר.
איין זאך איז ער אפשר אביסעל בעסער אז ווי עס זעהט אויס איז ער מער א מפתה ווי א מאנס, און פארדעם וויל דער לאזער עד היום נאך נישט פרעסען קיין טשארדזעס קעגען אים.
Seriously?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:27 am
דורך בן תמליון
איינער פרעגט פארוואס איך בין אזוי קעגן הורוויץ. איך האב עס איינגעהאלטן און מיר די גאנצע צייט ווייל איך ווייס אין דרכנו צו ארויסקומען מיט בשולדיגונגען ברבים אזוי עס דארף זיין א תורה'דיקן מהלך פארט האט אין מיר געברענט וואס א יוגנד חבר האט מיר פארציילט איבער אן אומאנגענעמע ערפארונג מיט הורוויץ ווען ער איז געווען העד קאונסלעראין קעמפ (דא קומט א וד"ל מיט נאך אפאר פינטלעך), און דא איז ער דער פאן טרעגער פאר קרבנות? אזויפיל פיל איך בתוך שאר כלל ישראל עפעס איז דא געווען שרעקליך פארפוילט מיט די באנדע וואס זענען געווען אונטער קרויס ביז עס איז זיי געלונגען אריינצשליידערן ר' נחמיה וועבערמאן אין רייקערס איילענד אויף לעבנסלענגליך. לאמיר האפן אז דער אמת וועט נאך ארויפקומען. ובזה אצא ואומר שים שלום.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:29 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:30 am
דורך נולד מאוחר
gehlungen האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
נעבעך נעבעך. די באבובער גרינפעלד האט אים מאלעסטעד
I just don't understand you. The victim L. T. Doesn't mention the name of his molester so why are you writing his name??
געמיינט אז די פראבלעם איז צוואנציג יאר תפיסה, אה סתם זיין נאמען צי מגלה זיין אז מ'זאל זיך וויסען צי היטען פין עם ,דאס אויך נישט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:31 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:gehlungen האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הארצרייסנדע געשיכטע פון
אלעזר טווערסקי, אן אראפ-פון-וועג יונגערמאן, וועלכער שילדערט זיין מאלעיסטעישן וואס האט אנגעהאלטן במשך דריי גאנצע יאר, אין רעאקציע צו די וועבערמאן סומאטוכע.
נעבעך נעבעך. די באבובער גרינפעלד האט אים מאלעסטעד
I just don't understand you. The victim L. T. Doesn't mention the name of his molester so why are you writing his name??
נאכאמאל מיט די קראנקע צודרייטע לאגיק, דער וויקטים נעמט די קוראזש ארויסצוקומן אין פאבליק אין אנשטאט עם אויסהערן און מחזק זיין איז מען ביזי צו פראטעקטן דעם מאלעסטער, ביטע אויפהערן דערמיט עס מאכט מיר ברעכן.
נאך א זאך. טווערסקי שרייבט דאך קלאר אז ער האט פילינג'ס פאר זיין מאלעסטאר. איך האב
נישט קיין פילינג'ס פאר אים!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:32 am
דורך מורינו הרב
בן תמליון האט געשריבן:איינער פרעגט פארוואס איך בין אזוי קעגן הורוויץ. איך האב עס איינגעהאלטן און מיר די גאנצע צייט ווייל איך ווייס אין דרכנו צו ארויסקומען מיט בשולדיגונגען ברבים אזוי עס דארף זיין א תורה'דיקן מהלך פארט האט אין מיר געברענט וואס א יוגנד חבר האט מיר פארציילט איבער אן אומאנגענעמע ערפארונג מיט הורוויץ ווען ער איז געווען העד קאונסלעראין קעמפ (דא קומט א וד"ל מיט נאך אפאר פינטלעך), און דא איז ער דער פאן טרעגער פאר קרבנות? אזויפיל פיל איך בתוך שאר כלל ישראל עפעס איז דא געווען שרעקליך פארפוילט מיט די באנדע וואס זענען געווען אונטער קרויס ביז עס איז זיי געלונגען אריינצשליידערן ר' נחמיה וועבערמאן אין רייקערס איילענד אויף לעבנסלענגליך. לאמיר האפן אז דער אמת וועט נאך ארויפקומען. ובזה אצא ואומר שים שלום.
מיט זיי איז ראנג? - מיט אונז איז ראנג!
פארוואס לאזן מיר צו אז ווער עס וויל זאל טרעטן אויף אונז מיט בלוטיגע שטיוול? - פארוואס שווייגן מיר? וואו זענען מיר? - וואו זענען די רבנים, די מנהיגי העדה? - פארוואס הערט מען נישט עפעס פון זיי אין אזא עת צרה? - א חיזוק, א געדאנק?
אויב איז אמת וואס דו דערציילסט, דאן איז די קושיא סאך שטערקער: ווי אזוי קען אזא איינער זיך שפירן באקוועם זיך פארסמאקעווען אויף אונזער בלוט, און נישט דארפן האבן שולד געפילן, אז אפשר וועט מען מגלה קלונו זיין ברבים איין טאג?
ווי אזוי קען דאס געשען?