בלאט 74 פון 110

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
איך זעה אז דער עולם דא (חוץ ירא שמים) כאפט נישט די נקודה וואס אדנירם וויל ארויסברענגען. מילא פון די שטארק אויפגעקלערטע, אימפולסיווע אינטעלעקטואלן און פילאזאפן רעדן מיר פשוטי עם און בעלי עגלות דאך נישט. אפשר קענען זיי אויפווייזן זייער קאלעדזש דעגרי...? נאר דאס דערמאנט מיר א מעשה וואס כ'האב מיט יארן צוריק געליינט אין דאס אידישע ליכט. אז אין א שטעטל איז געווען א מענטש וועם מ'האט גערופן ... "מנשה פילאזאף"... פון וואס איז באשטאנען זיין פילאזאפישע און אויפגעקלערטע חכמה...?!... אז ער האט אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסי'שע ביכלעך...! אזוי אויך אונזער רעזידענט טיף-טראכטער טוט אויטאמאטיש און אימפולסיוו רעאגירן צו א יעדע נייעס וואו איינער האט מוחה געווען אויף אן ענגלישע דרשה... ר' טיף-טראכטער, מיט אייער גאנצע חכמה און אויפגעקלערטקייט דארפט איהר אנקומען צו א פשוט'ן בעל עגלה וועלכער פארשטייט צו גארנישט מער ווי איינשפאנען און אויסשפאנען די פערד, און זיי געבן צו עסן, אז ער זאל אייך מסביר זיין וואס די נקודה איז דא...?! דער פראבלעם (לפי שיטת אדנירם) איז נישט די ענגלישע דרשה, אדער וויאזוי דר. כ"ץ איז געווען אנגעטון...! נאר פון וואו ער קומט. און וואס איז געווען דער רצון פון זיין טאטן און זיידע. און דאס (די ספיטש אין ענגליש און קומען אן א רעקל און הוט) האט געשריגן בזיון המת און חוצפה אקעיגן דעם נארוואס פארשטארבענעם טאטן...!

נ.ב.: שלעכט זענען די צייטן ווען אן אומוואוסנדער בעל עגלה וועלכער פארשטייט נאר צו פערד... (אלו דברי ה'טיף דענקער שלנו.) דארף קומען אויפקלערן און מסביר זיין א פשוט'ע זאך פאר דעם אויפגעקלערטן פארשוין .. (מלשון... דתא. אחד מעשרת בני המן) וואס א יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט... :roll:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ראה תגובתי לעיל: אויב דו באמערקסט איז די צייט אפשניט פון דיין תגובה און מיינ'ס אפגערוקט מיט א צען מינוט. דער אמת לאמיתו איז אזוי ווי ביי יעקב און עשיו. איך האב אנגעהויבן שרייבן מיין תגובה א ביסל פריער.. נאר איך בין געגאנגען מאכן א קאווע אינמיטן. אבער בעיקר האביך מיך אדרעסירט צו דעם רעזידענט טיעף-דענקער, וועלכער האטזיך אויסגעדרוקט מער ווי איינמאל, ווען איך האב ארויסגעזאגט עפעס א מיינונג איבער א געוויסן ענין...אז איך אלס אלטער בעל עגלה זאלל גיין פאשען די פערד. צו וואס איך פארשטיי. אבער נישט אריינרעדן אין הויך פילאזאפיע. און וועלן אריינדרינגען אין די עקסקלוסיווע ליגע פון די טיעף- דענקערס און פילאזאפן... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:29 pm
דורך פאדעם
לית דין בר נש האט געשריבן:האשה החשובה מרת הינדא חנה ראטטענבערג ע"ה
אשת הרב י-הוסף ראטטענבערג פון בארא פארק א זוהן פון ר' מיכל ע"ה
טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק חיים זעלטענרייך טשאקעווע רב
אוועק נעבעך פון יענע מעשה נאך נישט חתונה געמאכט קיין איין קינד
ברוך דיין האמת

תיקון טעות. ר'מיכל שליט'א

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:54 am
דורך Bpjew
ברוך דיין האמת
רבי משה יוסף שווארטץ
ב"ר ליפא
מלמד קרית יואל

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:16 am
דורך סופר
בד״ה, א פיינער איד געוועזן, איך געדענק אים נאך פון חדר.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה הרב אהרן מאיר אייכענשטיין ז"ל רב ביהמ"ד קיוויאשד מאנסי

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 7:29 am
דורך סביב העולם
בד״ה ר׳ בנציון שליסיל ע״ה פין בפ איידעם פין ר׳ שמואל קרויס ז״ל

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:54 am
דורך [NAMELESS]
הבחור מתתי׳ ע״ה בן נתן גליק
בד״ה
Chazan Nusen Glicks son...he was a Monsey / Monroe bus driver
He just passed away ..he was sleeping on the bus and there was probably Carbon Monoxide
33 years old
בילד

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 1:24 am
דורך [NAMELESS]
בד''ה
ר' יחזקאל יודקאוויטש פון בארא פארק

רעכטס אויפ'ן בילד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 1:58 am
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל: ער פלעגט ארום פארן איבער גאנץ בארא פארק מיט זיין בייק. נאר כ'האב איהם שוין לעצטנס נישט געזעהן. ר'איז געווען א זיסער איד. האט געהאט אינטרעסאנטע מעשיות און אבזערוואציעס....בד"ה.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 2:17 am
דורך ישראלי
הלך לעולמו, יצחק נבון הנשיא החמישי של מדינת ישראל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 3:13 am
דורך berlbalaguleh
ישראלי האט געשריבן:הלך לעולמו, יצחק נבון הנשיא החמישי של מדינת ישראל

בד"ה: היה נשיא הראשון הספרדי של מדינת ישראל. פרופסור יצחק נבון...!

