בלאט 74 פון 114

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:47 am
דורך ישמעאל הכהן
אבאמא קעיר אין א נאטשעל

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:49 am
דורך ישמעאל הכהן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vupgBykQnko[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 am
דורך פליקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vupgBykQnko[/youtube]

ישמעאל, דעי קליפ געהער צי קליפ'ס וואס האבן אייך צושטורעמט פאר געלעכטער

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:49 pm
דורך smart
ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cxxxGUeZtno[/youtube]

דע קליפ באלאנגט אויכעעט צי קליפ'ס וואס האבן אייך צושטורעמט פאר געלעכטער

דער אבאמא איז א אזא מאנקי סנישט נארמאל

א 12 יעריגער עילוי איז זיך מחולק מיט איינשטיין

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:46 pm
דורך chusid
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4Myy_BBBMG8[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 5:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
smart האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cxxxGUeZtno[/youtube]

דע קליפ באלאנגט אויכעעט צי קליפ'ס וואס האבן אייך צושטורעמט פאר געלעכטער

דער אבאמא איז א אזא מאנקי סנישט נארמאל

ראמני וואלט געקענט באשטיין צו זיין אזא מאנקי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:26 pm
דורך איך אויך
דאס מאכט נאכנישט מיט גארנישט ווייניגער דער שונא ישראל (תלמיד מובהק פון א ראדיקאלער גלח) באמא פאר א מאנקי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:09 am
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:12 am
דורך ישמעאל הכהן
[tag]פארוואס?[/tag] דארף עס אויסקלארן, שווער צו האלטן קאפ דארט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:30 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:55 pm
דורך ונבנתה העיר
כי"ק של מורינו סיר אייזיק ניוטאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:50 pm
דורך ונבנתה העיר

"כינוסים פון כלל ישראל" און "איחוד הקהילות" — א סימן פון אחד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:23 pm
דורך פליקער
"כינוסים פון כלל ישראל" און "איחוד הקהילות" — א סימן פון אחדות?

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/184236/

Are We Really So United at Our Unity Rallies?

פֿון ואיה וענה

חז”ל זאגן אונז אז ווען די גאנצע סנהדרין פסק’נט אויף עמיצן אז מ’דארף אים טויטן, און ס’איז נישטא אפילו איינער וואס זאל זאגן פארקערט, איז דער דין אז דער מענטש איז פטור און מ’הרג’עט אים נישט. די סיבה דערצו איז וויבאלד דער עצם פאקט אז אזויפיל דיינים זענען פאראייניגט און ס’איז נישטא כאטש איין פארקערט קול, ווארפט דאס א חשד אויף דער ריכטיגקייט פונעם פסק. אפילו ווען ס’זאל זיך יענעם קומען מיתה, וואלט אבער געדארפט זיין כאטש איינער וואס זאל טרעפן א סיבה אים צו באפרייען פונעם שווערן משפט. און אויב דאס האט זיך נישט געמאכט ווארפט עס א פראגע צייכן אויפ’ן רעזשים.

און דאס האט מיך געמאכט טראכטן צי מיר זעען בכלל אמאל א מיינונגס-פארשידנהייט צווישן אונזערע רייען אליין, ווען ס’קומט צו גרויסע ברענענדיגע פראגעס? אמת טאקע, אז מ’רעדט מיט רבנים צווישן פיר אויגן קען מען אפט הערן גאנץ אנדערע מיינונגען פון דעם וואס איז אנגענומען ביי אלע, דאך ווייסן מיר אז ס’וואגט זיך קיינער נישט ארויסצוקומען מיט אן אנדערע מיינונג ווי דאס וואס די “גדולי הדור” באשטימען. עפנט סיי וועלכע פון די היימישע צייטונגען וועט זיך אייך גלייך ווארפן אין די אויגן: “כינוס פון אלע רבנים קעגן אינטערנעט; כינוס פון מנהיגי ישראל קעגן גיוס בני הישיבות; כינוס פון גדולי ומאורי הדור קעגן די לעצטע פירצות; א.א.וו.”

ס’איז אודאי זייער שיין צו זען די אחדות וואס הערשט צווישן אונזערע מנהיגים, ווי זיי זיצן אלע אויסגעשורה’ט אין א צימער אינאיינעם. נישט געקוקט אויף דעם וואס אין געווענליכע צייטן גייען פאר אינערליכע רייבערייען צווישן רבנים אויף ענינים וואס האבן צוטון מיטן כבוד המדומה, דאך ווען ס’קומט צום כבוד שמים לאזן אלע אפ די אינערליכע חשבונות און זיי שטעלן זיך, טאקע אלע ווי איינער, אזוי אויבן-אן ווי ס’איז נאר מעגליך, אז מ’זאל טאקע זען אין דער גאנצער וועלט אז כלל ישראל איז פאראייניגט קעגן אלע גזירות שמד וואס דער שטן קלערט אויס אויף אידישע קינדער.

