בלאט 73 פון 214

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:34 pm
דורך טרח דער מלך
שוין יארן וואס איך זיץ צוגעשמידט צום קאמפיוטער צו ליינען די וועלט בארימטע קאווע שטיבל. איך האב שוין לאנג געוואלט אויפסיינען, נישט ווייל איך האב נישט געהאט קיין געלעגענהייט נאר ווייל איך בין נישט אזוי גייט אין שרייבן... ספעציעל אז מען דארף שרייבן די פערציג ווערטער. אבער היינט האב איך באשלאסן זאל זיין וואס זאל זיין איך מוז עס ערלעדיגן איינמאל פאר אלעמאל.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:36 pm
דורך מוח קטן
די קשיא איז נישט פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמעבער אויף קאווע שטיבל, די קשיא איז וואס האט מיר געדוירט אזוי לאנג? און אויף דעם איז נישט דא קיין פשוטע ענטפער. אביסעל האט עס צעטון מיט שרעק, אביסל מיט פוילקייט. אבער יעצט האף איך דא צו זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 12:31 pm
דורך בעביסיטער
איך האב א שטוב מיט 5 קינדער 2 יונגלעך און 3 מיידלעך איך גלייך נייעס און שטארק ליב מוזיק און מיין ארבעט איז ווייט פונדערהיים מילא וויל איך אנפולן די לאנטש טיים מיט אביסל כשר נייעס און איך האף אז די משפחה דא וועט מיר שיין אויפנעמען

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 1:06 pm
דורך גאנצל
אה שוין לאנג געזוכט א בעביסיטער זיי זאלן מיך נישט שטערן ליינען קאווע שטיבל ענדליך האבן מיר איינעם

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:29 pm
דורך Gimpel
I am going to try to get ahold of my friends and family to be a part of the yiddish speaking community. I am living in Europe and the situation is that it is definitely quite so I will be able to get ahold of my friends

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:30 pm
דורך ראזשינקע
איך האב אייביג הנאה געהאט פון די וועב זייטל ''קאווע שטיבל'' און איך האב געהאט אסאך צוצולייגן , האב איך באשלאסן מיר איינצושרייבן , און איך האף אי''ה צופרידן צושטעלן אסאך מענטשן, מיט : בילדער צו שמייכלען , נוגינים און נאך , איז אזוי איז עס

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:31 pm
דורך ימים ידברו
קאווע שטיבעל איז די מערסטע אפענע היימישע פארם ווי אידען בעלי דעת שרייבען ידיעות און מיינוגען זייער פיל שרייבעריי וואס איז נישט מקובל צו ווערן געשריבען און צייטונגען מיין איך היימישע אויסגאבעס קען ווערן דיבאטירט און אויסגעשמיסט דא און קאווע שטיבעל ממילא היות איך דריי מיך צווישען אזאנא אידען וואס האבען ברייטע ידיעןת און די היינטיגע וועלט נייעס סיי ביי קהלות ישבות און חסידות פיל איך מוגי דזכי לנפשי' זכו נמי לחברי' צו ארומרעדן די טעמעס צו ברייטען ציבור המבקשים און ארום שמיסען און אריינקלערען טובם של הדבר

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:33 pm
דורך טשעסטער
טשעסטער איז א שטעטל אין אראנדזש קאונטי, ניו יארק. נאנט צו קרית יואל. ביים תש"ע צענזוס האט ער געהאט א באפעלקערונג פון 11,981.

דאס שטעטל איז ערשט באזעצט געווארן אין תרפ"א. עס באדעקט א שטח פון 65.4 ק"מ2.

אין שטעטל טשעסטער געפינט זיך דאס דארף טשעסטער. ווי אויך א ישיבה פון נייטרא. ווי אויך ווערט געפלאנט א אידישע יושב בקרוב.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 4:55 pm
דורך פטר רחם
איך בין פארהייראט
איך וואון אי אמעריקה
איך וויל קויפן א ביציקל
איך וויל גיין מיט רש"י'ס
איך קען אביסל אנגליש
איך קען פירן א מאשין
איך באלאנג נישט צו קיין חסידות
איך גלייך גוטע חברים
איך גלייך גלייכע ווערטער
איך גלייב אין גאט
איך ווער מיד ביינאכט
איך קען העברעאיש
איך וויל מיטטיילן קענטעניס
איך וויל דעבאטירן
איך וועל רודפ'ן א טראל
איך וועל ערווארטן זאכליכע מענות
איך וועל פאדערן באשטעטיגונג צום 'פאקט'
וואס נאך?

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:46 pm
דורך שמיטשיק
שבת אחים האט געשריבן:אייגענטליך וואס איז טאקע די דעפינישאן פון שמיטשיק? פון ווי שטאמט די ווארט? וועל איך מוזן ווארטן אז ר׳ ישראל קאפקע אדער הרב בערל בעלגעלנו זאלן אונז קומען פותר חלום זיין. :טראכט

געזען לעצטענס אז די שטעקן מיט וואס מען ריקט אויף די פידל הייסט א "סמיטשיק"

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
פטר רחם האט געשריבן:
וואס נאך?

ביסט א בכור.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 4:02 pm
דורך קאווע טרינקער
Gimpel האט געשריבן:I am going to try to get ahold of my friends and family to be a part of the yiddish speaking community. I am living in Europe and the situation is that it is definitely quite so I will be able to get ahold of my friends


ה'אמיר אינגאנצען פארגעסען פון אונזער ניק [tag]גימפל[/tag]?