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת! הרה"צ המקובל רבי אפרים יחזקאל פאנעט זצ"ל

אין די שעות קומט אריין די שאקריענדע נייעס אז מיט א שעה צוריק האט מען אים געפונען אין זיין האטעל רום אין לאנדאן נישט בין החיים 
א לעבנסלוסטיגע איד. מלא שמחת החיים! א הארץ פון גאלד. געטון חסד ווי אימער ער האט געקענט. עוסק געווען אין שלום בית און אויפגעטון א געוואלד.
די לעצטע יארן עוסק געווען אין אפשפרעכן עין הרע ורבים נהנו ממנו עצה ותשויה.
געווען בנו השני פון האדמור רבי בעריש פאנעט מדעעש חיפה-ירושלים זצל 
נכד העטרת משה ממאקאווא זצל 
חתן הרב יאקאב זצל מראשון לציון 

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 9:23 am
דורך סביב העולם
BDH: Vito Lopez
ImageUploadedByTapatalk1447165402.132274.jpg
ImageUploadedByTapatalk1447165402.132274.jpg (80.15 KiB) געזען געווארן 3938 מאל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:06 am
דורך berlbalaguleh
סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:13 am
דורך medic
יצחק נבון, וויטא לאפעז, וואו אהין איז דער אשכול פארקראכן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 12:11 pm
דורך shem-tov
אז דעיל קארנעגיס בוק איז געווארן א ספר אין ספרים סטאר איז שוין לאפעז אויך א שיינער יוד.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 10:39 pm
דורך סביב העולם
berlbalaguleh האט געשריבן:סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!
איך ה

גערעכט איך האב עם נישט געמיינט צי באברך׳ן איך האב נאר אויפגעזיכט די ערשטע אשקול וואס רעט פין טוטע האב איך עס דא דערמאנט

איל לגבי די בד״ה איך האב געק״פ די מעסעדש פין וואטס עפפ

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:24 am
דורך [NAMELESS]
בד''ה הרב נחום מאשקאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:32 am
דורך berlbalaguleh
סביב העולם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!
איך ה

גערעכט איך האב עם נישט געמיינט צי באברך׳ן איך האב נאר אויפגעזיכט די ערשטע אשקול וואס רעט פין טוטע האב איך עס דא דערמאנט

איל לגבי די בד״ה איך האב געק״פ די מעסעדש פין וואטס עפפ

סביב העולם: ייש"כ. אבער איך בין נאכאלץ נייגעריג צו וויסן אויב ער (וויטא לאפעז) האט געטון טובות פאר אידן. ווייל איך האב געהערט שמועות לכאן ולכאן. אויב איינער קען דאס מברר זיין וועל איך איהם שטארק דאנקבאר זיין...!

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:36 am
דורך פליקער
ר' נחום מאשקאוויטש ע"ה

א עלטערער גאר פייערדיגער איד, נהנה געוועין מיגיעה כפיו כל ימיו, ער איז דער פון וועים אלע קינדער פלעיגן גנב'נן קענדי'ס ביי זיין באוויסע געוועלב מאשקאוויטש קענדי לענד, גאר א ליבלעכער מאן געוועין, ביז ממש לעצטענס איז ער נאך געקומען אין שיל, פון די לעצט געבליבענע וואס האבן נאך געטראגן אויף זיך די טרויגע כתובת קעקע, וואס דאס איז באוויסט אלס די איזי פעס צים גן עדן, ער איז געוועין און די הויעכע נייציגער יארן, געוועין פול ביים זינען ביזן לעצטען טאג, ער פלעיג קוקן די מלאך המוות אין די אויגן בלי שום פחד, און טראץ פילע מאל איז ער שיעור אימגעקומען דורך פארשידענע קרעינק, האט ער זיך כסדר באוויזן ארויס צי דרייען און ציריק אהיים קומען געזינטערהייט.

איבער געלאזט א שטוב יראים ושלמים איינער די דיין און טאש בעל מחבר פון עטליכע ספרים געדריקט און אידיש, אבער די שטאלץ פון די משפחה איז דער וועלטס גרעסטער בעל מכניס אורח הלוא הוא הרב ברוך מאשקאוויטש, לפי דעתי איינע פון די עמודי העולם, זיין מידה פון הכנסת אורחים איז ממש נישט צים באגרייפן בימינו דא אין וויליאמסבורג, און ער איז ווערט צי ווערן באשריבן דורך די אנשי השם שרייבער'ס, ר' נחום איז טאקע איינגעשטאנען ביי אים בתוך שאר אורחי פורחי בישראל.

יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 11:27 am
דורך שמעקעדיג
האמיר אים גוט געקענט, ר' נחומ'ען. געשמאקע זכרונות פון זיין קענדי סטאר (דער נאמען קענדי-לענד מיינעך איז געווען שווארץ, נעבן סוכי'ס גראסערי, ניין?)
ער פלעגט טאקע לעצטנס איינשטיין און דאווענען מיט זיין זון ר' ברוך יבלחט"א,
שטארק נזהר געווען בקדושת ביהמ"ד, ער האט געהאט אן אמת'ע חן פון אן אמאליגן זיסן צוגעלאזענעם איד.
זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:59 am
דורך לית דין בר נש
מי זה האברך אשר זעליג ריגלער ע"ה וואס איז דער נאכט אוועק?