זייט מיר מוחל דעם סארקאזם, איך בין נישט אויסן אויף ליצנות, נאר איך מיין ארויסצוברענגען די קשיא. ווען איך קוק מיך איין אויף די בילדער אין די צייטונגען וואונדערט מיך אפט צי ס’איז טאקע נישטא קיין איין רב אדער ראש-ישיבה צווישן די הונדערטער פארזאמלטע וואס קלערט ביי זיך אז אפשר איז דער גאנצער כינוס גארנישט בארעכטיגט. גיוס בני הישיבות איז א גזירת שמד? א נעכטיגער טאג! ס’איז א נייער מצב וועגן וועלכן מיר האבן פריער נישט געטראכט, און מיט דעם כח הרצון וועלן מיר עס קענען אויסארבעטן אז ס’זאל קלאפן אויף א תורה’דיגן אופן. – אינטערנעט איז דער סוף פון אידישקייט? אודאי אזוי, אבער נאר אזוי לאנג ווי מיר וועלן זיך נישט באפאסן מיט דעם אויף א רעאליסטישן אופן. כל זמן מיר וועלן נישט געבן פאסיגע תשובות אויף די פאדערונגען פון דער תקופה וועלן מיר זיך נאר אליין שיסן אין די פיס.

נו גוט, איך בין נישט קיין רב און איך קען נישט זיין קלוגער פון די גרויסע אידן, אבער ווי געזאגט וואונדערט מיך נאר דאס אז ס’איז נישטא אפילו קיין איינער וואס זאל אויפשטיין און שרייען פארקערט. ווי קומט דאס אז אונזער קהילה, וועלכע איז אזוי צעריסן און צעביסן ווען ס’קומט צו ענינים פון כבוד און געלט, ווערט מיטאמאל אזוי פאראייניגט ווען ס’קומט צו רוחניות? אין אלע דורות האבן אידן געהאט מיינונגס-פארשידנהייטן אין רוחניות, נישט נאר אין הלכה נאר טאקע אויך אין השקפה (אפשר נאך מער אין השקפה). דער וואס האט אנגענומען די חומרות פון אלע זייטן איז באטראכט געווארן ווי א נאַר אין בעסטן פאל, אדער ווי א היפאקריט, און אפילו דארט וואו ס’זענען געווען חילוקי דעות האט עקזיסטירט דער כלל פון “אלו ואלו דברי אלקים חיים” (אז ביידע מיינונגען זענען הייליג), וואס האט יעדן געגעבן לעגיטימאציע.

אויב בית שמאי און בית הלל האבן זיך געקריגט נאר אין בית-מדרש און זענען געווען פארברודערט ארויסגייענדיג פון דארט, האבן מיר זיך אבער היינט דערלעבט א פארקערטע ערשיינונג. אינדרויסן פון בית-מדרש הערשט קנאה און שנאה, וואו איינער וויל דעם צווייטן איינשלינגען, אבער ווען מ’פאררופט א כינוס צו פארדאמען די לעצטע פירצה פונעם דור, לויפט מען שנעלער ווי ערווארטעט, אויס מורא אז דער קאנקורענט וועט הייסן דער “פרומער” און אליין וועט מען אנגעקוקט ווערן ווי א לינקער, אויב מ’וועט נישט באלד לויפן צו דער אסיפה…

די פאראייניגונג אין בית-מדרש איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם דרויסנדיגן ריס, און ס’איז דעריבער נישט קיין וואונדער וואס די שפראך פון די כינוסים איז געווענליך אנגעפילט מיט פולווער און דרשות פון מלחמה. דאס זענען נישט קיין כינוסים של אחדות, נאר כינוסים וואס שטאמען פון קנאה און שנאה, און זייער ציל איז צו פארשטארקן די אייגענע פארטייאישקייט. איך בעט ווידער מחילה אויב איך האב זיך צו שארף צערעדט, אבער דאס איז דער ווייטאגליכער מציאות, און מיר דארפן אודאי האפן אז אין מינוטן פון תשובה זאלן מיר זען חרטה ביי די ראשי העם, קעגן דער כסדר’דיגער קנאה און שנאה וואס זיי האבן איינגעזייט אין די הערצער פון אידישע קינדער, און מיר זאלן זיך לאזן אויף א נייעם וועג.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z3OHal7AGJ

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:26 am
דורך בשבילי!

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:29 am
דורך בשבילי!
:in the above link
35
things You Appreciate About America After Living in Europe

קלײנע טוטער..

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:42 pm
דורך petergrifin
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zQVZc7IVfpQ[/youtube]

פאקס ניוז קארעקשן איבער 'נאו גאו זאונס אין ענגלאנד, פראנקריי

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:04 am
דורך ישראל קאפקע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:15 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rpGPzoaNVCU[/youtube]

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:24 pm
דורך פליקער
וואס האט פאסירט דארט וואס האט אים ארויסגענימען פינעם גלייך געוויכט

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:39 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:36 pm
דורך טאמבל סאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uHQQYB5SI38[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 9:32 pm
דורך טאמבל סאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=S2J232lPZno[/youtube]

חרדים שטיצער פון צה"ל ווידיאו

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:26 am
דורך chusid
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=y8Cg59-C9jI[/youtube]