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 4:04 pm
דורך קאווע טרינקער
רביש‎ ‎קינד האט געשריבן:i am a yungerman i wont to sraben of yidish val english is not my starke points ober bisderval hot my kipad nist kan hebrew option mane seifos is tsi dinen the basefer bemes afile segait swer ich bin chasidic in probir tsi hoben chavirim fin ale yidishe kraizen 

OK. Share with us your starke points. Go ahead

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 1:22 am
דורך שמעקעדיג
מיסטעריע האט געשריבן:א גוטן טייערע חשובע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אחדשה"ט וכט"ס.

איך בין שוין א קאווע שטיבל ליינער מיום היווסדה, קיינמאל נאכנישט אזוי געפילט דער נחיצות צו אריין רעדן צווישן די גרויסע לייט, אבער ההכרח לא יגונה, דאס לעצטע וואכעדיגע עפיזאד אין לעיקוואוד, האט מיר אזוי צוטרייסלט, אזש איך האב געפילט איך מוז ווערן א "חבר בפועל" אין זעהן אז די נושא זאל נישט אראפ גיין פון טיש, דאס זאל ווערן דער געשפרעך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, ווייל עס איז נישט מעגליך צו לעבן לויט אונזער קאראפטירטער געזעלשאפט, און נאך אלס קענען אויסקומען דעם חודש, דער איינציגסטע עצה לדעתי, איז אראפנעמען די עול האדמורי"ם ורבנים מיט זייערע שווערע תקנות.

ביטע, פתח פיך ויאירו דבריך, מיר לעכצן צו הערן אביסל גוטע אדווייס אויף די קריטישע נושא!

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:29 pm
דורך להתודע
מיין עלטער איז אין די העכערע דרייסיג איך האב ב"ה א שיינע משפחה...
איך זיך פון מאל צו מאל זוך אויסגעבן דארכען פעדער און אביסל קאמפעני וואס קאווע שטיבל איז זייער רייך מיט דעם אין בעיקר צו קענען מיט האלטן, געבן תגובות, קענען פרעגן, ענטפערן, בכל הענינים וואס ווערן אויסגעשמוסט דא אין קאווע שטיבל.
און א חוץ פון דעם אז איך בין בטבע א מענטש וואס לייקט צו טשעטן און צו ניצן מיין פעדער

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:30 pm
דורך רעבישע אייניקעל
א רעביש קינד וואס פירט זיך נישט ווי א רעבישער ... איך וואוין אין וויליאמסבורג. איך בין א בעלזער חסיד. איך האב א גרויסע געפיהל צי מוזיק... איך וויל מיטטיילען אז נישט אייביג מיינט א רעבישע אייניקל א חניוק!!!!!!!!! געס וואט סקען אויכט זיין א רעבישער אייניקל וואס איז אביסל געשמאק...

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:33 pm
דורך טראכטכמוני
איך בין כלל חסידי און האב פון יונגווארג אויס געהאט אן אינטערעסע צו הערן און מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קאווע שטיבל אין צומאל אויך צולייגן מיין אייגענע צוויי-דריי צענט, יעצט וויל איך פארברייטערן אביסל מיין קאווע שטיבל אריין אין די ווירטואלע וועלט.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 2:08 pm
דורך Siddur
this is a place where i can discuss all kind of topics without being removed 5 minutes later I am reading
this forum for the last few years and i really enjoy reading it where you can discuss all kind of topics i ma 27 years i am Viznitz

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 3:13 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
Siddur האט געשריבן:this is a place where i can discuss all kind of topics without being removed 5 minutes later I am reading
this forum for the last few years and i really enjoy reading it where you can discuss all kind of topics i ma 27 years i am Viznitz


וויזניץ פלעטבוש ??

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:28 pm
דורך אוריאור
יונגערמאן, נייגעריגער, האט ליב צו וויסן ון לייענען אסאך, לערנט במשך'ן טאג, ארבעט אביסל ביינאכט אויף ספרים וכדו',
קעגען די סיסטעם אבער פון אן אנדערע זייט, נישט פון פריקת עול, נאר ווייל ס'פעלט עכטע אידישקייט אין די ססיטעם.

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:29 pm
דורך lary adam
i have been reading and following this site, it has a lot of information, very interesting to read, i am sure i will be able to add to the conversation it is a good open platform to discus any current and past issues freely, thanks for the opportunity.

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:30 pm
דורך קלוגסטער פון אייראפע
עם איך וויל קענען קאמענטירן על הא ועל דא פאר דעם שרייב איך זיך איין. מיינע יארגאנג בערך 30, חסידות הרב טירנויער שומרי שבת שול, אינטערעסן נייעס, עסן, מוזיק, קולטור

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:35 am
דורך טשילער
א היימישער בחור אויפגעוואקסן אין ברוקלין. געלערנט אין אונזערע לאקעל ישיבות, יעצט זעמער דא אין ישיבת מיר אין ירושלים. איך שרייב אסאך אין פסיכולוגיה, קומיונעטי אישוס וכדומה. זאלן אנדערע הנאה האבן דערפון אויך. קאווע שטיבל איז פארשטייטסיך דער פאסיגער פלאץ דערפאר. סטעי טונד ס'קומט פיינע ארטיקלען.